א גוט יאר טייערע ידידים.
ס'שוין עטליכע טעג זייט איך האב באשלאסן צו זיין אפוועזנד פון סיי וועלע אנליין פארום, אפילו פונעם רואיגער געשמאקער אידטיש. און מענטשן פרעגן מיר "האסט רעזיגנירט? וואס גייט פאר?".
בין איך דא צוריק (ע"י שליח), פאר אפאר מינוט, צו זאגן אפאר קורצע ווערטער, מלבי.
ערשטנס: ביסטו א שרייבער אויף פארומס? וואס עפעס...
15-20 יאר צוריק ווען איך האב אנגעהויבן ליינען אייוועלט, האב איך געמאכט א ניק צו שרייבן, נישט ווייל איך בין א "פארום שרייבער", נאר פשוט, אז איך ליין, ווייל איך וויל זען נייעס אויף א כשר'ע פלאץ, און מען לאזט מיר רעאגירן, נו, פארוואס נישט.
נאך עטליכע יאר האב איך איינגעזען אז אייוועלט עסט צייט, אנטשולדיגט, "פרעסט" צייט ממש ווי א דער שניי עסער-טראק... האב איך פארמאכט אייוועלט אינגאנצן, פאר לאנגע יארן.
עטליכע יאר צוריק, ווען כ'האב אנגעהויבן הערן גירסאות אויף מעשיות, נישט געטוישן און נישט געפלויגן, זאכן וואס איך האב געקענט פון דער נאנט, האב איך באשלאסן אז איך האב א חוב פון "אל תמנע טוב מבעליו" צו מודיע זיין מיינע ידיעות. איך האב צוריק געעפנט אייוועלט אויף מיין פליטער, און אנגעהויבן רעאגירן. אבער, איך האב געטראפן א גענצליך נייע אייוועלט פון וואס איך האב געקענט אמאל. איך האב אין א קורצע צייט איינגעזען אז איך בין נישט ערלויבט דארט צו זאגן מיינע ידיעות, ווייל זיי פרעפערן ענדערשט מקוה שמועסער זאלן זאגן וואס ליגן זיי אויפן צינג, אבער נישט איינער זאל דערציילן וואס ער 'ווייסט'. אמאל האט עס געהאט א תירוץ אז מען מעקט ווייל "ס'וועט ברענגען מחלוקות" (משא"כ די לשה"ר והוצאות ש"ר איטסעלף ברענגט שלום), אמאל איז דער תירוץ געווען אז "פארטרעטן א קאמפאני קאסט געלט" (ווי כאילו איינער האט מיר געשיקט דארט), און אמאל האט פשוט איינער אין די הנהלה געמיינט אז ער האט מער קראנטע אינפארמאציע ווי מיר (איך בלעים אים נישט, ער האט טאקע געמיינט בשעתו), הקיצור, בויך מעשיות זענען געווען וועלקאם און פאקטן נישט. כך הוה מעשה.
יענע צייט האט זיך געקאכט אויף א געוויסע טשעט גרופע (נישט דוקא סאטמאר) א קאשע פון מערערע אומצופרידענע אייוועלט שרייבער, פון עטליכע קרייזן, און איינער פון דארט האט דערציילט איבער א צווייטן אינגערמאן וואס האט געוויסע אנדערע סיבות פארוואס ער וויל עפענען א נייע סייט אויף א קלענערן פארנעם, ער איז גרייט אריינצוטאנצן מיט נאך שותפים, און ער האט שוין אפילו א נאמען פארשלאג, ס'גייט הייסן אידטיש.
האבנדיג מיין עקספיריענס, האב איך זיך פארבינדן מיט יענעם און אים פארגעשלאגן הילף מיט דעזיין ארבעט, חנם אין כסף, ווייל כ'האב איינגעזען אז ס'פעלט טאקע אויס. שפעטער ווען מ'האט געזוכט א נדבן פאר $600 צו קויפן די אידישע פראגרעמינג פאר'ן פארום, האב איך עס מנדב געווען, פריוואט, האלטנדיג אז ס'וועט מהנה זיין אידישע קינדער. וכך הוה ב"ה. אידטיש איז נישט מיינס, איך האב עס נישט געעפנט, און איך האב נישט קיין שום בעלות דערין, מיין געלט און ארבעט איז געווען א נדבה פאר די וואס האבן עס געעפנט.
מה עשה הקב"ה(...), ס'איז געווארן א קאכעריי, די הנהלה פון אייוועלט האט געהאלטן אז ס'איז א עולה, און זיי האבן געהאלטן אז נאר איך קען זיין דערונטער, צוליב די מעשיות וואס זענען פארגעקומען בעבר צווישן אונז. איז עס געווארן אזוי אז מיין ניק נאמען, וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין פובליק אינפארמאציע ווער דאס איז, איז געווארן ברייט פובליק.
איך האב נישט געהאט קיין גאר גרויסע פראבלעם דערמיט, ווייל ב"ה, איך שעם זיך נישט מיט וואס איך טו. אבער, ס'האט געהאט איין סייד אפעקט, אז מענטשן מיינען אז "איך בין אידטיש". איי ס'איז שוין געווען לאנגע חדשים וואס איך בין ניטאמאל דא געווען?... איינער געדענקט אפילו?... אבער מענטשן האבן שוין געוויסט צו קאנספירירן אז איך באקום גאר באצאלט פאר'ן שרייבן דא... איך גלייב אז איך קען טרעפן מער ווי 10 מנינים אידן וואס קענען זיך שווערן דערויף מיט א ס"ת אין די האנט אפילו... (זיי האבן מסתמא רחמנות אויף מיר אז איך דערלייג יעצט א האלבע פרנסה... חחח).
איז דאס דיין פראבלעם? אז מ'קען דיר? נו עפן א צווייטע ניק...
ניין, נישט דאס איז מיין פראבלעם, ס'איז נאר א הקדמה.
למעשה, דאס ברענגען אינפארמאציע קומט מיט א פרייז, פון זיך פארהערן מיט מענטשן.
איך האב דאס גראדע נישט פיינט. איך פארטראג ב"ה אסאך, אפילו ווען געוויסע מענטשן האבן מיר באמת פיינט באקומען צוליב זייערע איינרעדענישן, און מיר פערזענליך געשיקט מעסעדזשעס כך וכך, האב איך עס נישט גענומען פערזענליך. ווייל מיין כלל אין לעבן איז אז פון אמת דערלייגט מען נישט.
דער איינציגסטער אישו איז געווען, אז ס'נעמט אסאך מחשבה. אידטיש איז טאקע א רואיגע סייט, ס'קומט נישט צו קיין 20 תגובות א מינוט, און ס'קאסט נישט די שעות. ס"ה יעדעס מאל א פראגראם לאודט זיך, ריפרעש איך די פעידזש און איך גיב א רעאגיר. נישט געפערליך. אבער, מיט די צייט האט עס אנגעהויבן קאסטן מחשבה. ס'האט פארנומען אסאך פון קאפ. און דאס איז יא א שטיקל אישו.
נוסף לזה: זיך טענה'ן מיט מענטשן(?) מיט אינטערעסן
ווי געזאגט, זיך טענה'ן מיט מענטשן קען זיין געשמאק. בפרט מיט די אידטיש סטאנדארטן, ב"ה, עס קען זיין ממש א מחי'.
אבער ס'האט אנגעהויבן ווערן ביי מערערע טעמעס, אז ס'איז דא גרויסע גרופעס מיט מענטשן מיט אינטערעסן, וואס לאגיק איז נישט קיין ארטיקל, און פאקטן אודאי נישט. דו וועסט זיי ווייזן שווארץ אויף ווייס אז זיי קריכן אויף גראדע ווענט, אבער זיי וועלן באווייזן צו קענען שרייבן נאכאמאל דאס זייעריגע, און אפילון צולייגן אז דו קריכסט אויף גראדע ווענט.
אזעלכע שמועסן נישט בלויז ס'קאסט ענדלאזע צייט, נישט בלויז ס'קאסט איבריגע נערוון, נאר ס'פירט נישט אין ערגעץ און איז דעריבער אומגעשמאק. קענסט רעדן צום דופן עקומה, נאו באדי איז האום.
און, נאך אלעם מוז מען געדענקען, אז אויף א פארום שרייבן עפ"י רוב די מענטשן וואס בטבע ווילן זיי האבן א מיינונג און פארשטיין יעדע זאך. אויטאמאטיש, נאטורליך, האבן זייי נישט קיין סיבה צו גלייכן דעם וואס "פארענטפערט", דער וואס "אטאקירט" האט נאטורליך מער זיסקייט פארן חומר הלב. ממילא, ווען מ'זאל קענען אויסקנעטן א זאך און צוקומען צום מציאות, מילא. אבער זיך שרייבן מיט מענטשן וואס זענען גרייט צו שרייבן יעדע ליגנט און געבעקס 100 מאל, אדער צומאל מענטשן וואס זענען באמת איינגערעדט אין עפעס און האבן נישט גענוג שכל צו פארשטיין וואס דו רעדסט צו זיי בכלל, דאס איז א אומ-מוטיגע שמועס וואס נעמט אוועק צייט און מחשבה ללא תועלת וללא תכלית.
דאס נעמט אוועק דעם גאנצן אפעטיט און געשמאק.
און אז ס'קומט נאך צו די פריער געזאגטע הקדמה, פון די באקאנטשאפט, איז עס שוין א טשערי אן די פיי. דאס הייסט, אז פורים מיטלנאכט 10:45 קען מיר א איד פון א צווייטע שטאט אנרופן מיך באווערטלען איבער "זאג נאר! מיט וואס זענען די רבנים געפארן צום אסיפה פון ועד הקהלות? זיי האבן גענוצט וועיז רח"ל! הא? חחח", יא... פורים... די בעסטע דאגות... א רחמנות... אבער פארוואס קאלט ער מיר? ווייל איך בין געווארן באקאנט, און איך בין כאילו דער אפיציעלער ווארטזאגער פון איינעם, בו בזמן וואס מיין איינציגסטע סיבה פון זיך טענה'ן איבער די נושא איז אך ורק ווייל איך האב אליינס מיטגעהאלטן אלעס און איך ווייס אז אלעס וואס מענטשן קאנספירירן איז שוא ושקר, היפך המציאות.
על כן, האב איך געמאכט אזא חשבון:
איך טראכט צו מיר. קייען וואסער מיט די גאנצע גאס, דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט? זיך טענה'ן מיט יעדן וואס איז נאכנישט אויפגעוואקסן איז מיין תכלית? שמועסן מיט ליגנער און באטריגער איז ווערד מיין צייט? מאלן שטרוי מיט מענטשן וואס זענען (אפשר בשוגג) פאר'מערט אין א נושא איז מיין מצות היום? און ח"ו, איך מיין נישט יעדעם, איך מיין נאר געוויסע יחידים, וואס האבן פשוט סימפאטיע פון אסאך צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות, אבער רוב ציבור איז אודאי א קלוגער נארמאלער ציבור, נאר, איך דארף זיך פארמעסטן מיט די יעניגע. דאס איז מיר ווערד? פארוואס?
איי, וואס וועט זיין מיט'ן עולם וואס וויל יא הערן? האב איך געטרייט צו טראכטן אזוי (איך גיי נוצן די נושא פון ועד הקהלות אלס משל, כאטש ס'איז איינס פון אסאך טעמעס וואו ס'איז נוגע):
וואס וואלט געווען, לו יהא, אז מענטשן וואלטן פאר 8 וואכן צוריק זיך געלאזט נער'ן אז מוסדות קרית יואל גייט אננעמען די למעשה הכשר... ס'וואלט געשאדט אויפן מציאות יעצט?...
וואס וואלט געווען, לו יהא, אז מענטשן וואלטן פאר 8 וואכן צוריק זיך געלאזט נער'ן אז וואנדער האט געהאט א מיטינג מיט ועד הקהלות און איינגעזען אז ס'איז נישטא מיט וועמען צו רעדן... ס'וואלט געשאדט אויפן מציאות יעצט?...
וואס וואלט געווען, לו יהא, אז מענטשן וואלטן פאר 8 וואכן צוריק זיך געלאזט נער'ן אז הגה"צ הרב שטיינבערגער האט געהייסן אראפנעמען די מודעה אין קרית יואל ווייל ער האלט יא פון אננעמען די למעשה הכשר (חחח). ס'וואלט געשאדט אויפן מציאות יעצט?...
און אזוי קען איך גיין ווייטער און ווייטער, און איך קען אפילו גיין צום יסוד: וואס וועט געשען, לו יהא, אז מענטשן וועלן אפקויפן די פרישע געבעקס וואס איינער האט מיר אריינגעשיקט, ווי איינער שרייבט וויאזוי די פאם פון האט זיך געגרינדעט, א גאנצע באשרייבונג שוא ושקר פון אויבן ביז אראפ. ער שרייבט "געהערט ערשטע האנט"... אבער איך זאג "עמנו הייתם", איך האב נישט געטראפן איין גאנצע ווארט אמת. נו! ס'גייט איינעם שאטן במציאות?...
דער איינציגסטער וועמען ס'גייט שאטן, איז אפשר אפאר אידן וואס וועלן האבן א שלאפלאזע נאכט פון צער אז מ'רעדט אזוי אויף זיי על לא עול בכפם, ומצד שני, פאר'ן שרייבער אויף יענע וועלט.
אבער פארוואס זאל איך דאס מיטהאלטן און נאך פארברענגען דערויף?... גייט עס דען עפעס טוישן? גארנישט.
ממילא, וויבאלד ס'אזי זיך צוזאמגעקומען אזויפיל נקודות אויפאמאל, און נאך אלעם נעמט עס אוועק מחשבה און אויך צייט, האב איך באשלאסן: גיי זאג תהלים!... כ'מיין... לאמיך פאוקוסן אויף תכלית, מיין תפקיד אויף דער וועלט איז נישט קעיר צו נעמען פון די וועלט... ס'איז דא א בוכ"ע וואס טוט דאס, און איך בין גענצליך פטור, סיי על פי הלכה און סיי על פי חוקי המדינה... פטור לגמרי.
אלזא, האב איך געזאגט פאר מיין פילטער זאל מיר צומאכן אלעס (די תגובה האב איך געשיקט ע"י שליח), און איך וואונטש פאר אלעמען פיל הצלחה, הנאה, און די וואס האבן רחמנות אויף מיין פרנסה וועלן מיר מוזן גלייבן דאסמאל אז אלס מיין פרנסה אויס איז בעסער אן דעם... נישט אייוועלט און נישט אידטיש האבן געהאט עני שייכות צו מיין ביזנעס, אפילו אויב איר 'ווייסט' 'ערשטהאנטיג' אז יא... (גענוי ווי נאך אסאך ערשטהאנטיגע זאכן וואס ווייסער'ס ווייסן איבער 'יענעם'...) סוי מ'דארף ב"ה נישט זארגן דערויף. ס'איז געווען א פערזענליכע שאלה, נישט קיין ביזנעס שאלה.
און וואס גיי איך טון מיט די איבריגע צייט?...
ווי געזאגט, איך האב נישט געזען די לעצטע פאר טאג א גרויסע חילוק אין מיין צייט. אויב עפעס בין איך פונקט יעצט געווען פיל מער פארנומען ווי נארמאל, אהיים גאר שפעט ליידער יעדע נאכט... דאס איז שוין סתם געווען א נסיון צו טראכטן אז איך פארדין גארנישט...
אבער אויב יא, איז אודאי גוט. מיט א יאר צוריק ווען איך האב אויפגעהערט א געוויסע עסקנות פאר א געוויסע סיבה, האב איך באשלאסן אנצופילן די פארדינטע צייט און גענומען א נייע ביינאכט חברותא מיט וועמען כ'האב עוונטועל אנגעהויבן לערנען "תורתך". איך האב אליינס נישט געוויסט וואס דאס מיינט... יעצט קען איך זאגן: לערנען תורתך מיינט, אז אנשטאט די שיעור פון א שעה א טאג זאל ווערן א דרייפערטל שעה (אדער אפילו א האלבע...), איז געווארן אז די שעה ווערט אפיציעל איינס אהאלב, און צומאל אפילו 2.
סוי... אויב וועט בלייבן מער צייט, העט מען מוזן אנהויבן לערנען יסודי אויך!...
כ'האב שוין מאריך געווען מער ווי כ'האב געוואלט. א גוט שבת.
אויב איינער וויל אמאל עפעס וויסן אדער הערן, ווייל ער וויל וויסן (כלומר, נישט ווייל ער וויל זיך טענה'ן...), אין א נושא וואס ער טראכט אז איך בין באקאנט דערמיט, קען ער מיר אימעילן פריוואט עני טיים, tehilimjew@gmail.com
איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21923
איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6169
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 49168
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
נעם אראפ דעם פורים מאסקע בעפאר די גייסט...
די הספדים לאז איך איבער פאר @פופציגער
די הספדים לאז איך איבער פאר @פופציגער
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
קיינער זאל נישט לייקן דעם תגובה.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
מיר וועלן זיך בענקען
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2723
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 9959
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
א שטארקע פראסק פאר אידטיש...
אויב ס'איז נוגע, סבאדערט מיך באמת.
פון די איינציגסטע ניקס וואס קלארקייט איז געווען די הויפט ארטיקל אין יעדע פאוסט.
כ'וויל אויסדרוקן מיינע וואונטשן פאר אלע וואס האבן גורם געווען דאס: שלעכט!
אויב ס'איז נוגע, סבאדערט מיך באמת.
פון די איינציגסטע ניקס וואס קלארקייט איז געווען די הויפט ארטיקל אין יעדע פאוסט.
כ'וויל אויסדרוקן מיינע וואונטשן פאר אלע וואס האבן גורם געווען דאס: שלעכט!
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
15 טעג צו פרי...
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
א גרויסע ווייטאג.
איך שמועס און טענה זיך מיט ר' @דער תהלים איד פון צייט צו צייט, ער איז זייער גערעכט.
ער האט מיר אויסגעקלארט אסאך פראגעס איבער וועלכע נושא עס זאל נאר נישט זיין ווי אונז זען מיר נישט געווען אויף איין פעדז, איבערהויפט אין די נושא וואס ער ניצט פאר א משל.
אבער איך האב נישט אמאל געהאט א געלעגנהייט אים צי פארטיידיגן דערנאך וואס דער טעמע'ס אקצעפטירן גאר שוואך לאגיק.
איך שמועס און טענה זיך מיט ר' @דער תהלים איד פון צייט צו צייט, ער איז זייער גערעכט.
ער האט מיר אויסגעקלארט אסאך פראגעס איבער וועלכע נושא עס זאל נאר נישט זיין ווי אונז זען מיר נישט געווען אויף איין פעדז, איבערהויפט אין די נושא וואס ער ניצט פאר א משל.
אבער איך האב נישט אמאל געהאט א געלעגנהייט אים צי פארטיידיגן דערנאך וואס דער טעמע'ס אקצעפטירן גאר שוואך לאגיק.
-
תלמידי רבינו הקדוש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:12 pm
- Location: קרית יואל יצ"ו
- x 96
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
קוקט אויס משיח קומט שוין טאקע, דא ווערט מקויים רוח הקודש פון חז"ל מיט מלחמת פרס.. און דא מיט די פארשווינדונג פון @דער תהלים איד וועט זיין "והאמת נעדרת"
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון זיין קלארקייט אויף נושאים, זיך נישט לאזנדיג אריינגעשלעפט ווערן אינעם נעץ פון ספינערס און חושערס
חבל על דאבדין...
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון זיין קלארקייט אויף נושאים, זיך נישט לאזנדיג אריינגעשלעפט ווערן אינעם נעץ פון ספינערס און חושערס
חבל על דאבדין...
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 862
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1455
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
WOW!!!
דאס איז גאר פאוערפול נקודה, וואס איך האב איינמאל געליינט אין די הבדלה בליצן און ס'איז מיר אריין אין די ביינער!
אין קורצן איז עס, "די וועלט גייט נישט אונטערגיין אן דיר"...
דו מייינסט אז דו פארברענגסט אויפ'ן אינטערנעט ווייל דו טוסט אויף פאר דער וועלט. דו שרייבסט בלעטער אויף וויקיפידיע וכו' וכו', מען גייט פאררעכטן די וועלט...
להוי ידוע, א שאד דיין ארבעט, א שאד דיין פלאג. גארנישט גייט זיך נישט טוישן אן דיר. די וועלט גייט נישט ווערן בעסער אדער ערגער באזירט אויף דיין אינטערנעט אקטיוויטעט.
דו מיינסט ס'איז 'וילכו לרעות את צאן אביהם', ניין ס'איז 'לרעות את עצמן'...
---
(און יעצט איינמאל דו האסט שוין געכאפט די נקודה, קענסטו שוין רואיג צוריקקומען, מיט דעם ניק, צו מיט א אנדערע, אן קיין פרעשור, און אן קיין לחץ, בלויז צו ענזשויען און זיך אויסלופטערן, אן נעמען גארנישט פערזענליך...)
דאס איז גאר פאוערפול נקודה, וואס איך האב איינמאל געליינט אין די הבדלה בליצן און ס'איז מיר אריין אין די ביינער!
אין קורצן איז עס, "די וועלט גייט נישט אונטערגיין אן דיר"...
דו מייינסט אז דו פארברענגסט אויפ'ן אינטערנעט ווייל דו טוסט אויף פאר דער וועלט. דו שרייבסט בלעטער אויף וויקיפידיע וכו' וכו', מען גייט פאררעכטן די וועלט...
להוי ידוע, א שאד דיין ארבעט, א שאד דיין פלאג. גארנישט גייט זיך נישט טוישן אן דיר. די וועלט גייט נישט ווערן בעסער אדער ערגער באזירט אויף דיין אינטערנעט אקטיוויטעט.
דו מיינסט ס'איז 'וילכו לרעות את צאן אביהם', ניין ס'איז 'לרעות את עצמן'...
---
(און יעצט איינמאל דו האסט שוין געכאפט די נקודה, קענסטו שוין רואיג צוריקקומען, מיט דעם ניק, צו מיט א אנדערע, אן קיין פרעשור, און אן קיין לחץ, בלויז צו ענזשויען און זיך אויסלופטערן, אן נעמען גארנישט פערזענליך...)
Re: איך האב נישט רעזיגנירט, איך האב קיינמאל אנגעהויבן
איך וויל זיך באדאנקען פאר @דער תהילים איד פארן צאלן פאר דעם סייט, איך האב באמת צו ליינען דא