אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 791

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

► Show Spoiler
@נישט קיין בהלה

אפשר טאקע איז צייט צו אויף צו מאכען אשכולות לפי דיין טעיסט, ברענג אראפ די דברים קדושים וואס ס’רעדט צו דיר, אפשר קענען נאך אידן הנאה האבען. (עס לאנג ס’נישט אקעגען צדיקים.)

אבער ביטע, אפשר לאז פריי די אשכול פאר די אידען וואס האלטען אנדערשט ווי אייך.

והכול על מקומו יבוא בשלום.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 346
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 651

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צייטווייליג »

ביטע זיך האלטן צום נושא הטעמע
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1539

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיפע טאשן »

photo_2024-09-10_16-17-25.jpg
photo_2024-09-10_16-17-25.jpg (96.18 KiB) געזען געווארן 980 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 84

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

אוי מניעות, אוי מניעות, ווי שווער ביסטו.

איך בין א באלעבתי'ש אינגערמאן וואס וואוינט אין וויליאמסבורג, פון די עווריזש וויליאמסבורגע סטייל.

סאמהאו האט מיר ברסלב אלץ געצויגן, און איך האב אנגעהויבן לערנען און פילעווען אין ספרי מוהר"ן. און פאקט האט עס מיר אריינגעגעבן א שטארקע חיזוק בכל מיני זמנים, און ב"ה איך האב געזעהן און מיין פריוואטע אידישקייט א שטארקע עליה.

מיין משפחה און מיינע חברים האט קיינער נישט געוויסט אז איך גלייך ברסלב, פשוט כ'האב עס געזוכט צו באהאלטן. איך זיך זעך דאך נישט די ברסלב'ע סטוגמא אויפן נאז.

יארן וואס איך גאַר צו פארן קיין אומאן אויף ר"ה ולא עלתה בידי.

די יאר האב איך אפגעמאכט אז איך פאר! יעבור עלי מה.

געלויבט די אייבערשטער אז ער האט מיר באשאנקן מיט א קלוגע אשת חיל וואס האט מסכים געווען לעשות רצון בעלה, און מיר לאזן פארן, אפי' ווען ס'איז איר לאו דוקא גרינג.

דא זענען די מניעות אריינגערופן געווארן, קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט געלט; איך בין נישט עקסטער ברייט יעצט פיינענשלי, און איך קען יוזען יעדע דאלער, אבער געלויבט די אייבערשטער איך האב געבראכן די מניעה.

נאכדעים איז אריינגעקומען די מניעות המוח; וואס מאכסטו משוגע? גייסט איבערלאזן דיין ווייב און קינדער? ביסטו דען א עכטע ברסלב'ער אז דו מוזט פארן? וואס גייען דיינע חברים זאגן? וכדומה, וכדומה, אבער מיטן אייבערשטן'ס הילף האב איך עס באוויזן אוועקצומאכן.

דאן איז אריינגעקומען די נעקסט לעוועל מניעות המוח; וואס איז שלעכט מיטן גיין אינמיטן יאר? ווער זאגט אז ר' נחמן האט בכלל געמיינט צו זאגן אז מ'זאל אויך קומען לאחר מותו וכדומה וכדומה, און ב"ה איך האב דאס דורכגעבראכן.

די פלאן איז געווען אז מיין ווייב גייט זאגן פאר מיין שווער/שוויגער אפאר וואכן פאר ר"ה אז איך פאר, פשוט זיכער מאכן אז זי האט ווי צו איינשטיין אויף יו"ט.

ווי נאר מיין שווער האט געהערט אז איך פלאן צו פארן, איזער געווארן ווילד, נאו-וועי! ער פארט נישט. און האט אנגעהויבן צו פארפירן, ער האט אויך די היינטיגע משוגעת פון פארן? ווי אויך ס'דאך דא א מלחמה און אוקריינע, וויאזוי קענסטו עס צולאזן? די סטעיט דיפארטמענט האט דאך ארויגעגבן א טרעוול פארבאט קיין אוקריינע וכדומה וכדומה.

מיין ווייב האט איהם איידעלרהייט גענטפערט, אז דאס איז רצון בעלה, און אז זי האט נישט קיין פראלעים דערמיט. און איבער די מלחמה, אויב זעהט ער אז עס איז טאקע מסוכן וועט ער ארויסקענסלען.

ווען איך האב איבערגעהערט די דיבורים פון מיין שווער בין איך געווארן אביסל פארלוירן, כ'האב מיר נישט געראכטן דערויף, אמת טאקע אז איך האב שוין געהערט אזאנע מעשיות, אבער מיין שווער איז נאך גאנץ אינג פאר דיע זאכן.

בקיצור, נאכן דורכרעדן מיט א קלוגע איד איז געבליבן, אז איך גיי עס לאזן לויפן, אין איך וועל אי"ה פארן.

פון די אנדערע זייט ב"ה אז ווען איך האב געמאלדן די נייעס פאר מיינע עלטערן, האב איך באקומען זייער א פאזאטיווע ריעקשן.

וואכן זענען אריבער מיין ווייב האט פראבירט צו עוואוידן די דיסקאשן מיט אירע עלטערן, ביזז, ס'ווערט דאך נענטער צו ר"ה און מיין ווייב האט געמוזט רופן אירע עלטערן צו זיכער מאכן אז זי קען קומען ר"ה _ _ _ און דא איז איז געשעהן, מיין שווער האט זיך גענומען מאכן קולות, ס'נישט נארמאל וכו וכו וכו… זעהנדיג אז דאס העלפט נישט האט ער אראפגעלאזט די באמבע, איך נעם דיר נישט אריין צו מיר אויף יו"ט... מיין ווייב איז געווארן פארשטיינערט און זיך פראבירט איינצובעטן אז איר מאן האט שוין געבוקט טיקעט'ס און געצאלט פאר אן אכסנאי, אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן

מיין ווייב האט עס מער נישט געקענט פארנעמען, און פארלאנגט פון מיר צו קענסלן די נסיעה.

איך דארף ענק נישט מסביר זיין ווי שווער ס'איז מיר, סיי אלץ די דיסעפאוינטמענט נאכן זיך איינרעדן א לאנגע צייט אז איך פאר, און סיי די חלק אז אן אנדערע מענטשט קומט אריין און מיין באנדערי, וואס ווי פארשטענדליך איזעס זייער שווער, ווי אויך איז דא געלט שאדן. איך פראביר זיך אבער צו שטארקן אז אלעס איז לטובתי.

ע"כ המעשה

אדערווייל קוקט אויס אז איך גיי נישט פארן אויף ר"ה, מיטדי חלק השתדלות האב איך דא גענדיגט! איך גיי נישט פארן ווען מיין ווייב וויל נישט, איך בין נישט קיין דזשיהאד… און נאר תפילה איז די אינציגסטע זאך וואס קען נאך העלפן דא.
-----------------------------

פ"וו שרייב איך דאס? פאר צווי סיבות

1) מזאל וויסן אז אין תש24 קען נאך אזאנס פאסירן, און אז ס'זאל זיין א חיזוק פאר איינער וואס וויל שטארק אבער קען נישט פארן.. למעשה האב איך געטוען מיין פולע השתדלות, און מחשבה טובה הקב"ה מצרף למעשה.

2) מענטשן ווייסן ס'דא צוויי מיני מענטשן וואס פארן. אדער א עכטע פרומע ברסלב'ער, אדער סתם א טשילער, וויל איך ענק לאזן וויסן אז אינטער די טשילער ליגט מעגליך א דורכקווייקטע ברסלב'ע, וואס רעדט און שטרעבט צום אייבערשטן, אן צו טוען מצוות ומעשים טובים, און האט געטראפן זיין סיפוק ביי ברסלב.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5355

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פופציגער »

אוי, איך שפיר דיין צער.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2887

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@יהא רעוא איך שפיר דיין ווייטאג. איך האף דו וועסט טרעפן א וועג דאס אויסצוגלייכן גרינגערהייט. כאטש איך קען ארגערע מעשיות מיט חסידי באבוב45 וואס דער שווער איז געווען באבוב, און אויך סאטמאר מהרי"י און סאטמאר מהר"א, אבער דארט איז עס טאקע אויך נישט אויסגעהאלטן.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

פארריקטער שווער. לאז צורוה דיין איידעם!

טעראר און געצוואנג איז א פעילד מהלך. אלץ געווען און וועט אייביג זיין!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 75

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

ער האט פעיר פרעשער מקומי.

נעבעך.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

הוחזק כפרן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 4:54 pm ער האט פעיר פרעשער מקומי.

נעבעך.
יא? סאו פארוואס פירט ער זיך אויף ווי א פערד? אזוי רעבעלט דאך די גאנצע משפחה בריש גלי

#פעיר פרעשור לאגיק גערעדט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 283

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

קלוג טוסטו אז דו פארסט נישט!

דער באשעפער זאל העלפן זאלסט קענען פארן נעקסטע יאר מיט די פולע הסכמה פון דיין ווייב, און ס’זאל איר זיין גרינג דיר צו לאזן גיין.

און וואו דו ביסט אויף יום טוב האלט זיך פרייליך... איך דערמאן זיך וויאזוי איך האב געפילט די יאר פון קאוויד.. מען שטארקט זיך און מען פראוועט א פרייליכע יום טוב, און ווי דער בעל שם טוב האט געזאגט אז דארט וואו א מענטש טראכט דארט איז ער. אז דו האסט אזוי שטארק געוואלט פארן און פשוט נישט געקענט, איז עס כאילו ביסט דארטן.

א פרייליכע יום טוב!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5355

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פופציגער »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:12 pm קלוג טוסטו אז דו פארסט נישט!

גוט געענטפערט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5355

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 3:17 pm @יהא רעוא איך שפיר דיין ווייטאג. איך האף דו וועסט טרעפן א וועג דאס אויסצוגלייכן גרינגערהייט. כאטש איך קען ארגערע מעשיות מיט חסידי באבוב45 וואס דער שווער איז געווען באבוב, און אויך סאטמאר מהרי"י און סאטמאר מהר"א, אבער דארט איז עס טאקע אויך נישט אויסגעהאלטן.
קאמענטאר אומפאסיג - לדעתי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 791

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יהא רעוא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 2:30 pm אוי מניעות, אוי מניעות, ווי שווער ביסטו.

איך בין א באלעבתי'ש אינגערמאן וואס וואוינט אין וויליאמסבורג, פון די עווריזש וויליאמסבורגע סטייל.

סאמהאו האט מיר ברסלב אלץ געצויגן, און איך האב אנגעהויבן לערנען און פילעווען אין ספרי מוהר"ן. און פאקט האט עס מיר אריינגעגעבן א שטארקע חיזוק בכל מיני זמנים, און ב"ה איך האב געזעהן און מיין פריוואטע אידישקייט א שטארקע עליה.

מיין משפחה און מיינע חברים האט קיינער נישט געוויסט אז איך גלייך ברסלב, פשוט כ'האב עס געזוכט צו באהאלטן. איך זיך זעך דאך נישט די ברסלב'ע סטוגמא אויפן נאז.

יארן וואס איך גאַר צו פארן קיין אומאן אויף ר"ה ולא עלתה בידי.

די יאר האב איך אפגעמאכט אז איך פאר! יעבור עלי מה.

געלויבט די אייבערשטער אז ער האט מיר באשאנקן מיט א קלוגע אשת חיל וואס האט מסכים געווען לעשות רצון בעלה, און מיר לאזן פארן, אפי' ווען ס'איז איר לאו דוקא גרינג.

דא זענען די מניעות אריינגערופן געווארן, קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט געלט; איך בין נישט עקסטער ברייט יעצט פיינענשלי, און איך קען יוזען יעדע דאלער, אבער געלויבט די אייבערשטער איך האב געבראכן די מניעה.

נאכדעים איז אריינגעקומען די מניעות המוח; וואס מאכסטו משוגע? גייסט איבערלאזן דיין ווייב און קינדער? ביסטו דען א עכטע ברסלב'ער אז דו מוזט פארן? וואס גייען דיינע חברים זאגן? וכדומה, וכדומה, אבער מיטן אייבערשטן'ס הילף האב איך עס באוויזן אוועקצומאכן.

דאן איז אריינגעקומען די נעקסט לעוועל מניעות המוח; וואס איז שלעכט מיטן גיין אינמיטן יאר? ווער זאגט אז ר' נחמן האט בכלל געמיינט צו זאגן אז מ'זאל אויך קומען לאחר מותו וכדומה וכדומה, און ב"ה איך האב דאס דורכגעבראכן.

די פלאן איז געווען אז מיין ווייב גייט זאגן פאר מיין שווער/שוויגער אפאר וואכן פאר ר"ה אז איך פאר, פשוט זיכער מאכן אז זי האט ווי צו איינשטיין אויף יו"ט.

ווי נאר מיין שווער האט געהערט אז איך פלאן צו פארן, איזער געווארן ווילד, נאו-וועי! ער פארט נישט. און האט אנגעהויבן צו פארפירן, ער האט אויך די היינטיגע משוגעת פון פארן? ווי אויך ס'דאך דא א מלחמה און אוקריינע, וויאזוי קענסטו עס צולאזן? די סטעיט דיפארטמענט האט דאך ארויגעגבן א טרעוול פארבאט קיין אוקריינע וכדומה וכדומה.

מיין ווייב האט איהם איידעלרהייט גענטפערט, אז דאס איז רצון בעלה, און אז זי האט נישט קיין פראלעים דערמיט. און איבער די מלחמה, אויב זעהט ער אז עס איז טאקע מסוכן וועט ער ארויסקענסלען.

ווען איך האב איבערגעהערט די דיבורים פון מיין שווער בין איך געווארן אביסל פארלוירן, כ'האב מיר נישט געראכטן דערויף, אמת טאקע אז איך האב שוין געהערט אזאנע מעשיות, אבער מיין שווער איז נאך גאנץ אינג פאר דיע זאכן.

בקיצור, נאכן דורכרעדן מיט א קלוגע איד איז געבליבן, אז איך גיי עס לאזן לויפן, אין איך וועל אי"ה פארן.

פון די אנדערע זייט ב"ה אז ווען איך האב געמאלדן די נייעס פאר מיינע עלטערן, האב איך באקומען זייער א פאזאטיווע ריעקשן.

וואכן זענען אריבער מיין ווייב האט פראבירט צו עוואוידן די דיסקאשן מיט אירע עלטערן, ביזז, ס'ווערט דאך נענטער צו ר"ה און מיין ווייב האט געמוזט רופן אירע עלטערן צו זיכער מאכן אז זי קען קומען ר"ה _ _ _ און דא איז איז געשעהן, מיין שווער האט זיך גענומען מאכן קולות, ס'נישט נארמאל וכו וכו וכו… זעהנדיג אז דאס העלפט נישט האט ער אראפגעלאזט די באמבע, איך נעם דיר נישט אריין צו מיר אויף יו"ט... מיין ווייב איז געווארן פארשטיינערט און זיך פראבירט איינצובעטן אז איר מאן האט שוין געבוקט טיקעט'ס און געצאלט פאר אן אכסנאי, אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן

מיין ווייב האט עס מער נישט געקענט פארנעמען, און פארלאנגט פון מיר צו קענסלן די נסיעה.

איך דארף ענק נישט מסביר זיין ווי שווער ס'איז מיר, סיי אלץ די דיסעפאוינטמענט נאכן זיך איינרעדן א לאנגע צייט אז איך פאר, און סיי די חלק אז אן אנדערע מענטשט קומט אריין און מיין באנדערי, וואס ווי פארשטענדליך איזעס זייער שווער, ווי אויך איז דא געלט שאדן. איך פראביר זיך אבער צו שטארקן אז אלעס איז לטובתי.

ע"כ המעשה

אדערווייל קוקט אויס אז איך גיי נישט פארן אויף ר"ה, מיטדי חלק השתדלות האב איך דא גענדיגט! איך גיי נישט פארן ווען מיין ווייב וויל נישט, איך בין נישט קיין דזשיהאד… און נאר תפילה איז די אינציגסטע זאך וואס קען נאך העלפן דא.
-----------------------------

פ"וו שרייב איך דאס? פאר צווי סיבות

1) מזאל וויסן אז אין תש24 קען נאך אזאנס פאסירן, און אז ס'זאל זיין א חיזוק פאר איינער וואס וויל שטארק אבער קען נישט פארן.. למעשה האב איך געטוען מיין פולע השתדלות, און מחשבה טובה הקב"ה מצרף למעשה.

2) מענטשן ווייסן ס'דא צוויי מיני מענטשן וואס פארן. אדער א עכטע פרומע ברסלב'ער, אדער סתם א טשילער, וויל איך ענק לאזן וויסן אז אינטער די טשילער ליגט מעגליך א דורכקווייקטע ברסלב'ע, וואס רעדט און שטרעבט צום אייבערשטן, אן צו טוען מצוות ומעשים טובים, און האט געטראפן זיין סיפוק ביי ברסלב.
אפשר וואלט כדאי געווען איהם צו ריפען דירעקט עס אויס צו שמועסן?

תמימות, כבוד, וכו’
מסעי
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:02 am
x 1

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסעי »

סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.

די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.

אין א סייד נאוט, כ'זאג דיר צו אז ער גייט ארייננעמען דיין ווייב אויף יום טוב. סוכ"ס איז עס זיין טאכטער. סאיז סתם אזא טאקטיק דיך צו דערשרעקן. חוץ אויב ער איז באמת א שלעכטער קאנטראל פריעק, וואס כהאף סאיז נישט די קעיס דא.
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 148

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך חיים יוסף »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:12 pm קלוג טוסטו אז דו פארסט נישט!

דער באשעפער זאל העלפן זאלסט קענען פארן נעקסטע יאר מיט די פולע הסכמה פון דיין ווייב, און ס’זאל איר זיין גרינג דיר צו לאזן גיין.

און וואו דו ביסט אויף יום טוב האלט זיך פרייליך... איך דערמאן זיך וויאזוי איך האב געפילט די יאר פון קאוויד.. מען שטארקט זיך און מען פראוועט א פרייליכע יום טוב, און ווי דער בעל שם טוב האט געזאגט אז דארט וואו א מענטש טראכט דארט איז ער. אז דו האסט אזוי שטארק געוואלט פארן און פשוט נישט געקענט, איז עס כאילו ביסט דארטן.

א פרייליכע יום טוב!
היילוג גערעכט, עס איז זייער שווער
אבער אויב בלייבסטו דא זיי פריילעך און ברענג אריין א גיטע גיסטע אין שטוב
פארמאך די אויגן די ערשטע נאכט ראש השנה אין רעדט מיטן אייבערשטן, איך האב געוואלט זיין ערגעץ אנדערש אבער איך בין געבליבן דא צוליב מיין שטוב וואס איך בוי פאר דיין כבוד, איך גלייב די וועסט שפירן גרויסע זאכן
דיין שטוב וועט דיך ריספעקטן פארן בלייבן נארמאל זי פארשטייט אז די האסט געהאט טיקעטס וכו" די וועסט באקומען א גרויסע אייבערהאנט איבער יעדן, אריינגערעכנט אירע עלטערן
דיין שווער וועט אויך באקומען א גילטי פילאינג ער וועט זיך שעמען פון זיך אליין
קומענדיגע יאר פארסטו ווי א מלך
די עיקר איז ווי די ביסט אויף ראש השנה געדענקט סאיז א זמן פון מלך בשדה דער אייבערשטער וויל אינז גיטס טוען, פארליר דיך נישט פון די ארום אין ארום אין פויל אויס א שנה טובה א זיס לעכטיג יאר מיט געזונט פרנסה נחת פאר דיך אין גאנץ כלל ישראל
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

מסעי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 am סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.

די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.
אמת און נישט אמת. די מעסידזש דארף זיין ביי זאכן וואס גייען נישט פירן צו א פולשטענדיגע קריג.

סתם מחלוקת פאר א מעסידזש? נעה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 56

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אהרן »

מסעי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 am סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.

די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.

אין א סייד נאוט, כ'זאג דיר צו אז ער גייט ארייננעמען דיין ווייב אויף יום טוב. סוכ"ס איז עס זיין טאכטער. סאיז סתם אזא טאקטיק דיך צו דערשרעקן. חוץ אויב ער איז באמת א שלעכטער קאנטראל פריעק, וואס כהאף סאיז נישט די קעיס דא.
בשום אין אופן! זיכער נישט ווען דיין ווייב איז נישט 100% מיט דיר... ער קען נאך אריינהאקן אין איר א גאנץ יום טוב קעגן דיר און דיר נאך ארלעדיגן א גט רח''ל כבר היה לעולמים

די סייט נאוט איז בכלל נישט אזוי זיכער... שוין טויזענטער יאר צוריק איז דעקומענדירט אזא געשעניש ווען כלבא שבוע האט ארויסגעווארפן זיין טאכטער אויף די גאס סוי זיין נישט אזוי זיכער
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

אהרן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:18 am
מסעי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 am סתם אלס אן עצה טובה. פאר אזא שווער דארף מען איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז דו ביסט אן אדאלט און ביסט בארעכטיגט צו מאכן דיינע אייגענע דעסישנס.

די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיך אליינס, איז יא פארן. גארנישט וועגן ברסלב אדער רבי נחמן, נאר פשוט צו לאזן וויסן דיין שווער אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיינע איידעמער.

אין א סייד נאוט, כ'זאג דיר צו אז ער גייט ארייננעמען דיין ווייב אויף יום טוב. סוכ"ס איז עס זיין טאכטער. סאיז סתם אזא טאקטיק דיך צו דערשרעקן. חוץ אויב ער איז באמת א שלעכטער קאנטראל פריעק, וואס כהאף סאיז נישט די קעיס דא.
בשום אין אופן! זיכער נישט ווען דיין ווייב איז נישט 100% מיט דיר... ער קען נאך אריינהאקן אין איר א גאנץ יום טוב קעגן דיר און דיר נאך ארלעדיגן א גט רח''ל כבר היה לעולמים

די סייט נאוט איז בכלל נישט אזוי זיכער... שוין טויזענטער יאר צוריק איז דעקומענדירט אזא געשעניש ווען כלבא שבוע האט ארויסגעווארפן זיין טאכטער אויף די גאס סוי זיין נישט אזוי זיכער
גא”מ.

נצחון איז א תאוה. השכם והערב עליהם לביהמ”ד והם כלים מאליהם, דאס האט אלעמאל געזיגט.

יעצט צו ברסלב פאר דיר איז גוט און ריכטיג איז נישט די שמועס דא בכלל. טאמער לפי דעתך איז דאס וואס ברענגט דיר נענטער צום אויבערשטן און מאכט דיר אן ערליכער איד דאן חזק ואמץ. אין הלכה זעהען מיר אז קיינער האט נישט אריינצורעדן אין דעם ווען סקומט צו נעמען רבי.

אבער צו סאיז ווערד צו ווייזן בעלות און נצחון? חס וחלילה!

זיי קלוג און נישט גערעכט. מיט קלוגשאפט זיגט מען עניוועי. מיט קלוגשאפט מאכט מען יענעם דיך נאכטאנצן. מיט אגרעשאן מאכט מען יענעם אוועקטאנצן.

ר’ נחמן זאגט אין ליקוטי מוהר”ן אז רדיפת הכבוד צייגט אויף צוריקגעבליבנקייט. רדיפת הכבוד באדייט אז דיין רצון זאל דיקטירן. זיי נישט קיין שוטה אזוי ווי יענער שווער נאר זיי קלוג. וועסט נאך אסאך פארן קיין אומאן אויב איז דאס טאקע דיין רצון און גלויבונג, משיח זאל נאר דא זיין בעפארדעם.

שרייבט צו אייך א נישט ברסלב’ער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 56

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אהרן »

נאך מער, זיי זיך מכניע פאר דיין שווער אינגאנצן! זאג דיין ווייב זאל רופען איר טאטע און זאגן אז עס איז געקענסלט ווייל ער קומט פאר אלעס.... גיב עם די גאנצע כבוד.... ווייז נישט קיין גערעגקייט בלאזעראציע'ס פארקערט זיי עם מכבד, קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא ריספעקט ער וועט באקומען צו דיר, דאס זעלבע צו דיין ווייב מאך זיך כאילו עס באדערט דיר נישט ווייל איר וואוילזיין קומט פאר אלעס עס לוינט זיך וסוף הכבוד לבוא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2887

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:28 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 3:17 pm @יהא רעוא איך שפיר דיין ווייטאג. איך האף דו וועסט טרעפן א וועג דאס אויסצוגלייכן גרינגערהייט. כאטש איך קען ארגערע מעשיות מיט חסידי באבוב45 וואס דער שווער איז געווען באבוב, און אויך סאטמאר מהרי"י און סאטמאר מהר"א, אבער דארט איז עס טאקע אויך נישט אויסגעהאלטן.
קאמענטאר אומפאסיג - לדעתי.
פארוואס? איך מיין עס זייער ערנסט. עס קומען פאר אזעלכע מעשיות, דא מיט עסן די אדער יענע שחיטה, דא מיט שיקן א קינד אין די מוסדות, דא מיט א פשוטע דאווענען.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1507

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שבת קודש »

די ברסלב'ע אידן האבן היי יאר א גאר לאנגע נסיעה קיין אומאן איבער א וואך

'א גרינגע נסיעה' פאר אלע וואס פארן
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 111

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אהבת עולם »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:00 pm די ברסלב'ע אידן האבן היי יאר א גאר לאנגע נסיעה קיין אומאן איבער א וואך

'א גרינגע נסיעה' פאר אלע וואס פארן
איבער א וואך?! מיינס א באקאנטער פארט היינט ארויס.

מיינסט ביידע נסיעות צוזאמען?
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 283

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:00 pm די ברסלב'ע אידן האבן היי יאר א גאר לאנגע נסיעה קיין אומאן איבער א וואך

'א גרינגע נסיעה' פאר אלע וואס פארן
פון מיין בעט צו מיין בעט... א וואך מיט 12 שעה
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 316

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יוחנן כהן »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:57 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:00 pm די ברסלב'ע אידן האבן היי יאר א גאר לאנגע נסיעה קיין אומאן איבער א וואך

'א גרינגע נסיעה' פאר אלע וואס פארן
פון מיין בעט צו מיין בעט... א וואך מיט 12 שעה
נו וויאזוי איז געוועהן?
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 283

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 9:52 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:57 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:00 pm די ברסלב'ע אידן האבן היי יאר א גאר לאנגע נסיעה קיין אומאן איבער א וואך

'א גרינגע נסיעה' פאר אלע וואס פארן
פון מיין בעט צו מיין בעט... א וואך מיט 12 שעה
נו וויאזוי איז געוועהן?
זאג דו מיר..
שרייב פאוסט