רבי יוסף שמואל מקראקא זצ"ל, בעל מסורת הש"ס - א' כסליו תס"ד
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:57 pm
הגאון רבי יוסף שמואל פון די שטאט קראקא איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי צבי הירש, אין די שטאט קרעמניץ וואס איז אין וואהלין.
דער חיד"א שרייבט אויף אים אין שם הגדולים (מע"ג אות י' סימן קפ"א) אז ער האט דורכגעלערנט גאנץ ש"ס בבקיאות ועמקות נפלא 42 מאל כמנין ודברת ב"ם.
נאך שרייבט ער אז ער האט במשך 25 יאר געלערנט תורה לשמה שטייענדיג אויף די פיס, און זיינע ווערטער זענען געהערט געווארן אין הימל אזוי ווי איינע פון די ראשונים.
רבי יוסף שמואל איז קודם געווען א איידעם ביי ר' איציק ר' עקיבא'ס פון די שטאט פרעמיסלא. (כמ"ש הוא בעצמו בשו"ת חינוך בית יהודה, סוף סימן קל"ז). און שפעטער ווען זיין פרוי איז נפטר געווארן האט ער אין שנת ת"ז נאכאמאל חתונה געהאט מיט די טאכטער פון א גרויסן גביר ר' חיים ר' ישעיה'ס פון קראקא וואס האט געהאנדלט מיט גאלד און זילבער.
רבי יוסף שמואל איז שפעטער געווארן א דיין אין קראקא, ווי אויך איז ער געווען א מלמד פאר קינדער.
אין יאר ת"נ ווען דער פראנקפורטער רב ר' ישעיה בן ר' שבתי הלוי הורוויץ בעל בית הלוי [נכד השל"ה] איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין פויזנא, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין פראנקפורט ווי ער איז פארבליבן רב ביז די יום הפטירה אום ר"ח כסליו שנת תס"ד.
עס איז דא א אינטערסאנטע מעשה די השתלשלות וויאזוי ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין פראנקפורט ווי פאלגענד:
דער אלטער רב האט פאר זיין אוועקגיין אנגעזאגט די פארשטייער פון דער קהלה, אז זיי זאלן אויפנעמען א נייעם רב נאר לויט זיין ווילן. די ראשי הקהל האבן איהם צוגעזאגט, אז זיי וועלן איהם הארכן, נאר ער זאל זיי אנרופן דעם נייעם רב ביים נאמען. ער האט זיי אבער געזאגט אז דער נאמען ווייסט ער נישט, נאר צווישן זיינע כתבים האט ער איבערגעלאזט צוויי פארזיגלטע בריף, אין דעם בריף וואס איז אנגעצייכנט אויף איהם א א' געפינען זיך דריי קשיות, און אין דעם צווייטן וואס איז באצייכנט מיט א ב', געפינט זיך דער תירוץ אויף די דריי קשיות, זיי זאלן אזוי לאנג זוכן ביז זיי וועלן געפינען א תלמיד חכם וואס וועט מיט דעם זעלבן תירוץ פארענטפערן די דריי קשיות דער איז ראוי צו זיין רב אין פראנקפורט קיין אנדערער נישט.
די ראשי הקהל האבן איהם דאס צוגעזאגט ווייל זיי האבן געוואוסט אז ער רעדט נישט סתם אזוי און וואס עס גייט ארויס פון זיין מויל איז ברוח הקודש.
נאך עטליכע חדשים האבן זיי געזעהן אז אן א רב קען די קהלה נישט זיין, האבן זיי צוזאמענגערופן די גאנצע קהלה מיט אלע תלמידי חכמים און האבן פארגעלייגט די דריי קשיות. די לומדים האבן פארשטאנען אז די קשיות זענען באמת הארבע און עס וועט שווער זיין אויף זיי א תירוץ צו געפונען, זיי האבן זיך יעדער אפגעשריבן די קשיות און געבעטן מען זאל זיי געבן צוויי וואכן צייט נאכצוקלערן די זאך. די צוויי וואכן זיינען אריבער די ראשי הקהל האב זיך ווידער פארזאמלט און איינגעלאדענט די תלמידי חכמים זיי זיינען געקומען און זיך מפלפל געווען יעדער האט געזאגט א גאנצן פשט'ל צו פארענטפערן די קשיות מיט טיפע סברות און שארפע חילוקים, אבער די ראשי הקהל האבן געעפענט דעם צווייטן בריף און געזעהן אז דארט שטייען גארנישט קיין פשט'לך, קיין סברות, קיין פלפולים, נאר איין קורצער איינפאכער תירוץ וואס איז די אלע למדנים גארנישט איינגעפאלן. די ראשי הקהל האבן זיך איבערצייגט אז פון די אלע למדנים קען קיין פראנקפורטער רב נישט זיין, האבן זיי באשלאסן צו אויסקלויבן דריי בעלי בתים תלמידי חכמים און זיי ארויסשיקן אויף די וועלט זוכן א רב, וואס וועט האבן אויף די דריי קשיות דעם אלטן רב'ס תירוץ.
די דריי לומדים זיינען ארויסגעפאהרן, און האבן מיטגענומען די צוויי בריף פון דעם אלטן צדיק און א כתב רבנות אונטערגעשריבן פון אלע ראשי הקהל און פון די שענסטע בעלי בתים, כדי איבערצוגעבן דעם אידן תיכף ווי זיי וועלן איהם געפינען.
און געפאהרן זיינען זיי גלייך קיין קראקא, ווייל אין דייטשלאנד האבן זיי אין יענע צייט נישט געהאט וואס צו זוכן, די נעסט פון דער תורה האט זיך שוין לאנג געהאט איבערגעטראגן קיין פוילן.
נאך א צוועלף טעגיקער רייזע זיינען זיי אנגעקומען קיין קראקא און געוויינליך געגאנגען באזוכן די דארטיגע ראשי הקהל און די לומדים און נאך קיינעם נישט דערציילט, וואס זיי טוען דא. אין קראקא האט מען די דריי חשוב'ע געסט זייער מקרב געווען און זיך מיט זיי געגרויסט, יעדער חשוב'ער בעל הבית האט זיי איינגעלאדן צו זיך, כדי געוואויר צו ווערן וואס עס טוט זיך היינט מיט די דייטשע אידן. די אורחים וואס פלעגן אמאל פארווארפן ווערן פון איין לאנד צום אנדערן, זיינען געווען לעבעדיגע נייעס, דורך דעם איז טאקע יעדער אורח דעמאלס געווען אנגעלייגט און בפרט אזוינע חשובע בעלי בתים פון פראנקפורט זיינען גאר געווען ווי מלאכים פון הימל.
האט זיך גראד געטראפן אז ביי איינעם פון די קראקאווער בעלי בתים איז געווען א ברית מילה, אלע בעלי בתים זיינען איינגעלאדן געווארן און צווישן זיי אויך די דריי געסט פון פראנקפורט, דער בעל ברית האט געהאט א עלטערן זוהן, א פיין גוט אינגעלע פון ניין יאהר, גאר א וואויל קינד, א עילוי. ביי דער סעודה האט דער בעל ברית געבעטן די געסט, זיי זאלן פארהערן זיין אינגעלע, ער וויל פאר זיי זאגן עפעס תורה. דאס אינגעלע האט זיך אנידערגעשטעלט און גע'דרשנ'ט א שווער סוגיא, געשיט מיט גמרות, מיט פוסקים, מיט מפרשים, געפרעגט און געענטפערט, זיך מפלפל געווען ווי עפעס א רעכטער תלמיד חכם, און די בעלי בתים זיינען געזעסן און געגאפט און זייערע אויערן נישט געגלויבט.
אבער מעהר פון אלעמען האבן דעם וואונדערבארן אינגעלע באוואונדערט די דריי פראנקפורטער געסט, זיי האבן איינער דעם אנדערן געצויגן ביי די ארבל און זיך מתווכח געווען מיט די אויגן, ארויסגענומען דעם אלטן'ס בריף און גוט אריינגעקוקט און פלוצלונג איז איינער אויפגעשפרונגען מיט א געשריי: "קום משחהו, כי זה הוא" (דאס איז א פסוק אין שמואל אזוי האט ג-ט געזאגט צו שמואל'ן, ווען ער איז געקומען צו גאסט צו ישי דוד'ס פאטער כדי צו זאלבן איינעם פון זיינע זוהן, און ישי האט איהם פארגעשטעלט אלע זיינע אכט זוהן און ערשט ווען ער האט געבראכט דעם קליינעם פאסטוכ'ל דוד האט איהם גאט געזאגט: הויב דיר אויף, זאלב איהם, דאס איז ער טאקע). נאר זיין חבר האט איהם איינגעהאלטן און איינגערוימט: דאס אינגעלע איז טאקע א גוט אינגל, אבער די תורה איז דאך פארט נישט זיינס, ער מוז דאך האבן א רבי'ן און זיין רבי האט דאס געטראפן סיי די דריי קשיות סיי דעם ריכטיגן תירוץ פון דעם אלטן רב'ס בריף, איהם אלזא קומט דאס פראנקפורטער רבנות און נישט דעם קינד, קען דען א קינד אפילו א עילוי, זיין רב?
נאך דער דרשה זענען זיי צוגעגאנגען צום אינגעלע און א פרעג געטוהן: ווער איז דאס דיין רבי? דער אינגל האט זיי געוויזן אויף א ארים איד'ל, וועלכער איז געזעסן אונטן אין א ווינקל ביים אויבן איינגעבויגן און פארטראכט, ער הייסט - האט דער אינגעל צוגעגעבן - ר' שמואל מלמד.
זיי זיינען צו איהם צוגעגאנגען מיט גרויס דרך ארץ און געפרעגט, אויב זיי קענען איהם באזוכן אינדערהיים? זיי האבן מיט איהם א זייער וויכטיגע זאך צו רעדן, אבער דער מלמד האט זיי קורץ אפגעזאגט: איך בעט אייך הונדערט מאהל איבער, איך קען אייך נישט אויפנעמען, ווייל איך בין א פארקויפטער מענטש, דעם גאנצן טאג מוז איך לערנען מיט די תלמידים און טאר נישט פארלירן פאר מיר אדער פאר אנדערע אפילו נישט איין מינוט. דער ענטפער איז זיי גאר געפעהלן, זיי האבן זיך געשושקעט: וואו טרעפט מען דאס אזא אחריות'דיגן מענטש, וואס וויל נישט די תלמידים אפילו איין מינוט מבטל זיין פון דער תורה? זיי האבן איהם נאך אמאל געבעטן ער זאל פארט געפינען א פאר מינוט, וואס ער קען זיי אויפנעמען, די זאך איז א זייער וויכטיגע פון זיין טובה וועגן. ער האט זיי צוליב געטוהן און זיי באשטעלט אויף פארנאכט זייגער 8, ווען די תלמידים גייען אהיים און זמן מנחה איז נאך נישט.
צו דער באשטימטער שעה זיינען זיי צו איהם געגאנגען, ער האט זיי מיט גרויס דרך ארץ אויפגענומען און געבעטן זיצן און זיי געפרעגט וועגן זייער באגעהר, זיי האבן גארנישט געענטפערט, נאר ארויסגענומען דעם כתב רבנות אויפן פראנקפורטער קהלה אונטערגע'חתמ'עט פון אלע חשובע בעלי בתים מיטן קהלה זיגל, און איהם דערלאנגט און דערביי איהם דערציילט זייער אלטן רב'ס צוואה און איהם געוויזן די צוויי בריף, וואו זיינע קשיות מיטן תירוץ וואס זיי האבן געהערט פון זיין תלמיד, שטייען בפירוש ווי א נבואה, זיי האבן נישט געווארט אויף זיין ענטפער, נאר איהם תיכף אפגעגעבן א ברייטן מזל טוב, און געבעטן איהם ער זאל וואס גיכער זעהן איינצוארדענען אין קראקע זיינע זאכן און תיכף מיט זיי פאהרן קיין פראנקפורט, דארט ווער ער גליקליך זיין.
ר' יוסף שמואל האט זיך פארטיפט אין מחשבות און צום סוף האט ער זיי געענטפערט: ניין רבותי, איך קען פון דא נישט אוועקפארן, אויף וועמען וועל איך איבערלאזן די תלמידים, זיי וועלן ווער ווייסט ווי לאנג, ארומגיין ליידיג און ארומלויפן אין די גאסן, ווער וועט מיר גאראנטירן, אז זיי וועלן באקומען א גוטן רבי'ן אויף מיין ארט? איך קען מיט אייך נישט פאהרן!
זיי האבן נאך געפרובט איהם איבערצורעדן, אים אויפצוווייזן אז די זאך איז מן השמים, די צוויי בריף פון דעם אלטן רב זיינען דאך א נבואה, ווי קען ער זיך אקעגן שטעלן אזא זאך? אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, ער קען זיין נאר א גוטער מלמד, אבער נישט פראנקפורטער רב, ער איז נישט ראוי דערצו.
די געסט זיינען פון איהם אוועק טרויעריג, צו נישט געווארן זייער פרייד און ווער ווייסט צו זיי וועלן נאך טרעפן ערגעץ א אנדערן וואס וועט קענען די דריי קשיות פארענטפערן אזוי ווי אין בריף שטייט. אבער וואס קען מען טון, אז עס גייט נישט, מוז מען פאהרן ווייטער זוכן, זיי האבן זיך אפגעזוכט א בעל עגלה און ווייטער געפאהרן.
אין דער זעלבע נאכט איז דער מלמד אוועקגעפאלן, פלוצלונג געפערליך קראנק געווארן און קיין שום דאקטער האט אים נישט געקענט היילן, מען האט אים אויפגעגעבן, צוזאמען גערופן די חברה קדישא לייט, אנגעצונדען ליכט און געזאגט מיט איהם ווידוי, נאך דער ווידוי האט דער קראנקער פלוצלונג אויפגעהויבן דעם קאפ און א זאג געטון:
רבונו של עולם! "לאז מיר לעבן, איך בין גרייט מיט זיי צו גיין!".
די מענטשן ארום זיין בעט האבן זיך אנגעקוקט פארוואונדערט, זיי האבן געמיינט, אז דער קראנקער רעדט פון היץ. אבער זייט דער מינוט האבן זיי געזעהן, ווי איהם ווערט בעסער, פון מינוט צו מינוט באקומט ער ווידער זיינע כוחות און איידער עס איז טאג געווארן, איז ער שוין פולקאם געווען געזונט. דעמאלס האבן זיי איהם ערשט געפרעגט, צו ער געדיינקט, וואס ער האט געזאגט אויפהויבנדיג דעם קאפ צום ערשטן מאל? ער האט זיי דערציילט וואס איהם האט געטראפן מיט די דריי פראנקפורטער געסט. ער איז איבערצייגט אז די קראנקהייט איז געווען א עונש פון הימל פאר זיין אפזאגן זיך פון דער רבנות, וועלכע איז איהם באשערט. ווי איך האב געזעהן, אז די נשמה גייט מיר אויס, האב איך תשובה געטון און גיב מיר איבער מיין גורל, וואס איז אויף מיר נגזר געווארן. ג-ט'ס ווילן מוז אויסגעפיהרט ווערן.
מען האט גיך געשיקט דאס זאגן די חשובע קראקער בעלי בתים. זיי האבן גע'ענטפערט: וואס קען מען איצט טון? די אידן זיינען אוועקגעפאהרן קיינער ווייסט נישט וואוהין, אויף וועלכן וועג און אין וועלכער שטאט קען מען זיי זוכן? פונדעסטוועגן מוז מען פרובן. זיי האבן צוזאמענגענומען געלט און געדינגען מענטשן מיט פערד, זיי זאלן רייטנדיג נאכלויפן אין אלע וועגן, אפשר וועט מען זיי נאך ערגעץ טרעפן אויפן וועג.
עס איז טאקע אזוי געווען, איינער פון די רייטער איז געקומען אין א דארף, נישט זייער ווייט פון שטאט, און אריין געגאנגען אין קרעטשמע פרעגן, אויב מען האט דא נישט געזעהן פארבייפאהרן דריי דייטשע אידן? דער אידישער ארענדאר האט זיי געזאגט, אז ביי איהם אין צווייטן צימער זיצן דריי פרעמדע אידן, וואס איז זיי ביינאכט געשעהן א אומגליק, דער וואגן איז אריינגעפאלן אין א גרוב און האט זיך איבערגעקעהרט און צובראכן געווארן. איינער פון די געסט האט זיך שטארק צוקלאפט דעם קאפ און זיי קענען ווייטער נישט פאהרן ביז עס וועט איהם בעסער ווערן. דער רייטער האט זיך דערפרייט. ער איז אריין צו די אידן און זיי דערציילט וואס עס איז געשעהן מיטן מלמד. אז ער איז שוין געזונט און איז גרייט מיט זיי צו פאהרן קיין פראנקפורט. זיי זיינען צוריק געפאהרן קיין קראקא און פון דארט געשריבן א בריף קיין פראנקפורט, אז זיי האבן מיטן אויבערשטענס הילף מצליח געווען בדרך נס, צו געפינען דעם רב, וואס דער אלטער צדיק האט אויף איהם מרמז געווען אין זיין צוואה.
ר' שמואל האט איינגעפאקט זיינע זאכן, אפגעזוכט אן אנדערן מלמד פאר זיינע תלמידים, און אין צוויי טעג ארום זיינען זיי פרייליך ארויסגעפאהרן, דער וועג איז געווען ווייט און שווער, אבער ליינגווייליג איז ער נישט געווען, זיי האבן איבערן גאנצן וועג געשמועסט אין לערנען, דערציילט זיך מעשיות פון גאונים און צדיקים, איבערגעשמועסט די לעבנס פארהעלטעניסן אין פוילן און אין דייטשלאנד.
אין צוויי וואכן ארום זיינען זיי אנגעקומען פאר די טויערן פון פראנקפורט, זיי האבן געווארט, ווייל לויט דעם בריף, וואס זיי האבן געשריבן, האבן די פראנקפורטער ראשי הקהל געזאלט ארויסקומען פון דער שטאט מיט כלי זמר און מיט קאלעסן, אפווארטן דעם וואגן וואס האט געדארפט בריינגען דעם חשוב'ן גאסט.
זיי ווארטן און ווארטן, אבער קיינער קומט נישט אקעגן. דאס איז געווען א גרויסער חידוש... עס מוז עפעס זיין... אבער וואס קען מען טון? זיי זיינען צופוס אריין אין שטאט, און צוגעגאנגען צום הויז וואו דער ראש הקהל וואוינט, ער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער און זיך פארנויגט פארן נייעם רב, איהם אפגעגעבן מיט א טרויעריגער שטים דעם ערשטן "ברוך הבא פראנקפורטער רב" ער איז אראפגעלאפן די טרעפ, געגעבן דעם רב און די שלוחים שלום עליכם און זיך פארענטפערט "מיר האבן נישט געקענט אקעגן פאהרן און אפילו אין גאס נישט ארויסגיין, ווייל עס היינגט אויף אונז א גרויסע סכנה, פאר עטליכע טעג צוריק האט מען אונז ווידער אונטערגעווארפן א פגר פון א קליינעם ערל און אונזערע פיינט האבן אויסגעשריגן: "שלאגט די אידן זיי האבן ווידער גע'הרג'עט א קריסטליך קינד צו זייער רעליגיעזע צוועקן", זיי האבן זיך פארזאמלט צוזאמען מיטן בישאף און אונז געשיקט זאגן אז אויב מיר וועלן זיי נישט ביז דריי טעג ארויסגעבן די מערדער, וועט מען אונז ארויסטרייבן פון שטאט און אונזער האב און גוטס צונעמען, אפשר איז דאס א גוטער סימן אז גראד אין די טעג פון דער סכנה האט אונז השי"ת צוגעשיקט א נייעם רב, נו, רבי טראכט עפעס א מיטל אונז פון דער סכנה אפראטעווען, דער חלף ליגט אויפן האלז און מיר ווייסן שוין פון דער היסטאריע, אז אן בלוט פארגיסונג וועט דאס נישט אפלויפן".
דער נייער רב האט געענטפערט: זייט אייך נישט מייאש! גאט איז א שומר ישראל, זאל מען אין שוהל היינט מתפלל זיין און שיקט צו דעם בירגער מייסטער א דעפוטאציע בעטן, אז אלע גרעסטע אנגעזעהענסטע קריסטן מיטן בישאף בראש זאלן זיך פארזאמלען אין מאגיסטראט, און מען זאל מיר אויך איינלאדענען, און דעם פגר פון דעם קליינעם ערל זאל מען אויך אהין בריינגען.
עס איז אזוי געווען, עס זיינען זיך צוזאמענגעקומען אלע גרעסטע פון שטאט מיטן בישאף אינאיינעם, די ראשי הקהל מיטן נייעם רב זיינען אויך געקומען, דעם פגר האט מען געלייגט אויף א באנק אינמיטן שטוב. דא האט זיך דער בישאף אויפגעשטעלט און זיך געווענדעט צו די אידן מיט חוצפה: "הערט צו אידן! אט דער אינגל איז געפינען געווארן טויט אין אייער גאס. יעדער זאגט אז אידן האבן אים גע'הרג'עט וועגן א רעליגיעזן צוועק, מיט וואס קענט איהר אייך איינוואשן פון דער בלוט שולד?".
דא האט זיך דער רב ר' שמואל אנגערופן: "הויכע הערן! ערלויבט מיר אויך א קליינע שאלה!". דער בישאף האט איהם ערלויבט, דא איז דער רב צוגעגאנגען צום פגר, האט זיך צו איהם אראפגעבויגן און דערנאך האט ער הויך אויסגעשריגן: "דו פלוני בן פלוני, דער ערמארדעטער, איך באשווער דיר ביים אמת'דיגן גאט, דער גאט פון אברהם יצחק און יעקב, אז דו זאלסט אויסזאגן פאר די פארזאמעלטע ווער עס האט דער גע'הרגעט!
דער טויטער האט אויפגעהויבן דעם קאפ, זיך ארומגעקוקט אין אלע זייטן און צום סוף אנגעוויזן מיט א פינגער אויפן בישאף.
דער בישאף איז רויט געווארן, און אנגעהויבן ציטערן ווי א פיש, עס איז איהם שלעכט געווארן אז ער איז שיעור אנידערגעפאלן אין חלשות, ער האט זיך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען זאגענדיג, אז דער קאפ טוהט איהם וויי, ער מוז גיין אויף די לופט, עס איז איהם נישט מעגליך צו זיצן אין דעם ענגעניש, און ער איז מעהר נישט אריינגעקומען, אבער די פארזאמעלטע קריסטן זיינען שוין איבערצייגט געווען, אז די אידן זיינען נישט שולדיג.
נאך אין דעם זעלבן טאג האבן די ריכטער געהאט א זיצונג און באשלאסן, אז מען קען די אידן נישט באשולדיגן און אז דער מאגיסטראט מוז ארויסגעבן א אופרוף צום פאלק, אז ביי דער פארזאמלונג אין מאגיסטראט האט זיך יעדער איבערצייגט אז נישט די אידן האבן דאס אומשולדיג בלוט פארגאסן, עס זאל קיינער נישט וואגן די אידן צו טשעפען, ווייל ער וועט שטריינג באשטראפט ווערן.
אלע קריסטן האבן דעם נייעם רב געהאלטן פאר א הייליגן געטליכן מאן און די אידן האבן איהם אנגענומען פאר א צדיק און גואל. מען האט איהם באגלייט צו זיין נייע דירה מיט געזאנג און קלאג פון מוזיק, און קהל האט זיך פארזאמלט און באראטן ווי אזוי דעם נייעם גרויסן רב צו באצאהלן פאר זיין חלישות הדעת, וואס עס איז איהם קיינער נישט אקעגן געגאנגען ביי זיין אנקומען. זיי האבן באשלאסן צו מאכן א גרויסע סעודת הודאה, צו דאנקען דעם אויבערשטן פאר זיין חסד וואס ער האט זיי צוגעשיקט א גואל צו דער רעכטער צייט, און ביי דער סעודה האט יעדער בעל הבית געבראכט דעם רב א מתנה.
זיינע קינדער זענען געווען: בנו ר' ארי' לייב אב"ד מאטעסדארף (וואס איז געווען א איידעם ביים מהרשש"ך בעל כוס הישועות), און צוויי איידעמער: ר' אהרן פון פראנקפורט, און ר' פנחס אויערבאך מח"ס הלכה ברורה (נמצא בהיברו בוקס) [בהר"ר שמעון וואלף].