היימישע שוויצן אין היימישע געגנטער
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:56 pm
סאיז שוין נישט אזוי פרעמד, די לעצטע יאר צוויי האט זיך א לאז געטאן א נייע עפאכע, היימישע שוויצן נאר פאר מענער אין היימישע געגענטער, פון איין זייט וועלן עס מאנכע אנרופן א נייע סארט פויערישע זאך אדער א נייע לוקסעס , די אלע שוויצן בעטן א הונדערטער נאר אריינצוגיין, און נאך געלט פאר עסן,טרינקען וכדומה, פון די אנדערע זייט איז עס א אכשר דרא, ביז היינט פלעגט זיין דא דארט ספעציעלע נאר מענער שעות אין געוויסע שוויצן ווי מאנהעטען,פעסעעיק וכדומה, פון די אנדערע זייט ליידער גייען פיל מיט היימישע חסידישע אינגעלייט אין געמישטע שוויצן!
שוויצן בכלל ווי מען פלעגט עס רופן די בעדער האט נישט געהייסן קיין עקסטערע לוקסעס , נאר א וויכטיגע זאך פאר די ביינער און געזונט, אביסעל זיך אויסצוטשוכענען די זעקל ביינער און סטרעס
געהערט האב איך אז איינער פון די בעל בתים פון די נייע שוויצן ,האט פארן עפענען געגאנגען צו עטליכע ערענסטע רבנים אין זיין שטאט, און זיי געזאגט אז ער וויל זיי ערגעץ טראגן פאר אפאר שעה, זיי זענען אראפגעפארן מיט זיין קאר אין א זונטאג, געזיצן אינדרויסן אין קאר פון איינע פון די באקאנטע שוויצן וואס איז געמישט מיט פרויען ליידער , און די רבנים איז ממש שלעכט געווארן צו זען וויפיל חסידישע אינגעלייט גייען דארט אריין מיט וואלענע ציצית אינדרויסן , בקיצור ווי מען זאגט אז רעסט איז היסטארי , אין טאקע אין אלע שטעט איז די שוויצן לכתחילה עפראווט פון די רבנים אין וועד הצניעות !
די ערשטע אזא שוויץ איז דאכט זיך געווען שלאמיאק אין בארא פארק, וואס רופט זיך Spa 60 , אויף א היימישע פארנעם אויף 60 סטריט אין בארא פארק
די צווייטע אויף די רייע איז די באקאנטע שוויץ און קרעטשמע ספא 42 אין מאנרא אינדרויסן פון שטעטל קרית יואל , געפירט דורכ'ן אלעמען באקאנטען ברוך גלויבער, וואס דאס איז א חידוש אביסעל אנדערש ווי די אנדערע אז עס האט אויך א רעסטאראנט אויפן פלאץ
די דריטע איז געווען מרחץ אין מאנסי , וואס איז געפירט דורך פערל, א גאר שיינע נייע ברענד ניו פלאץ ,
יעצט קומט אויף די רייע פאר וויליאמסבורג עיר הקודש , וואס עפענט זיך נעקסטע וואך אויף בראדוועי,
the oak room spa
דא איז דא אפאר בילדער פון די נייע פלאץ
גראדע איז לכאורה די ערשטע געווען אין מאנסי א אנדערע פלאץ וואס איז נאר פאר גרופעס,
ווי אויך איז דא די באקאנטע Vibes פלאץ אין מאנסי , די געוועזענע lifeplex וואס איז אויך נאר פאר מענער און האט א גוטע שוויץ