ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ה' כסלו שצ''ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ה' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך נקודות טובות »

ר' שמואל אליעזר המכונה איידליש, איז געבוירן געווארן אין שטאט קוזמיר פולין צו זיין פאטער ר' יהודה אנגעבליך אין יאר שט''ו לפ''ק.

זיין פאטער ר' יהודה איז געווען אן אייניקעל פון ר' יהודה החסיד, און אויף דעם האט די מהרש''א מעיד געווען אז דאס וואס אין צוואת ר' יהודה החסיד זאגט ר' יהודה החסיד אן אז מען זאל נישט געבן די נאמען יהודה און נישט שמואל, וואס אויף דעם האט די מהרש''א געזאגט אז דאס איז געווען נאר לדורו, און א ראיה צו דעם איז אז שמי שמואל ושם אבי יהודה.
זיין מאמע איז געווען מרת גיטל, וואס ווערט פארעכענט צו זיין ממשפחת המהר''ל מפראג.

אין די הערות אויף מגילת יוחסין למהר''ל ווערט געברענגט אז דער מהרש''א איז געווען אן ערשטע קאזען מיטן טורי זהב, די טאטע פון מהרש''א ר' יהודה איז געווען א ברודער מיט ר' שמואל די טאטע פונעם טורי זהב.

ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון די בריסקע רב הרב משה ליפשיץ וואס איז שוין נישט געווען בין החיים, און זיין שוויגער האט געהייסען מרת איידל. און זי האט דעמאלט געוואוינט אין שטאט פוזנע. זיין שוויגער איז געווען אן אשה עשירה, און זי האט אויסגעהאלטן דעם מהרש''א כדי ער זאל קענען עוסק זיין בתורה. און שפעטער האט זי אים אפילו אויפגעשטעלט א ישיבה דארט אין פוזנא וואס זי האט אליינס אויסגעהאלטן פון איר אייגען טאש, און על שמה האט זיך די מהרש''א גערופען איידליש. מהרש''א איז נוטריקון מורינו הרב שמואל איידליש. (ויש אומרים מורינו הרב שמואל אליעזר)

אין יאר שס''ה ווען דער מהרש''א איז אלט געווען 40 יאר איז זיין שוויגער אוועק פון די וועלט, און נישט האבענדיג ווער עס זאל אויסהאלטען די ישיבה זיינער האט זיך עס טאקע א קורצע צייט שפעטער פארמאכט. און ווי אויך איז דער מהרש''א געבליבען אן א פרנסה. און אויפן געבעט פון קהילת כעלעם איז ער אויפגענומען געווארן אלץ שטאט'ס רב. און האט דארט געדינט אלץ רב פאר 11 יאר.

אין יאר שע''ו נאך די הסתלקות פונעם מהר''ם מלובלין, איז דער מהרש''א אויפגענומען געווארן אלץ ממלא מקומו כרב אין לובלין. ער איז געווען רב אין לובלין פאר 9 יאר, ביז אין יאר שפ''ה איז ער אויפגענומען געווארן פאר רב אין שטאט אוסטראה וואס דארט איז ער פארבליבען עד פטירתו ה' כסלו שצ''ב.

אין שטאט אוסטראה האט ער פון פריש אוועקגעשטעלט א ישיבה, די בנין הישיבה איז געשטאנען ביז יאר תרמ''ט און איז דעמאלט אויפגעגאנגען אין א שריפה.

פון זיינע קינדער ווייסט מען דריי איידעמער, ר' משה בעל מהדורא בתרא וואס ער האט זיך אפגעגעבן מיטן דריקען די מהרש''א, ר' דוד, און ר' יצחק חריף הלוי. עס זענען דא השערות אז ר' נתן שפירא דער מגלה עמוקות איז געווען אן אייניקען פונעם מהרש''א, דהיינו א זין פון זיין טאכטער. אבער איך האב דאס נישט דורך געטוהן.

דער ב''ח אין תשובה מ''ג שרייבט אויפן מהרש''א, והנה עמכם ''גדול הדור'' הגאון מוהר''ר שמואל סג''ל אב''ד ור''מ דק''ק לובלין.
דער פרי מגדים שרייבט ותמה אני שרב גדול כמוהו איך לא שת לבו לעיין במהרש''א אשר כל דבריו ברוח הקודש נאמרו, ומי יתן וכל חכמי ישראל בזמנינו יבינו דבריו הקדושים וטוב להם...ואיך לא ירא לכתוב כן על המהרש''א ז''ל שדבריו מים חיים מן המקדש!

ווי אויך איז באקאנט וואס הגאון החזון איש שרייבט אין די איגרת בנוגע לימוד המהרש''א וז''ל, לא אמנע להעיר כי בלבי אשר לא יפה עשה הדור האחרון אשר עזבו לימוד ספר מהרש"א ז"ל אשר מתנה טובה ניתנה לישראל לזכות בו הדורות הבאים אחריו, להרגיל את הלומדים בהתעמלות התורה, אשר אך העמל הוא עבודה המעולה, ואשר עליהם כיוונו חז"ל בהפלגת התורה על לומדיה, והמהפך את הגשם לרוח והגוף לנפש, והנכנס ברמ"ח אברים של אדם לזככם ולעדנם לקיום חיי התורה. והספר הקדוש הזה הוא מלא התעמלות בדברים מוכרעים ועמוקים, ומרגיל את האדם בעיון נכון ועמוק. גם מועיל הדבר מאוד לזכרון כל סוגיא לפרטיה, ודור שלפנינו החזיקו מאוד בספה"ק הזה. והג"ר עקיבא איגר ז"ל לא הניח דבר מספרו. "ומיום שעזבוהו אבדו את ידיעת הפשט כולו", ויתרגלו בקלות העיון ובעזיבת הדעת דבר דבור על אפנו, ואין מי שיחזיר העטרה ליושנה.

בימי המרש''א איז די לימוד הקבלה שטארק אויפגעכאפט געווארן, וויבאלד עס האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן די ספרי הגורי האר''י ז''ל. וואס דאס האט שטארק געבאדערט פארן מהרש''א אז די המון עם האט איבער געלאזט די לימוד הנגלה. און הגם ער איז געווען פון די ערשטע פרשני תורת הנגלה וואס ברענגען די ענין הגולגל און שאר דברי המקובלים, עכ''ז איז ער ארויסגעקומען זייער שארף קעגן דאס עוק זיין בתורת הנסתר. וז''ל.
מכאן תשובה לאותן אנשים שבדור הזה שמבלים כל ימיהם בחכמת הקבלה גם בילדותם ואם החכמה ההיא חכמת הקבלה אינו נוגע במעשה מרכבה לא ידענא למה לא הוזכרה זו החכמה בשום מקום לא במשנה ולא בתלמוד ובתוספתא ובמכילתא ובספרא ובספרי ולפי הנראה שחכמה זו נוגעת בלמעלה ממעשה מרכבה ויותר ראוי להסתירה ולא לגלותה ובפ' י' יוחסין אמרתי בזה שיש למחות ביד הדורשים בחכמה זו ברבים גם בסוד השם ע"ש:
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3582

Re: ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ד' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך רואה חשבונות »

דאכט זיך מיר אז די מהרש"א'ס יארצייט איז ה' כסליו.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3582

Re: ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ד' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך רואה חשבונות »

אוסראה
פיילס
פלחельса.jpg
פלחельса.jpg (43.35 KiB) געזען געווארן 259 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

Re: ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ד' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך מירון »

הרב נקודות טובות! ווי וואנט מאור...
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

Re: ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ד' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך מירון »

רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:08 am דאכט זיך מיר אז די מהרש"א'ס יארצייט איז ה' כסליו.
כ'מיין אויך אזוי.

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:34 pm
ווי אויך איז באקאנט וואס הגאון החזון איש שרייבט אין די איגרת בנוגע לימוד המהרש''א וז''ל, לא אמנע להעיר כי בלבי אשר לא יפה עשה הדור האחרון אשר עזבו לימוד ספר מהרש"א ז"ל אשר מתנה טובה ניתנה לישראל לזכות בו הדורות הבאים אחריו, להרגיל את הלומדים בהתעמלות התורה, אשר אך העמל הוא עבודה המעולה, ואשר עליהם כיוונו חז"ל בהפלגת התורה על לומדיה, והמהפך את הגשם לרוח והגוף לנפש, והנכנס ברמ"ח אברים של אדם לזככם ולעדנם לקיום חיי התורה. והספר הקדוש הזה הוא מלא התעמלות בדברים מוכרעים ועמוקים, ומרגיל את האדם בעיון נכון ועמוק. גם מועיל הדבר מאוד לזכרון כל סוגיא לפרטיה, ודור שלפנינו החזיקו מאוד בספה"ק הזה. והג"ר עקיבא איגר ז"ל לא הניח דבר מספרו. "ומיום שעזבוהו אבדו את ידיעת הפשט כולו", ויתרגלו בקלות העיון ובעזיבת הדעת דבר דבור על אפנו, ואין מי שיחזיר העטרה ליושנה.
דער חזון איש זי"ע האט געזאגט אז דער זכות פון הייליגן מהרש"א קען מציל זיין פון אומגליקן. עס איז געווען נאך די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה, ווען אידן זענען ארויס פון אייראפע צו וואו אימער זיי האבן געקענט גיין. טייל שיפן זענען געפארן קיין ארץ ישראל, אבער די בריטישע באאמטע – אינעם קאמף צווישן זיי און ציוניסטישע קעמפער – האבן צוריק געשיקט טייל שיפן קיין אייראפע אדער גאר זיי איינגעזינקען ר"ל. איינמאל איז ארויסגעפארן א שיף מיט פליטים פון אונגארן קיין א"י, און מען האט געשיקט א שליח צום חזון איש ער זאל מתפלל זיין אז די שיף זאל אנקומען בשלו'. ווען דער חזון איש האט געהערט אז מען רעדט פון אונגארישע אידן, האט ער געזאגט מען דארף נישט מורא האבן, ווייל אין אונגארישע ישיבות האט מען שטענדיג געלערנט מהרש"א און דער זכות איז מגין אויף די אונגארישע אידן
זיי זאלן נישט אריינפאלן אין סכנה...!

(קרעדיט המספיק גאזעט)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ד' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך נקודות טובות »

רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:08 am דאכט זיך מיר אז די מהרש"א'ס יארצייט איז ה' כסליו.
גערעכט, ווייס איך נישט פארוואס מיר איז געליגען אין קאפ ד'...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2659

Re: ר' שמואל אליעזר אידליש ז''ל המכונה מהרש''א - ד' כסלו שצ''ב

פאוסט דורך מסתמא »

מירון האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:49 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:34 pm
ווי אויך איז באקאנט וואס הגאון החזון איש שרייבט אין די איגרת בנוגע לימוד המהרש''א וז''ל, לא אמנע להעיר כי בלבי אשר לא יפה עשה הדור האחרון אשר עזבו לימוד ספר מהרש"א ז"ל אשר מתנה טובה ניתנה לישראל לזכות בו הדורות הבאים אחריו, להרגיל את הלומדים בהתעמלות התורה, אשר אך העמל הוא עבודה המעולה, ואשר עליהם כיוונו חז"ל בהפלגת התורה על לומדיה, והמהפך את הגשם לרוח והגוף לנפש, והנכנס ברמ"ח אברים של אדם לזככם ולעדנם לקיום חיי התורה. והספר הקדוש הזה הוא מלא התעמלות בדברים מוכרעים ועמוקים, ומרגיל את האדם בעיון נכון ועמוק. גם מועיל הדבר מאוד לזכרון כל סוגיא לפרטיה, ודור שלפנינו החזיקו מאוד בספה"ק הזה. והג"ר עקיבא איגר ז"ל לא הניח דבר מספרו. "ומיום שעזבוהו אבדו את ידיעת הפשט כולו", ויתרגלו בקלות העיון ובעזיבת הדעת דבר דבור על אפנו, ואין מי שיחזיר העטרה ליושנה.
דער חזון איש זי"ע האט געזאגט אז דער זכות פון הייליגן מהרש"א קען מציל זיין פון אומגליקן. עס איז געווען נאך די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה, ווען אידן זענען ארויס פון אייראפע צו וואו אימער זיי האבן געקענט גיין. טייל שיפן זענען געפארן קיין ארץ ישראל, אבער די בריטישע באאמטע – אינעם קאמף צווישן זיי און ציוניסטישע קעמפער – האבן צוריק געשיקט טייל שיפן קיין אייראפע אדער גאר זיי איינגעזינקען ר"ל. איינמאל איז ארויסגעפארן א שיף מיט פליטים פון אונגארן קיין א"י, און מען האט געשיקט א שליח צום חזון איש ער זאל מתפלל זיין אז די שיף זאל אנקומען בשלו'. ווען דער חזון איש האט געהערט אז מען רעדט פון אונגארישע אידן, האט ער געזאגט מען דארף נישט מורא האבן, ווייל אין אונגארישע ישיבות האט מען שטענדיג געלערנט מהרש"א און דער זכות איז מגין אויף די אונגארישע אידן
זיי זאלן נישט אריינפאלן אין סכנה...!

(קרעדיט המספיק גאזעט)
הפלא ופלא!

לויטן חזון איש זענען די אונגארישע אידן דאס מערסטע ניצול געווארן צוליבן מהרש”א, וואונדערליך!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט