רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 12:25 pm
דעם שב"ק כ"ז חשון פאלט די יארצייט פונעם מופת הדור פון אונזערע צייטן רבי יעקב לייזער מפשעווארסק זצ"ל. זייער אסאך פון די ליינער און שרייבער דא ווייסן פון ערשט-האנטיגע און צווייטע-האנטיגע בעל שם'סקער מעשיות. אבער זיין עיקר גדלות איז געווען זיין צדקות, נישט זיינע מופתים. ס'איז אין אין לשער ואין לתאר גודל צדקתו. מיר ווייסן נאר אפס קצהו פון זיין הנהגה. ער האט אלעס באהאלטן אונטערן שלייער פון פשטות.
עקסטער האט ער איבערגעלאזט א ירושה פאר כלל ישראל און דאס איז זיינע סיפורי מעשיות מיט ארגינעלקייט. נישט צוגעלייגט און נישט מוסיף געווען קיין זוז כלשהוא. וויאזוי ער האט געהערט אדער געזען דעם באטרעפענדע מעשה אזוי פונקליך האט ער עס איבערדערציילט.
_
רבי יענק'לע [ווי מ'האט אים גערופן בלשון חיבה יתרה] איז געבוירן געווארן ו' טבת (אינעם יארצייט פון שינאווא רב) שנת תרס"ז אינעם שטעטל רויג -גאליציע, צו זיין טאטן דוד יצחק ז"ל. ביי די בר מצוה איז ער געפארן לערנען צו רבי חנה פון קאלשיץ זצ"ל הי"ד, וועמען ער האט געהאלטן פאר זיין רבי מובהק כל ימי חייו.
ער איז א חתן געווארן בשנת תר"צ צו די טאכטער פון רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל. ער איז געווען א חתן פאר בערך 5 יאר! זייענדיג א חתן איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט ביאשליסק און ער פארבליבן דארט רב ביז א יאר נאך די חתונה - שנת תרצ"ו.
ביי די צווייטע וועלט קריג איז געשיקט געווארן קיין סיביר צוזאמען מיט זיין שווער. דארט בעמק הבכא האט געלערענט און מסיים געווען מיט תלמידים גאנצעטער מסכתת הש"ס און שטיקער שו"ע אן האבן פאר זיך איין אידיש ספר!
ווען ער איז אהיים געקומען פון סיביר האט אויסגעפינען אז זיין גאנצע משפחה פון זיין מאמעס און טאטע זייט זענען נעבעך אומגעקומען דורך די נאציס ימ"ש הי"ד, האט ער זיך דאן באזעצט אין ברעסלוי. דארט אין ברעסלוי האט ער מתיר געווען עגונות און גע'פסק'ט קאמפליצירטע שאלות וואס זענען געווען נוגע נאכן קריג. נאך א האלבע יאר איז אריבער צוזאמען מיט זיין שווער קיין קארקוב. אין יאר תש"ט האט ער זיך געצויגן מיט זיין שווער קיין עיר הבירה פאריז און שנת תשי"ז קיין אנטווערפן. יום כיפור שנת תשל"ז איז זיין שווער נפטר געווארן לדאבון לב כל בית ישראל און רבי יענק'לע איז דאן געווארן דער ממלא מקום.
מקום מנוחת קדשו איז אין פיטא, האלאנד. זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל