קידוש צווישן זעקס און זיבן אזייגער
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 1:23 pm
די גמרא אין מסכת שבת קי''ט: תניא ר' יוסי בר יהודה אומר שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בע"ש מבית הכנסת לביתו אחד טוב ואחד רע וכשבא לביתו ומצא נר דלוק ושלחן ערוך ומטתו מוצעת מלאך טוב אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך רע עונה אמן בעל כרחו ואם לאו מלאך רע אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך טוב עונה אמן בעל כרחו.
אין שו''ת מהרי''ל (קנ''ב) ברענגט ער בשם זיין רבי ר' גרשון, און אזוי אויך בשם ספר הרוקח (איך האב שוין עטליכע מאל פראבירט צו טרעפן דעם רוקח אבער אן ערפאלג) אז די צוויי מאלכים גייט ארויף אויף די צוויי מזלות פון צדק און מאדים.
די שאלה איז נאר ווי אזוי איז שייך דער לשון פון צוויי מלאכים ווען מען רעדט פון צוויי מזלות?
אין כתבי ר' חיים ויטאל ברענגט ער אז דער מלאך וואס איז ממונה אויפן מזל צדק איז צדיקא-ל, און דער מלאך הממונה אויף מאדים איז סמא-ל. לויט דעם פארשטייען מיר שוין וואס שטייט אין שו''ת מהרי''ל, דהיינו וויבאלד אויף די צוויי מזלות פון צדק און מאדים זענען ממונה די מלאכים צדיקא-ל און סמא-ל.
יעצט שטעלט זיך נאר די שאלה וואס האבן די צוויי מזלות מיטן זמן כניסת השבת?
אויף דעם איז רש''י הק' מסביר אין מסכת שבת, אז דער אויבערשטער האט אוועקגעשטעלט די מהלך המזלות פון שצ''ם חנכ''ל מיטוואך 6 אזייגער, וואס דאס איז די ערשטע שעה אין טאג. און אזוי זענען זיי משמש איינער נאכן אנדערען. וואס לויט דעם חשבון קומט אויס אז פרייטאג צו נאכט ביים זמן כניסת השבת איז משמש צדק סמוך לכניסתו, און מזל מאדים לאחר כניסתו.
דער מהלך המזלות גייט אזוי שצ''ם חנכ''ל יעדע וואך 24 מאל. די חשבון איז פשוט, א טאג האט פיר און צוואנציג שעה און עס זענען דא זיבן טאג א וואך = 168 שעה א וואך. און די מזלות זענען זיבן, 7X 24 = 168.
כדי איר זאל נישט דארפען אויסטוהן די זאקן ברבים כדי צו האבן נאך עטליכע פינגער'ס, וועל איך אייך דא העלפן מיטן חשבון.
אין שלחן ערוך סימן רע''א זאגט דער מחבר כשיבא לביתו ימהר לאכול מיד. דער טעם דערפון איז כמבואר בטור, אז די מצות קידוש זאל זיין תיכף בכניסת השבת, אזוי ווי חז''ל דרש'ענען פון פסוק זכרהו על היין בכניסתו. און כמבואר בבית יוסף קען מען לכתחילה מקיים זיין די מצוה פון קידוש אפי' בעפאר עס ווערט נאכט.
די מגן אברהם בשם התקוני שבת ברענגט נאך א טעם פארוואס מען זאל זיך צויאגען צו מאכן קידוש תיכף ווען מען קומט אהיים. און דאס איז וויבאלד מען זאל קידוש מאכן אין די שעה ווען צדק איז משמש. וז''ל, וכתב התקוני שבת שיקדש קודם לילה כי בתחלת ליל שבת הוא מזל מאדים ובסוף יום ו' הוא מזל צדק, לכן יקדש בצדק.
מען קען לערנען פשט בדבריו אויף דריי אופנים.
א) עס איז אן ענין משום איזה סיבה צו מאכן קידוש דוקא בשעה שצדק משמש.
ב) א קפידא נישט צו מאכן קידוש בשעה שמאדים משמשת.
ג) אן ענין צו מאכן קידוש דוקא בעפאר מזל מאדים איז משמש. אבער נישט קיין ספעציעלער שייכות מיטן מזל צדק, נאר אויב די פלג המנחה איז פאר מזל צדק, קען מען לכתחילה פארדעם. און אזוי אויך איז נישט דא קיין קפידא שלא לקדש בשעה שמאדים משמשת.
מדברי המג''א בפשטות איז משמע אז דער ענין איז דוקא יא צו קידוש מאכן בשעה שצדק משמש, און עס איז נישטא קיין שום קפידא נישט צו מאכן קידוש אין שעה וואס מאדים איז משמש.
דער באר היטב אבער ברענגט נאך דעם מגן אברהם, און שרייבט די לשון אזוי. לכן יקדש בצדק או ימתין עד שיעבור ממשלת מאדים ויקדש. וואס פון דעם איז משמע אז דער ענין האט נישט מיט צדק, נאר א קפידא אנקעגן מאדים.
אריינקוקענדיג אין תקוני שבת זעלבסט זעהט מען אז נישט דאס און נישט דאס איז וואס שטייט דארט, נאר אזוי ווי טעם ג' וואס מיר האבן געברענגט. אז דער ענין איז צו מאכן קידוש דוקא בעפאר דער מזל פון מאדים איז שולט כדי צו מקדים זיין די קידוש להס''ם. אדרבה, קוקט עס נאך אין לאזט מיר וויסען.
אין שלחן ערוך הרב שטייט יא אז ''יש נזהרים'' שלא לקדש בשעה ראשונה של הלילה, אלא או קודם הלילה או לאחר שעה תוך הלילה. (והיינו כפשט הבאר היטב, אבל כתב רק יש נזהרים)
מצד אחר איז דער ערוך השלחן פייער קעגן דעם קפידא פון נישט מאכן קידוש בשעה שמזל מאדים משמשת, וז''ל, ולעניות דעתי הוא תמוה, דחס ושלום לומר שאנחנו תחת המזלות, ואדרבא ראיתי בקדמונים שהאומות הקדמונים היו יושבים בשבת בחשך ובוכים, מפני שהמזלות של שבת מורים לרעה. והקב"ה צוה אותנו להיפך, להדליק הרבה אור ולהתענג עצמינו, להראות שאנו למעלה מהמזלות. ואותנו לקח ד' להוציאנו ממערכת השמים, ואיך נאמר כזה וצע"ג, והבוטח בד' חסד יסובבנו.
אזוי אויך אין זכרון יהודה (מנהגי מהר''ם א''ש) אז דער מהר''ם א''ש האט זיך זייער געווינדערט אויף דעם קפידא וויבאלד מען זאגט דאך ביים דאווענען דעם נוסח הזוהר וכל שלטני רוגזין ומארי דדינא כלהון ערקין ואתעברו מנה, ממילא איז דאך נישט שייך צו זאגן אז עס איז כאילו דא א שליטא פון די סטרא אחרא אום שבת קודש. (ומסיים שם דמ''מ כיון שכבר החתיל לנהוג כן, לא רצה לשנות כיון שלמעשה הדבר יצק מפי התקוני שבת)
עכ''פ, זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס יא אנגענומען, און אזאלכע וואס האבן דאס נישט אנגענומען. ונהרא נהרא ופשטיה.
אין לקוטי מהרי''ח ברענגט ער משם ר' שמעון מיעריסלאב, אז אויב האט זיך געמאכט אז ער האט משום איזה סיבה יא געוואלט מאכן קידוש בשעה שמזל מאדים משמשת האט ער געזאגט דעם נוסח אב הרחמים וואס מען זאגט פאר קריאת התורה. אָב הָרַחֲמִים הוּא יְרַחֵם עַם עֲמוּסִים וְיִזְכּר בְּרִית אֵיתָנִים. וְיַצִּיל נַפְשׁותֵינוּ מִן הַשָּׁעות הָרָעות. וְיִגְעַר בְּיֵצֶר הָרָע מִן הַנְּשוּאִים. וְיָחן אותָנוּ לִפְלֵיטַת עולָמִים. וִימַלֵּא מִשְׁאֲלותֵינוּ בְּמִדָּה טובָה יְשׁוּעָה וְרַחֲמִים.
שעות שוות או שעות זמניות.
אין מחצית השקל שטייט אז די מזלות זענען אלעמאל משמש מיט שעות שוות, מצד אחר אין שועה''ר זאגט ער אז מען רעכענט עס מיט שעות זמניות.
ווען מקוקט אריין אין תשובות מהרי''ל איז די לשון זייער שווער, וויבאלד ער שרייבט אז דאס איז נאר בימי ניסן ותשרי וואס די טעג און נעכט זענען גלייך. וכבר תמה עליו היד אפרים.