בלאט 1 פון 2
פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:12 pm
דורך ווער
דאנאלד טראמפ איז איצט אין געריכט
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:13 pm
דורך ווער
טראמפ האט זיך עטליכע מאל ארום געאמפערט מיט'ן ריכטער אויפ'ן קעיס אקעגן אים אריין געגעבן דורך ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענערעל פרוי דזשעימס
ריכטער ענגאָראן האט עטליכע מאל געווארענט טראמפ איבער די ענטפערס צו זיינע אנפראגעס, זאגענדיג, אז דא איז מען נישט ביי א פאליטישע ראלי. די ריכטער האט געבעטן פון טראמפ'ס אדוואקאט אנצוזאגן טראמפ זיך צו האלטן צו די געריכט רעגולאציעס, אויף וואס די אדוואקאט האט געענטפערט אז טראמפ קען זיך זייער גוט אויס מיט די געריכט רעגולאציעס. טראמפ האט צווישן אנדערע ארינטער געריסן די ריכטער און באשולדיגט אז דזשעימס האט אריין געגעבן די קעיס אקעגן אים ויובאלד זי וויל ווערן גאווערנער פון ניו יארק. אינדערמיט איז עס געגאנגן אזוי ווייט אז די ריכטער האט געווארענט טראמפ אז ער וועט ווערן ארויס געווארפן פונ'ם געריכט זאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:15 pm
דורך פארפאלענער
ארויסקומענדיג פון געריכט זאל ביי פויזע, ווייזענדיג אז זיינע ליפן דארפן זיין פארמאכט

Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:54 pm
דורך Programming
דאס איז געווען א ענטפער צו א פראגע פון א רעפארטער, מיינענדיג אז ער האלט נישט ביים ענטפערן קיינע פראגן
----
דער קעפל איז נישט גענוג קלאר, ווער איז דאס זשעימס (נישט פארגעסן אז טראמפ האט נאך א שיינע פאר קעיסעס פון פרויען און אנדערע וואס קלאגן אים), אנשטאט קען מען שרייבן געהעריג, נ.י. אטוירני זשענעראל (זשעימס?) ווס. טראמפ
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 11:01 pm
דורך Spa 42
Programming האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:54 pm
דאס איז געווען א ענטפער צו א פראגע פון א רעפארטער, מיינענדיג אז ער האלט נישט ביים ענטפערן קיינע פראגן
----
דער קעפל איז נישט גענוג קלאר, ווער איז דאס זשעימס (נישט פארגעסן אז טראמפ האט נאך א שיינע פאר קעיסעס פון פרויען און אנדערע וואס קלאגן אים), אנשטאט קען מען שרייבן געהעריג, נ.י. אטוירני זשענעראל (זשעימס?) ווס. טראמפ
בכלל איז נישט קלאר ווער איז דאס טראמפ??
אנשטאט דעם קען מען שרייבן געהעריג, געוועזענער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן טראמפ.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:20 am
דורך ווער
לויערס פאר'ן געוועזענעם פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האבן נעכטן געזאגט אין א געריכט פיילינג, אז טראמפּ האט פּשוט נישט די מעגליכקייט צו באצאלן די 464 מיליאן דאלער בּאנד וואס ער דארף געבן אין זיין ניו יארק שווינדל קעיס. טראמפּ מוז איינלייגן די געלטער, טראץ וואס ער איז ערווארטעט צו אפּיעלן דעם אורטייל קעגן אים, און די געלטער וועט ליגן דערווייל אין בּאנד. אבער זיינע לויערס זאגן אז קיין איין אינשורענס בּאנד פירמע האט נישט געוואלט אויסבארגן דאס געלט
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:19 pm
דורך ניקל
לויט די ניו יארק פאוסט פלאנט טראמפ צו לאזן אטערני זשענעראל זשעימס קאנפיסקירן טראמפ טאוער נעקסטע וואך.
טראמפ דארף אויפקימען מיט 454 מיליאן דאלער נעקסטע וואך אין זיין אפיעל איבער די ניו יארק אטערני זשענעראל'ס קעיס. טראמפ האט ביזדערווייל נישט מצליח געווען צו טרעפן א באנק וואס איז עס גרייט צו פארבארגען. ער איז אויך נישט מסכים צו רעיזן די געלט פון זיינע פריינט און שטיצער לויט די פאוסט.
אויב די זשעימס קאנפיסקירט טראמפ טאוער קען עס טראמפ צוריקבאקומען איינמאל ער געווינט די אפיעל אדער אויב ער געווינט אין די סופרים קאורט. חוץ אויב די אטורני זשענעראל פארקויפט די טראמפ טאוער, דעמאלץ וועט טראמפ צוריקבאקומען קעש און טראמפ טאוער וועט זיין א פארגאנגענהייט.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 12:17 pm
דורך ווער
אין א ריזיגע געווינס פאר טראמפ, האט אן אפעלאט געריכט אראפגענידערט דעם בונד אין זיין ניו יארק ציווילע שווינדל קעיס צו 175 מיליאן דאלאר - אסאך ווייניגער ווי די 454 מיליאן דאלאר, ארגינעל פארלאנגט.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 9:54 pm
דורך ניקל

- Screenshot_20240325_215434_WhatsApp.jpg (263.28 KiB) געזען געווארן 964 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:18 pm
דורך ניקל
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 12:17 pm
אין א ריזיגע געווינס פאר טראמפ, האט אן אפעלאט געריכט אראפגענידערט דעם בונד אין זיין ניו יארק ציווילע שווינדל קעיס צו 175 מיליאן דאלאר - אסאך ווייניגער ווי די 454 מיליאן דאלאר, ארגינעל פארלאנגט.
פרעזידענט טראמפ האט אריינגעלייגט די 175 מיליאן דאלער באנד פאר די געריכט, כדי צו קענען אפיעלן
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:53 am
דורך ניקל
פרעזידענט טראמפ היינט און געריכט און מאנהעטן

- IMG_20240415_105255_978.jpg (83.88 KiB) געזען געווארן 883 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:57 am
דורך ניקל
היינט האט זיך אנגעהויבן די דזשורי סעלעקציע, ווי מען גייט אויסקלויבן א דזשורי וואס וועט נאכפאלגן מיט די טרייעל.
די דזשורסי זענען אויסגעפרעגט געוואָרן מיט קשיות צו זען אויב זיי האבן עני מיינונג צו סיי וועלכע זייט פונעם קעיס.
טראמפ וועט די קומענדיגע 6 צו 8 וואכן אין וויילן און ניו יארק און גייט זיין 4 טעג א וואך אין געריכט.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 12:39 pm
דורך פליט

- IMG_20240415_123826_457.jpg (162.02 KiB) געזען געווארן 851 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 12:39 pm
דורך פליט

- IMG_20240415_123927_524.jpg (72.16 KiB) געזען געווארן 848 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 1:16 pm
דורך Spa 42
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 10:57 am
היינט האט זיך אנגעהויבן די דזשורי סעלעקציע, ווי מען גייט אויסקלויבן א דזשורי וואס וועט נאכפאלגן מיט די טרייעל.
די דזשורסי זענען אויסגעפרעגט געוואָרן מיט קשיות צו זען אויב זיי האבן עני מיינונג צו סיי וועלכע זייט פונעם קעיס.
טראמפ וועט די קומענדיגע 6 צו 8 וואכן אין וויילן און ניו יארק און גייט זיין 4 טעג א וואך אין געריכט.
די ריכטער האט האט אפגעזאגט די אידן פון זיין דזשורי אויפן פראצעס!!!!!
סיבה איז אנגעבליך ווייל די אידן וועלן נישט קענען בלייבן אין געריכט הויז ביז פרייטאג שפעט נאכמיטאג, צוליב שבת.
אבער יעדער פארשטייט די עכטע סיבה.... די ריכטער ווייסט די סימפאטיע וואס אסאך אידן אין ניו יארק האבן צו פרעזידענט טראמפ.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:25 pm
דורך ניקל

- IMG_20240415_162258_077.jpg (69.64 KiB) געזען געווארן 802 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:26 pm
דורך ניקל
די ריכטער אין טראמפ'ס קעיס האט אים געזאגט אז אויב ער קימט נישט אין געריכט איין טאג וועט זיין אן ארעסט.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 8:33 pm
דורך פליט

- IMG_20240415_203212_306.jpg (132.08 KiB) געזען געווארן 725 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:19 pm
דורך Spa 42
די בקשה פון טראמפ'ס אידישע אדוואקאט נישט אפצוהאלטן א טרייעל דינסטאג, צוליב וואס עס געפאלט אין פסח און ער וועט נישט קענען קומען איז געווארן צוריקגעוויזן דורך די ריכטער.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:11 am
דורך אנדערער
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:19 pm
די בקשה פון טראמפ'ס אידישע אדוואקאט נישט אפצוהאלטן א טרייעל דינסטאג, צוליב וואס עס געפאלט אין פסח און ער וועט נישט קענען קומען איז געווארן צוריקגעוויזן דורך די ריכטער.
ער האט געגעבן א סיבה?
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מוצש"ק אפריל 20, 2024 9:55 pm
דורך Spa 42
א מאן וואס האט זיך אונטערגעצינדן אין פייער פארלאפענע פרייטאג אינעם פארק נעבן די געריכט הויז ווי עס איז פארגעקומען די טרייעל אויף געוועזענער פרעזידענט טראמפ, איז שבת אומגעקומען פון זיינע וואונדן.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מוצש"ק אפריל 20, 2024 9:58 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק אפריל 20, 2024 9:55 pm
א מאן וואס האט זיך אונטערגעצינדן אין פייער פארלאפענע פרייטאג אינעם פארק נעבן די געריכט הויז ווי עס איז פארגעקומען די טרייעל אויף געוועזענער פרעזידענט טראמפ, איז שבת אומגעקומען פון זיינע וואונדן.
די פארק פרייטאג נאכן פייער.
מ' קען זעהן אויף די ערד ווייסע פלעקן פון די פייער עקסטיגנעטשער, פון וואס מ' האט געשפריצט אויף אים.

- AP24110675188057-696x464.jpg (101.08 KiB) געזען געווארן 636 מאל
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: זונטאג אפריל 21, 2024 6:01 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק אפריל 20, 2024 9:55 pm
א מאן וואס האט זיך אונטערגעצינדן אין פייער פארלאפענע פרייטאג אינעם פארק נעבן די געריכט הויז ווי עס איז פארגעקומען די טרייעל אויף געוועזענער פרעזידענט טראמפ, איז שבת אומגעקומען פון זיינע וואונדן.
ביים אריינפירן דעם
פאברענטן חסיד אין שפיטאל.
ווידיאו אין ספוילער.
נישט פאר שוואכע הערצער.
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 1:12 pm
דורך ווער
די ריכטער אין די ניו יארק סטעיט פראצעס אקעגן טראמפ האט צום 10'טן מאל דערקלערט טראמפ אין 'געריכט קאנטעמפט' פאר'ן פארלעצן צענזור
Re: פראצעס - דזשעימס קלאגט טראמפ - בלויז נייעס
געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 9:55 pm
דורך ניקל
היינט ביי די טראמפ טרייכל און מאנהעטן
When you indict him, you unite us. MAGA

- IMG_20240507_215407_077.jpg (12.95 KiB) געזען געווארן 458 מאל