רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל מסאראקא, הערבי נחל - כ"ב חשון תקע"ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל מסאראקא, הערבי נחל - כ"ב חשון תקע"ד

פאוסט דורך מירון »

רבי דוד שלמה איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי ירחמיאל זצ"ל בשנת תקט"ו. ער איז געווען א תלמיד פון פונעם בעל הארבעה טורי אבן, און פון הגאון רבי משה צבי העליר ז"ל, מחבר פונעם ספר 'גאון צבי' אויף חושן משפט. אין חסידות איז ער געווען א תלמיד פון רבי זאב וואלף פון טשארני-אוסטראה און פון רבי מזבאריז זצ"ל מחבר ספר יושר דברי אמת ויש אומרים אויך פון רבי עוזיאל מייזעלס ז"ל בעל תפארת עוזיאל.

ביי די בלויזע 25 יאר איז ער שוין געווארן א ראש ישיבה אין נדבורנא, אוקריינא. ביי די 27 האט ער מחבר געווען זיין ערשטע ספר "משוש כל המתאבלים". פון זיינע גרויסע תלמידים איז געווען דער באקאנטער מחבר פון ספר אשל אברהם פון בוטשאטש - רבי אברהם דוד וואהרמאן ז"ל.

ער האט משמש געווען ברבנות ערשט אין שטאט כאראסטקאוו, דערנאך אין בודזשאנאוו. אין תקס"ג איז ער געווארן רב אין סאראקא וואס ביי געוויסע איז ער געבליבן מיט דעם נאמען אלץ רבי דוד שלמה מסאראקא.

שנת תקס"ח האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין אין שטאט עיר הקודש צפת.

ס'איז ידוע אז אסאך גדולי הפוסקים האבן נישט געוואלט געבן קיין היתר הוראה פאר דעם וואס איז נישט געווען בקי אין ספר לבושי שרד.
אזוי אויך האבן אסאך אלטע חסידים נישט אריבערגעלאזט א שבת אן לערנען דעם הייליגן זיסן ספר ערבי נחל וואס איז מדבש ונופות צופים.

עס ווערט דערציילט אז זיין בית דין שטוב איז באשטאנען פון צוויי צימערן, אין איין צימער איז ער געזעצן מיט די דיינים און אין צווייטן צימער זענען געווען די בעלי דין, כדי ער זאל נישט וויסן ווער ס'זענען די בעלי דין און ח"ו נישט צוקומען צו קיין משא פנים.

כאטש דער ערבי נחל האט געהאט שיין פרנסה אין אייראפע, דאך האט ער שטארק משתוקק געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל. עס ווערט דערציילט אז ער איז געפארן צוזאמען אין איין שיף מיט רבי מנחם מענדל משקלאוו, פון די תלמידים פונעם הייליגן גר״א מווילנא, און טראץ דעם וואס ער איז געווען א תלמיד פון תלמידי בעל שם טוב הקדוש איז ער באפריינדעט געווארן מיט רבי מענדל שקלאווער.

זיינע הייליגע ספרים:
  • אשד הנחלים
  • בגדי שרד (אויף יורה דעה)
  • כד הקמח (אויף מסכתות און שולחן ערוך)
  • לבושי שרד (אויף אורח חיים)
  • ערבי נחל (על התורה)
  • מגילת סתרים
  • שו"ת נאות דשא
  • משוש כל המתאבלים
מנוחתו כבוד אין אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת

זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל מסאראקא – הערבי נחל - כ"ב חשון תקע"ד

פאוסט דורך מירון »

מקום מנוחת קדשו אינעם טיפן מערה נעבן דעם בת עין זצ"ל. קוברין צדיק אצל צדיק
פיילס
צדיקא.jpg
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 490
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 445

Re: רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל מסאראקא, הערבי נחל - כ"ב חשון תקע"ד

פאוסט דורך ענותן »

אינטערעסאנט איז אז די ספר ערבי נחל הייסט באמת אויך לבושי שרד ח"ב
ערבי נחל.jpg
ערבי נחל.jpg (201.22 KiB) געזען געווארן 188 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל מסאראקא, הערבי נחל - כ"ב חשון תקע"ד

פאוסט דורך מירון »

לחיים, לחיים טובים ולשלום. היינט איז דער גרויסער יארצייט. דער זכות הצדיק זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל און משפיע זיין ישועות און רפואות, אמן בן יהי רצון.
שרייב פאוסט