בלאט 1 פון 3
וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:00 am
דורך שלמה בן יוסף
איז אזוי. סדא איינער וואס איך קען גראדע פערזענליך א קלוגיר מענטש אויבנ-אויף רעדט נישט קיין שטותים. נאר עפעס אפראבלעם האט ער לעצטנס. ער זאגט מיר ער האט העכערע כוחותץ ער איז עס מזביר אז מ'ברויך נישטזיין צדיק הדורות צו קענען זעהן חטאים און תפיסת מחשבה-.... באלאנגטער סטרעיט און שפיטאל אדער נישט.
און נאכאמאל. מ'רעדט נישט א משוגענעם. נאר א דורכגעטראכטער מענטש איש בין אנשים. וויאזוי קען מען עס פעסטשטעלן אויף 100 %?
Re: וואס טוה איך אז איינער פארציילט מיר ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:57 am
דורך להגדיל הטראסק
בעט אים ער זאל דיר עס אויסלערנען...
Re: וואס טוה איך אז איינער פארציילט מיר ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 3:14 am
דורך סטעישאן וועעגן
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:00 am
איז אזוי. סדא איינער וואס איך קען גראדע פערזענליך א קלוגיר מענטש אויבנ-אויף רעדט נישט קיין שטותים. נאר עפעס אפראבלעם האט ער לעצטנס. ער זאגט מיר ער האט העכערע כוחותץ ער איז עס מזביר אז מ'ברויך נישטזיין צדיק הדורות צו קענען זעהן חטאים און תפיסת מחשבה-.... באלאנגטער סטרעיט און שפיטאל אדער נישט.
און נאכאמאל. מ'רעדט נישט א משוגענעם. נאר א דורכגעטראכטער מענטש איש בין אנשים. וויאזוי קען מען עס פעסטשטעלן אויף 100 %?
פרשת שופטים קפיטל יח פסוק כא: וכי תאמר בלבבך איכה נדע וגו'
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am
דורך וואוילער
ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:06 am
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am
ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
ריכטיג.
1) און עס האט גארנישט מיט קדושה.
2) און מ'קען זיך גוט נער'ן.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:07 am
דורך פשוטער איד
פרעג אים אויב מצוות זעט ער אויך אדער נאר חטאים
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:32 am
דורך באשיינפערליך
קודם שטיי ווייט פון אים, אין א שוואכע מינוט גייט ער נאך אויספויקן דיינע חטאים אין פאבליק… און נאכדעם ווער געוואויר צו אלעס גייט כשורה ביי אים אין שטוב…
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:56 am
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am
ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
און ס'דא מענטשן וואס טוען עס פאר פרנסה...
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:00 am
דורך world champion
צ"ק
איך קען איהם א פוסטער בעל דמיון.
---
וואס מיינט צ"ק?
האקט
---
וואס מיינט האקט?
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 12:13 pm
דורך שבת קודש
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:00 am
איז אזוי. סדא איינער וואס איך קען גראדע פערזענליך א קלוגיר מענטש אויבנ-אויף רעדט נישט קיין שטותים. נאר עפעס אפראבלעם האט ער לעצטנס. ער זאגט מיר ער האט העכערע כוחותץ ער איז עס מזביר אז מ'ברויך נישטזיין צדיק הדורות צו קענען זעהן חטאים און תפיסת מחשבה-.... באלאנגטער סטרעיט און שפיטאל אדער נישט.
און נאכאמאל. מ'רעדט נישט א משוגענעם. נאר א דורכגעטראכטער מענטש איש בין אנשים. וויאזוי קען מען עס פעסטשטעלן אויף 100 %?
ער בעט געלט פאר דעם אדער ס'איז אומזינסט?
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 12:48 pm
דורך איך ווייס
וויאזוי זאגט מען נאך פון צדיקים? וכי ימוך אחיך ומטה ידו עמך והחזקת בו גר ותושב וחי עמך, וכי ימוך אחיך - אין עני אלא בדעת, ומטה ידו עמך - און ער וועט זיך נעמען מאכן מיט די הענט וואו א רבי, דאן, והחזקת בו - זאלסטו חוזק מאכן פון עם.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:48 pm
דורך טובי' שרייבער
מ'לאכט זיך אויס און מ'גייט ווייטער....
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:05 pm
דורך צווייטער
@שלמה בן יוסף איך כאפ נישט דיין שאלה.
א) דו ווילסט בכלל וויסן אויב ס'איז דא אזא באגריף?
ב) אדער דו האלטסט אז ס'איז דא אזא באגריף, נאר דו ווילסט פעסטשטעלן אויב דער דאזיגער מענטש האט עס?
א) לפע''ד איז דא אזא באגריף, ס'איז מענטשליכע כוחות וואס דער רבש''ע גיבט פאר א מענטש, און צומאל פאדערט עס א שטיקל עבודה/עקסערסייז.
ב) פרעג אים אז ער זאל דיר אויפווייזן אז ער פארמאגט די כוחות, פארוואס פלעין אים גלייבן?
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:11 pm
דורך בן מלך
ס׳איז דא אזא באגריף. אויב לייקנסטו עס זאג איך אייך אז איר ווייסט פשוט וואס איר רעדט. ס׳מוז נישט דמיונות אבער עס יא שטארק מעגליך זיין דמיונות געבויעט אויף געוויסע כוחות הנפש וואס די מענטש האט גענומען און געפארן סאוט…
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:12 pm
דורך בן מלך
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:06 am
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am
ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
ריכטיג.
1) און עס האט גארנישט מיט קדושה.
2) און מ'קען זיך גוט נער'ן.
עס ״מוז״ נישט האבן מיט קדושה.
כצ״ל
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
דורך שלמה בן יוסף
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:26 am
דורך רואה חשבונות
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
בחנם באקומט מען כינים פלעגט מיין עלטער פעטער זאגן...
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:34 pm
דורך פשוטער איד
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:26 am
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
בחנם באקומט מען כינים פלעגט מיין עלטער פעטער זאגן...
פארוואס זאגט ער שוין נישט, דער עלטער פעטער?
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 9:28 pm
דורך רואה חשבונות
פשוטער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:34 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:26 am
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
בחנם באקומט מען כינים פלעגט מיין עלטער פעטער זאגן...
פארוואס זאגט ער שוין נישט, דער עלטער פעטער?
ער איז שוין מער נישט מיט אונז ל"ע.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 04, 2023 9:35 pm
דורך תינוק הבורח
איך ווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 12:48 pm
וויאזוי זאגט מען נאך פון צדיקים? וכי ימוך אחיך ומטה ידו עמך והחזקת בו גר ותושב וחי עמך, וכי ימוך אחיך - אין עני אלא בדעת, ומטה ידו עמך - און ער וועט זיך נעמען מאכן מיט די הענט וואו א רבי, דאן, והחזקת בו - זאלסטו חוזק מאכן פון עם.
דאס איז א קאצקער ווארט.
און עס גייט וכי ימוך אחיך - ווען דיין ברודער וועט זיך פאר'מח'ן. וכו'.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:01 am
דורך אני-הק'
צ"ק
גלייב אים און גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן ווי ביז יעצט אן אים...
וי"א גלייב אים נישט און גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן ווי ביז יעצט אן אים...
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 11:05 am
דורך אסטראלאג
וואו ליינט ער די חטאים?! אויף די געזיכט?
און וואסערע חטאים זעהט ער אן? אפשר לערן איך מיך עס אויס.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:27 pm
דורך דער תהלים איד
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
יואל בן מלכה
ביטע צוריקקומען דא מיט'ן רעפארט. ייש"כ.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:30 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:27 pm
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
יואל בן מלכה
ביטע צוריקקומען דא מיט'ן רעפארט. ייש"כ.
יואלי!? דו ביסט עס??
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:32 pm
דורך דער תהלים איד
עסקינג פאר א פרענד, גייט דער נוסח אזא צייט...