בלאט 1 פון 2
מעביר סדרה זיין יעדע וואך
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:06 pm
דורך נקודות טובות
לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום ואפילו עטרות ודיבן שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו.
(גמרא ברכות דף ח'.)
אף על פי שאדם שומע כל התורה כולה כל שבת בצבור חייב לקרות לעצמו בכל שבוע פרשת אותו שבוע שנים מקרא ואחד תרגום. (מחבר סימן רפ''ה)
ס'איז נישט קיין סוד אז דאס איז אן ענין וואס פארלאנגט א גרויסע חיזוק. הגם ס'איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך, בלי חולק. אני כשלעצמי האט ליידער יארן לאנג נישט מעביר סדרה געווען. ב''ה די לעצטע פאר יאר בין איך יא מעביר סדרה.
אויב זענט איר נאכנישט מעביר סדרה, ביטע שמועסט אויס אייערע שווערעקייטן, כדי צו קענען נעמען חיזוק איינער פון צווייטען.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:25 pm
דורך מירון
אגב, ס'דא א באקאנטע מעשה מיט רבי שלמה באבובער (השני) מיט מעביר סדרה זיין.
א פרוי האט אמאל זיך אפגערעדט פאר רבי שלמה באבובער ז"ל אז זי זעט קיינמאל נישט איר מאן לערנען. איר מאן איז גראדע געווען א בן תורה, אבער ער האט געלערנט אין ביהמ"ד אלעמאל.
רבי שלמה באבובער ארייגערופן דעם מאן און אים געהייסן מעביר סדרה זיין אינדערהיים. א שטיק צייט שפעטער האט ער אנגעפרעגט די פרוי צו ס'איז דא עפעס א שנוי אין מאן'ס התנהגות? האט זי געענפערט מיט עקסטאז אז ממש אן אנדערע מענטש, ער לערנט יעדע וואך אויפן קול ממש א מחי'.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm
דורך נקודות טובות
מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:28 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איז טאקע דא א פשוט'ע הסבר בזמן הזה פארוואס מען זאגט (דארף זאגן) די תרגום?
אדער איז עס אלס מנהג אבותינו בידינו, אדער אלס ענינים נסתרים?
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:29 pm
דורך מירון
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm
מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
א גוטע עצה צו טראכטן די טייטש דאס מאכט דאס אויס אומ-מוטיג. גלייכציטיג איז מיט דעם יוצא לימוד התורה.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:34 pm
דורך נקודות טובות
מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:29 pm

אמת.
אבער מיט א בלאט גמרא איז מען אויך יוצא לימוד התורה, און דאס איז מיר נאך עד היום אסאך גרינגער.

.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:35 pm
דורך מירון
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:34 pm
מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:29 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm
מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
א גוטע עצה צו טראכטן די טייטש דאס מאכט דאס אויס אומ-מוטיג. גלייכציטיג איז מיט דעם יוצא לימוד התורה.
אמת.
אבער מיט א בלאט גמרא איז מען אויך יוצא לימוד התורה, און דאס איז מיר נאך עד היום אסאך גרינגער.
אבער אז מ'זאגט עס ענוועיס זאל מען כאטש אין צייט אריינכאפן מצות לימוד התורה.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:37 pm
דורך מירון
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:28 pm
איז טאקע דא א פשוט'ע הסבר בזמן הזה פארוואס מען זאגט (דארף זאגן) די תרגום?
אדער איז עס אלס מנהג אבותינו בידינו, אדער אלס ענינים נסתרים?
א גמרא אין מסכת מגילה: "תרגום של תורה אונקלוס הגר אמרו והא אמר רב איקא בר אבין אמר רב חננאל אמר רב מאי דכתיב (נחמיה ח, ח) ויקראו בספר תורת האלהים מפורש ושום שכל ויבינו במקרא ויקראו בספר תורת האלהים זה מקרא
מפורש זה תרגום ושום שכל אלו הפסוקין ויבינו במקרא אלו פיסקי טעמים ואמרי לה אלו המסורת שכחום וחזרו ויסדום וכו'
פון דא איז משמע אז תרגום איז תורה מסיני!
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:56 pm
דורך דעת קדשי
כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן אין מחבר שטייט דאס לשון חייב
איז דאס א חיוב מדרבנן אזויווי תפלה/הדלקת נירות שבת וחנוכה אדער נאר א חיוב אלס א געוויסע מנהג/ענין?
אין חדר איז מען נישט מחנך מעביר סדרה צו זיין ביז כתה ט' אזוי אויך האב איך קיינמאל נישט געזעהן א קינד פון 10 יאר זאל מעביר סדרה זיין
אויב איז עס א חיוב מדרבנן איז דא אויך א חיוב חינוך.
אין שו''ע איז דא א גאנצע סימן מיט הלכות דערוועגן פונקט ווי יעדע דרבנן.
איינער האט קלארקייט?
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:11 pm
דורך יום טוב
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:06 pm
לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום ואפילו עטרות ודיבן שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו.
(גמרא ברכות דף ח'.)
אף על פי שאדם שומע כל התורה כולה כל שבת בצבור חייב לקרות לעצמו בכל שבוע פרשת אותו שבוע שנים מקרא ואחד תרגום. (מחבר סימן רפ''ה)
ס'איז נישט קיין סוד אז דאס איז אן ענין וואס פארלאנגט א גרויסע חיזוק. הגם ס'איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך, בלי חולק. אני כשלעצמי האט ליידער יארן לאנג נישט מעביר סדרה געווען. ב''ה די לעצטע פאר יאר בין איך יא מעביר סדרה.
אויב זענט איר נאכנישט מעביר סדרה, ביטע שמועסט אויס אייערע שווערעקייטן, כדי צו קענען נעמען חיזוק איינער פון צווייטען.
דאס אז דאס ענין פארלאנגט א גרויסע חיזוק איז א דבר פשוט וויל ס'האט נישט א באשטימטע צייט ברבים ווען מען טוט דאס און משטופט עס אפ און ווי געזאגט אז געוויסע מענטשן שפירן נישט קיין טעם דערין , לגבי צו רוב ציבור איז נזהר דערין איז נישט שייך צו וויסן נאר דורך אויספרעגן אבער אויף געוויסע מענטשן איז גאנץ גרינג צו וויסן אפילו אן פרעגן סיי לטב און סיי למוטב, לגבי חיזוק איז לכאורה די שטערקסטע חיזוק צו וויסן אז סאיז א חיוב אן בלכה פסוקה אין שו"ע וואס מ'קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון ווי שווער סזאל נאר נישט זיין
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 5:41 pm
דורך וואוילער
עס זענען דא עטליכע שטאפלען אין הידור הענין, ווען און וויאזוי צו מעביר סדרה זיין.
וועלכע צייט אין וואך (דוקא פרייטאג נישט פריער, ענדיגן פרייטאג פאר חצות, ענדיגן פאר די סעודת צפרא דשבתא וכו')
אופנים (מיט די תפילין, שטייעדיג, ברציפות בלי הפסק וכו')
וויאזוי (2 מאל יעדע פסוק און דערנאך תרגום, א פרק אויפאמאהל, 1 מאל פסוק מיט תרגום און די 2טע מאל מיטן בעל קורה שבת וכו', און אויך מיט טראפן אדער נישט).
און לענ״ד דעס אז אין ישיבה מאכט מען א פרעשור פון די חומרות, או מ'שטעלט אוועק די סטאנדארט אז מ'מוז דאס טוהן מיט אלע הידורים, ער"ש פאר חצות מיט די תפילין מיט טראפן פסוק בפסוק, מאכט ליידער א צימישעניש און א אפשאקלונג ביי רוב ציבור.
זייט כ'האב דאס אנערקענט פאר בערך 2 יאר צוריק, נאך יארן פון נישט מעביר סדרה זיין, האב'ך אנגעפאנגען ווי פאלגנד:
יעדן טאג פון וואך א חלק, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, אא״וו
1 מאל די פסוק די גאנצע שטיקל, דערנאך די גאנצע תרגום
אמאהל כאפט מען אריין צו בליקן אין רש״י
נאכדעם שבת די גאנצע סדרה מיטן בעל קורא!
עס לוינט זיך (פאר איינעם וואס איז נישט געהעריג מעביר סדרה) זיך צו גרינגער מאכן, ווילאנג ס'איז נאך על פי הלכה, ווי איידער בכלל נישט...
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:35 pm
דורך רואה חשבונות
אני הקטן איז שוין ב"ה מעביר סדרה יארן לאנג מידי שבוע בשבוע. פאר מיר איז א גאנצע קונץ אויב איך קען מעביר סדרה זיין פרייטאג פאר חצות. זיי זאגן נאך בשם דעם חת"ס אז מעביר סדרה זיין פאר חצות איז א סגולה פאר יראת שמים.
ס'איז דאך היינט א וועלט פון סגולות, די גמרא (ברכות ח.) זאגט, כל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו. די הייליגע אמורא רב הונא זאגט צו אריכת ימים, סאיז גאר קיין קלייניקייט.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:06 pm
דורך בערל דער פייפער
איך בין מעביר סדרה במשך די וואך,
געהערט אזוי פון רבי אברהם הערש וואזנער אב”ד סאטמאר מאנסי.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
דורך בן מלך
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:59 pm
דורך נקודות טובות
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
כה לחי! חוץ די הלכה'דיגע חיוב פון מעביר סדרה זיין, איז דאס א רעכטע קבעת עתים לתורה!
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:24 am
דורך אסטראלאג
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
וואס מיינט מעביר סדרה זיין מיט רש"י?
אפלערנען אבער אריינבליקן וואס רש"י זאגט?
אדער זאגן רש"י פסוק ביי פסוק?!
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:34 am
דורך חוט של חסד
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:06 pm
איך בין מעביר סדרה במשך די וואך,
געהערט אזוי פון רבי אברהם הערש וואזנער אב”ד סאטמאר מאנסי.
וכן אני נוהג
זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, וכן הלאה על זה הדרך
פון מאל צו מאל בליק איך אויך דורך די הייליגע רש"י'ס, אבער ליידער רוב מאל נישט.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:55 am
דורך אני-הק'
די לעצטע תקופה בין איך מעביר סדרה שב"ק בשעתן ליינען...
איך האף בעז"ה צו קענען האלטן נאכן מעביר סדרה זיין דעמאלטס אזוי זאל איך געהעריג קענען אויסהערן די בעל קורא...
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:59 am
דורך צווייטער
אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:24 am
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
וואס מיינט מעביר סדרה זיין מיט רש"י?
אפלערנען אבער אריינבליקן וואס רש"י זאגט?
אדער זאגן רש"י פסוק ביי פסוק?!
די הלכה'דיגע חיוב איז אז יעדער איד זאל דורכגיין די גאנצע תורה יעדע יאר און וויסן וואָס עס שטייט דארטן, און דאס דארף לכתחילה זיין יעדע וואך זיין סדרה.
דאס הייסט אז חז''ל האבן געוואלט אז א יעדער איד זאל לעבן מיט די סדרה, וויסן וואספארא פרשה גייט די וואך, און וואס שטייט אין די פרשה, פארדעם האבן חז''ל מחייב געווען צו דורכגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך מיט תרגום, די פשוטע פשט פארוואס אויך די תרגום איז צוליב ''טייטש'', מ'זאל וויסן עברי טייטש וואס שטייט אין די תורה.
שפעטער ווען רש''י הק' האט געמאכט זיין פירוש האלטן די ראשונים אז ס'איז פונקט אזוי גוט ווי תרגום, און ס'האט נאך א שטיקל מעלה ווייל ער ברייטערט עס אויס און ס'איז מיוסד אויף מדרשי חז''ל. ממילא א איד וואס ''לערנט'' חומש מיט רש''י (נישט סתם זאגן די ווערטער) האט יוצא געווען די חיוב פון דורכגיין די סדרה.
לעומת זה האט תרגום א שטארקע מעלה, ס'איז נישט בלויז א טייטשער, ס'איז ניתנה מסיני! ממילא שטייט אין שולחן ערוך אז א ירא שמים זאל טון ביידע, ער זאל דורכגיין די פרשה סיי מיט די תרגום, וועגן ס'איז ניתנה מסיני און אויך זאל ער לערנען מיט רש''י ווייל ער האט א בעסערע פירוש.
אבער נישט פארגעסן אז די עיקר חיוב און די ציל וואס חז''ל האבן געוואלט איז אז א יעדער איד זאל וויסן און קענען די סדרה, ממילא שטייט אין טורי זהב אז אויב א איד קען נישט קיין לערנען, ער פארשטייט נישט רש''י, זאל ער לערנען די אידישע טייטש וואס ער פארשטייט יא, למשל צאינה וראינה.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:32 am
דורך אסטראלאג
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:59 am

הייסט חוץ וואס די תרגום איז בעצם געשטעלט געווארן אז מען זאל פארשטיין די פסוקי התורה, (וואס דאס איז געווען די שפראך בימים ההם), איז כאטש וואס מיר פארשטייען בכלל נישט היינט, זאל מען נאך אלץ "זאגן", ווייל: ס'איז מסיני.
אבער דאס וואס דער שלחן ערוך זאגט: א ירא שמים מיט רש"י - צוליב די איינציגסטע סיבה אז מען זאל "פארשטיין" די תורה. מיינט דאס נישט דווקא רש"י. דער עיקר איז א פירוש צי שפראך וואס מען פארשטייט.
ס'דא וואס שוועבן מיט רש"י ביים מעביר סדרה זיין אלץ א פארהויכטע זאך אזוי ווי אונקעלעס, אן דעם וואס זיי זאלן דווקא פארשטיין וואס שטייט דארט.
אז א ירא שמים זאגט מיט רש"י, איז בלויז א דוגמא וואס דער שלחן ערוך ברענגט. מקען לערנען מיט פירושים, טייטש וכו' אז מען זאל פארשטיין.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 2:38 pm
דורך בן מלך
אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:24 am
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
וואס מיינט מעביר סדרה זיין מיט רש"י?
אפלערנען אבער אריינבליקן וואס רש"י זאגט?
אדער זאגן רש"י פסוק ביי פסוק?!
נאך לערנען חומש לערן איך די רש״י. וואס איז דיין שאלה?
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 2:40 pm
דורך בן מלך
נקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:59 pm
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
כה לחי! חוץ די הלכה'דיגע חיוב פון מעביר סדרה זיין, איז דאס א רעכטע קבעת עתים לתורה!
ישר כח…
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:27 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:15 pm
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
איך פלעג נישט זיין אזוי נזהר אין דעם פעלד און אנפאנג יאר די יאר האב איך אפגעמאכט אז איך גיי טוהן די עצה איך בין מעביר סדרה יעדן טאג די יום נאך זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין גלייך נאך פרשת היראה והתשובה והמן און ס'פארט א מחי' (ביזדערווייל)...
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:41 pm
דורך מירון