בלאט 1 פון 6
נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:17 pm
דורך בן רבינו
שוין איך וויל גיין פתוחה.
Re: נייעס פון "בארא פארק" והגלילות
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:18 pm
דורך מאנטרעאל
וואס איז אין כלל פון בארא פארק והגלילות? טאמס ריווער?
Re: נייעס פון "בארא פארק" והגלילות
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:18 pm
דורך מאנטרעאל
באריכטער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:18 pm
זייער מאדנע נעמען דא כ'מיין די מנהלים זאלן מאכן א סעט נאמען פאר אלע שטעט

Re: נייעס פון "בארא פארק" והגלילות
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:03 pm
דורך שמויגער
בארא פארק איז יעצט אויף הייוון וועגן די רשעותדיגער בראוקערס..
זאגט מיר א אינגערמאן קיין פעני צי די נשמה אז פאר עני הוצאות פין מופן האט אים שוין געקאסט 3 אלפים! בלויז פארן חטא פארן ווילן מופן!
סדארפף קומען צי א סוף!
Re: נייעס פון "בארא פארק" והגלילות
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 4:05 am
דורך בן רבינו
מאנטרעאל האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:18 pm
וואס איז אין כלל פון בארא פארק והגלילות? טאמס ריווער?
בענסאנהערסט, קענזיגטאן, וכו'.
Re: נייעס פון "בארא פארק" והגלילות
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:04 pm
דורך ווילסאן
שמויגער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:03 pm
בארא פארק איז יעצט אויף הייוון וועגן די רשעותדיגער בראוקערס..
זאגט מיר א אינגערמאן קיין פעני צי די נשמה אז פאר עני הוצאות פין מופן האט אים שוין געקאסט 3 אלפים! בלויז פארן חטא פארן ווילן מופן!
סדארפף קומען צי א סוף!
יא יא, יעצט נארוואס מיטגעהאלטן ביי א שוואגער מיינע. ער האט געזוכט א דירה, און ענדליך נאכן טרעפן און סיינען א שטיקל קאנטראקט, גיבט אזא שווים צו א איבריגע קאסט פון עטליכע אלפים.
אויף זיין פראגע על מה זו, האט מען אים געענטפערט אז דאס איז פאר די בראוקער. נישט באהאלטענדיג זיין נייגער האט ער זיך אנגערופן צום לענדלארד זיינע אז ער האט דאך נישט געזעהן דא קיין בראוקער פארמישט. ער האט צוויי מאל אראפגעקומען קוקן די דירה, איינמאל האט מען אים געגעבן א נומבער פון א שלאס, און איינמאל איז די ווייב פון די לענדלאורד אראפגעקומען פון אויבן צו עפענען, איז מאי הבראוקער פי?
געס Wאט, די לענדלארד ענטפער מיט א בעלכקייט: מיין ווייב איז די בראוקער. זעטס איט.
און סטראשען איז נישטא וועם אין א שטאט ווי דירות ווערן פארדינגן שנעלער ווי נישט, איז עד כאן הסטארי...
איך האלט אז מ'דארף עפעס טון... איט קענט גאו לייק דיס..
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 10:38 am
דורך דער תהלים איד

- Screenshot 2023-08-25 103554.jpg (89.24 KiB) געזען געווארן 1633 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:30 pm
דורך ווער
די 66'סטע פאליציי פריסינקט אין בארא פארק גרייט זיך אויף א טויש מיט א נייע הויפט אפיציר וואס גייט איבערנעמען די ווירטשאפט
דער יעצטיגער הויפט אפיציר דזשעיסאן העגעסטעד איז ערווארטעט צו פארלאזן זיין אמט און געשטעלט ווערן אלץ קאנטער-טעראריזעם קאארדיניטער אינערהאלב ניו יארק'ס קאנטער-טעראריזעם איינהייט. אויף זיין פלאץ גייט אריין קומען קעפטין קענעט העראַרט, וועלכע סערווירט מאמענטאל ביי די 112'ט פריסינקט
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:32 pm
דורך צוקוקער
ווער ווייסט וואס איז נעקסט...
געזען ביי שומר שבת
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 5:24 pm
דורך צוקוקער
ב"פ24 מעלדט די פרייליכע נייעס אז נאך דריי וואכן וואס די שבת בעל האט נישט געארבעט איז עס היינט פאראכטן געווארן און וועט שוין קלינגען דעם שבת קודש
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 5:25 pm
דורך צוקוקער
EXCLUSIVE: Shabbos Bell to Return After Hiatus
YS Gold
The Shabbos bell has been the soundtrack ushering in the holy Shabbos for decades in Boro Park. Thousands of women drop everything, and light Shabbos lecht by its sound, and the men know to cease doing melachah when it goes off.
However, for the last three weeks, noticed that the Shabbos bell did not sound. Boro Parkers have been wondering week after week what is going on and why the sound heralding in Shabbos Kodesh isn't heard anymore, and so BoroPark24 stepped up to the plate to find out more.
BoroPark24 spoke with a neighborhood Rov who has been involved with the bell for many years, and he placed us in touch with the people in charge. They, in turn, explained that the high-voltage fuses that bring the electric current to the bell have all crashed.
They have been hard at work repairing the mechanism, restoring all three high-voltage fuses and the transformer, and it has finally been repaired - and has successfully passed rigorous testing - as of Wednesday afternoon.
Boro Park residents can fully expect the bell to be in operation this coming Shabbos Parshas Lech Lecha to usher in the holy Shabbos with its sound.
https://www.boropark24.com/news/exclusi ... ter-hiatus
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 5:55 pm
דורך פייל און בויגן
צוקוקער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 5:24 pm
ב"פ24 מעלדט די פרייליכע נייעס אז נאך דריי וואכן וואס די שבת בעל האט נישט געארבעט איז עס היינט פאראכטן געווארן און וועט שוין קלינגען דעם שבת קודש
אין וועלכע געגנט האט עס נישט געארבעט?
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:52 pm
דורך צוקוקער
קומט אריין נייעס איבער א טאנקער טראק וואס פלאקערט אויף פט העלמיטאן
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:39 pm
דורך צוקוקער
צוקוקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:52 pm
קומט אריין נייעס איבער א טאנקער טראק וואס פלאקערט אויף פט העלמיטאן
קענסל. געווען די גאז טאנק פון אן עסן טראק, בלויז די טאקנ האט געפלאקערט
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:26 pm
דורך צוקוקער
קאר פלאקערט אין הארץ פון שטאט
16-46
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:37 pm
דורך צוקוקער
דריוו
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:39 pm
דורך וואסאפשט
צוקוקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:37 pm
דריוו
ווער פייפט???
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:59 pm
דורך צוקוקער
פייער פארלאשן
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:26 pm
דורך צוקוקער
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:57 pm
דורך ווירקליך
צוויי פייערס אין איין טאג?
אגב, פט העמילטאן איז ממש א מקום מוכן לוויהייסטעס? הערט נישט אויף זייער פייערן און כל מיני כאאסן דארט
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:43 pm
דורך וואסאפשט
יוֹם זֶה מְכֻבָּד מִכָּל יָמִים!!!
אַ היסטאָרישער טאָג היינט אין סאַטמאַר, מאָנטאָג לסדר ״הָיוֹ יִהְיֶה לְגוֹי גָּדוֹל וְעָצוּם״ ווען די הייליגע מוסדות אין באָראָ פּאַרק האָט באַוויזן ב״ה מיט סייעתא דשמיא אַדורכצופירן דעם
״20 מיליאָן דאָלערדיגער קלאָוזינג״
פונעם בנין האדיר החדש תלמוד תורה
״בנין ליפּא פריעדמאַן״
וואו טויזנטער קינדערלעך וועלן אי״ה נתחנך ווערן לה׳ ולתורתו הקדושה!
וְהוּא יֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל!
אנ״ש האבן נישט די ווערטער פון ״הכרת הטוב״ כלפי דעם לעגענדאַרער נדיב, הנגיד המפורסם טפסר ושוע, מוה״ר ליפא פריעדמאן הי״ו, הבן יקיר פון משב״ק הנערץ לבית סאטמאר החסיד המרומם רבי משה שליט״א, וועלכער האט געברענגט צום קלאָוזינג
די גרעסטע אינדיווידועלע נדבה אין די היסטאריע פון מוסדותינו הקדושים, ממיטב כספּו והונו
״פינף מיליאן דאלער אויפאיינמאל״ אויפ׳ן פּלאץ
בנוסף צו נאָך 7 מיליאָן דאָלער וואָס ער האָט פּערזענליך געשאַפן פון זיינע ידידים, שותפים און ביזנעס-פאַרבינדעטע אין עולם הפילאַנטראָפּיע
אַ סך הכל פון ״אומגלויבליכע 13 מיליאָן דאָלער״ וואָס הטפסר רבי ליפּא הי״ו האָט געברענגט צום טיש אָפּצוקויפן דעם בנין האדיר פאַר מוסדות סאטמאר!
״בנין ליפא פריעדמאן״ וועט אי״ה זיין דער שטאָלץ און פּראַכט פון סאַטמאַר באָראָ פּאַרק!
״בנין ליפא פריעדמאן״ וועט מחנך זיין טויזנטער הייליגע תינוקות של בית רבן צו בדרך רביה״ק זי״ע!
״בנין ליפא פריעדמאן״ וועט לדורי דורות דערציילן די הייליגע שריט פון גרויסן נדיב ר׳ ליפא ומשפּחתו!
״בנין ליפא פריעדמאן״ וועט אייביג בלייבן אַ קוואַל פון נחת און זכותים אויף די וועלט און יענע וועלט!
״בנין ליפא פריעדמאן״ הייבט אויף די גאנצע מוסדות און עפענט א נייע גאלדענע קאפּיטל פאר אונזערע דורות!
סאַטמאַר באָראָ פּאַרק שרייט אויס בשמחה עצומה:
שֶׁהֶחֱיָינוּ וְקִיְּימָנוּ וְהִגִּיעָנוּ לַבִּנְיַן הַזֶּה!
קרעדיט מערכת סאטמאר
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:46 pm
דורך וואסאפשט

- בילד 1.jpg (281.8 KiB) געזען געווארן 1276 מאל

- בילד 2.jpg (283 KiB) געזען געווארן 1276 מאל
בשעת׳ן קלאוזינג ווערט געזען אינאיינעם מיט די אדוואקאטן, דער גענעראל פון מוסדות סאטמאר בארא פארק, הנגיד גבור החיל מוה״ר בערל לעפקאוויטש הי״ו, אייניקל און ממשיך בדרכיו פון הייליגן רבינ׳ס שליח הנאמן הרה״ח ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ז״ל ראה״ק ומנהל המוסדות, אינאיינעם מיט הנגיד הנכבד הרה״ח ר׳ שניאור קליין הי״ו חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האבן ביידע אריינגעלייגט דם ודמע אינאיינעם מיט׳ן נדיב ר׳ ליפא הי״ו, אינאיינעם מיט אלע חברי הנהלה ועסקנים מיט די שטענדיגע באגלייטונג און הדרכה פון הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, בעצתו ובברכת הקודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א צו קענען צושטאנדברענגען דעם מקח הכביר - אשרי להם וחלקם!
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:54 pm
דורך וואסאפשט

- בילד 3.jpg (112.2 KiB) געזען געווארן 1272 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:44 pm
דורך איד
ווי איז די בנין?
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 10:53 am
דורך דיעל שפיל
איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:44 pm
ווי איז די בנין?
פלעטבוש
(אושען פארקוועי)