בלאט 1 פון 4

'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 10:15 am
דורך עדיטאריעל
פאלגט נאך....

Re: אומקראנטע שמועות: 'הדסים' נייע אויסגאבע דורך קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:56 am
דורך וואוילער
מיינע טייערע פריינד!
אז @עדיטאריעל ברענגט עס, איז עס נישט אומקראנט!!

:)

Re: אומקראנטע שמועות: 'הדסים' נייע אויסגאבע דורך קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:58 am
דורך דער תהלים איד
יא... איך קען אויך באשטעטיגן די קראנטקייט פון @עדיטאריעל'ס אומקראנטע שמועה.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:53 pm
דורך שמח
לפי השמועות גייען זיי ארבעטן מיט נעקסט לעוועל פראפעגאנדע, זיי גייען ברענגען אינטערשריפטן פון רבנים אז עס ''דער'' אויסגעהאלטעסטע אויסגאבע... וכו' וכו' און די צייט וואס עס איז שוין דא אנדערע וואס ווערן אויך איבערגעקוקט דורך ערליכע און טראסטבארע מחנכים ווי ''יסודות'' ''בחצרות'' ועוד גיין זיי אבער פראבירן צו פראפעגאנדירן אז ''דאס'' איז ''דער'' אויסגעהאלטענסטע אויסגאבע.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:39 pm
דורך להגדיל הטראסק
שמח האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:53 pm לפי השמועות גייען זיי ארבעטן מיט נעקסט לעוועל פראפעגאנדע, זיי גייען ברענגען אינטערשריפטן פון רבנים אז עס ''דער'' אויסגעהאלטעסטע אויסגאבע... וכו' וכו' און די צייט וואס עס איז שוין דא אנדערע וואס ווערן אויך איבערגעקוקט דורך ערליכע און טראסטבארע מחנכים ווי ''יסודות'' ''בחצרות'' ועוד גיין זיי אבער פראבירן צו פראפעגאנדירן אז ''דאס'' איז ''דער'' אויסגעהאלטענסטע אויסגאבע.
אויב דאס איז דער אדווערטייזמענט מיטל דאן שטייט דער דור גאר גוט אין דעם הינזיכט...

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:52 pm
דורך שמח
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:39 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:53 pm לפי השמועות גייען זיי ארבעטן מיט נעקסט לעוועל פראפעגאנדע, זיי גייען ברענגען אינטערשריפטן פון רבנים אז עס ''דער'' אויסגעהאלטעסטע אויסגאבע... וכו' וכו' און די צייט וואס עס איז שוין דא אנדערע וואס ווערן אויך איבערגעקוקט דורך ערליכע און טראסטבארע מחנכים ווי ''יסודות'' ''בחצרות'' ועוד גיין זיי אבער פראבירן צו פראפעגאנדירן אז ''דאס'' איז ''דער'' אויסגעהאלטענסטע אויסגאבע.
אויב דאס איז דער אדווערטייזמענט מיטל דאן שטייט דער דור גאר גוט אין דעם הינזיכט...
גערעכט, אבער עס ליגט עפעס טיפער אויך.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:56 pm
דורך דער תהלים איד
@שמח אין וועלכע פון די עקזיסטירנדע ביסטו איינגעשטעלט?...

לענין, מ'קען שוין משוגע ווערן וויפיל ליין מאטריאל עס יאווען זיך. ס'שוין נישט ווערד פאר א שרייבער צו מאכן א גוטע ארבעט אויכנישט, ווייל ס'ווערט עניוועי פארשוועמט צווישן א קאמפאטישן פון מיליאנען קערעקטערס.

אויב אבער איז דא דער מהלך טאקע צו זיין מער ריין, מער השקפה'דיג, אבער פארט עכט עכט גוט און אינטערסאנט (און אויך דזשורנאליסטיש), דאן האט ער א גוטע שאנס. (נאכאמאל: "אויב").

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 5:38 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:56 pm @שמח אין וועלכע פון די עקזיסטירנדע ביסטו איינגעשטעלט?...

לענין, מ'קען שוין משוגע ווערן וויפיל ליין מאטריאל עס יאווען זיך. ס'שוין נישט ווערד פאר א שרייבער צו מאכן א גוטע ארבעט אויכנישט, ווייל ס'ווערט עניוועי פארשוועמט צווישן א קאמפאטישן פון מיליאנען קערעקטערס.

אויב אבער איז דא דער מהלך טאקע צו זיין מער ריין, מער השקפה'דיג, אבער פארט עכט עכט גוט און אינטערסאנט (און אויך דזשורנאליסטיש), דאן האט ער א גוטע שאנס. (נאכאמאל: "אויב").
א דאנק פאר די קאמפלימענט אז מ'קען זיך איינרעדן אויף מיר אז איך בין א שרייבער...

ביטע זיי מער מסביר וואס מיינט "דשוזרנאליסטיש"?

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 10:47 am
דורך עדיטאריעל
אי"ה די וואך!

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:01 am
דורך שמח
דאס וואס זיי לייגן א חאניאקישע/פרומע געשטעל אינגערמאן איז לכאורה וויל דעם ציבור זוכן סיי צו כאפן.

וויבאלד די אנדערע סארט אידן קויפן שוין מאמענט, וואך, בליק, בילץ וכו' און זענען נישט אינטערסירט און נייע אויסגאבעס אין די צייט וואס זיי זענען צופרידן פון וואס עס איז שוין דא.

(נ.ב. מניין מיינונג, רוב פון די פרומערע אידן וואס קויפן שוין יא אויסגאבעס האבן שוין אויך גענוג מעלות, יסודות, בחצרות, און פאמילע, און די וואס קויפן נישט זעה איך נישט אז זיי זאלן אנהייבן קויפן יעצט.)

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:09 am
דורך ענותן
2.99 איז זייער ביליג.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:11 am
דורך שמח
ענותן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:09 am 2.99 איז זייער ביליג.
נאר די ערשטע וואך צו כאפן דעם ציבור, א נארמאלע וואך וועט עס קאסטן $6.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:14 am
דורך שמח
ענותן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:09 am 2.99 איז זייער ביליג.
Screenshot_20231108-111253-01.jpeg
Screenshot_20231108-111253-01.jpeg (28.87 KiB) געזען געווארן 998 מאל

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:14 am
דורך אויגעלעך
שמח האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:01 am דאס וואס זיי לייגן א חאניאקישע/פרומע געשטעל אינגערמאן איז לכאורה וויל דעם ציבור זוכן סיי צו כאפן.

וויבאלד די אנדערע סארט אידן קויפן שוין מאמענט, וואך, בליק, בילץ וכו' און זענען נישט אינטערסירט און נייע אויסגאבעס אין די צייט וואס זיי זענען צופרידן פון וואס עס איז שוין דא.

(נ.ב. מניין מיינונג, רוב פון די פרומערע אידן וואס קויפן שוין יא אויסגאבעס האבן שוין אויך גענוג מעלות, יסודות, בחצרות, און פאמילע, און די וואס קויפן נישט זעה איך נישט אז זיי זאלן אנהייבן קויפן יעצט.)
מעלות פאמיליע און דאכט זיך אויך יסודות זענען חודש'ליכע אויסגאבעס און בחצרות איז א חסידות זאת אזוי ווי אנדערע קהילות האבן און עס קעיטערט נישט דעם אלגעמיינעם ציבור אזוי קעיטערט עס נישט אזוי שטארק די געברויך פון פשוטע ליין מאטריאל (די אנדערע אויסגאבעס לדוגמא מעלות פאמיליע און יסודות קעיטערן עס יא אבער נאר חודש'ליך)

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:19 am
דורך שמח
אויגעלעך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:14 am
שמח האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:01 am דאס וואס זיי לייגן א חאניאקישע/פרומע געשטעל אינגערמאן איז לכאורה וויל דעם ציבור זוכן סיי צו כאפן.

וויבאלד די אנדערע סארט אידן קויפן שוין מאמענט, וואך, בליק, בילץ וכו' און זענען נישט אינטערסירט און נייע אויסגאבעס אין די צייט וואס זיי זענען צופרידן פון וואס עס איז שוין דא.

(נ.ב. מניין מיינונג, רוב פון די פרומערע אידן וואס קויפן שוין יא אויסגאבעס האבן שוין אויך גענוג מעלות, יסודות, בחצרות, און פאמילע, און די וואס קויפן נישט זעה איך נישט אז זיי זאלן אנהייבן קויפן יעצט.)
מעלות פאמיליע און דאכט זיך אויך יסודות זענען חודש'ליכע אויסגאבעס און בחצרות איז א חסידות זאת אזוי ווי אנדערע קהילות האבן און עס קעיטערט נישט דעם אלגעמיינעם ציבור אזוי קעיטערט עס נישט אזוי שטארק די געברויך פון פשוטע ליין מאטריאל (די אנדערע אויסגאבעס לדוגמא מעלות פאמיליע און יסודות קעיטערן עס יא אבער נאר חודש'ליך)
כ'הער, 'איך' זעה אבער נישט ממש קיין גרויסע הצלחה דא.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:48 pm
דורך צווייזייטיג
אינטערעסאנט אויסגאבע קומט נאך ארויס?

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 1:07 pm
דורך world champion
טאקע בחינם?

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 1:09 pm
דורך דער תהלים איד
עדיטאריעל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 10:47 am אי"ה די וואך!
דער עד איז מתוק מדבש.

משוגע צו ווערן.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:36 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 1:09 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 10:47 am אי"ה די וואך!
דער עד איז מתוק מדבש.

משוגע צו ווערן.
קען איך דעם אינגערמאן...
די פיקטשער איז אזוי ארגינעל!

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:38 pm
דורך וואוילער
למשל ״מעלות״ איז שוין היינט כמעט נאר אינטערעסאנט פאר פרויען, און רוב דערפון איז השקפה.
סתם אז איינער זוכט צו ליינען עפעס אינטערעסאנט, און וויל נישט מאמענט סטייל, איז נאך נישט דא געהעריג.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:42 pm
דורך ענותן
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:38 pm למשל ״מעלות״ איז שוין היינט כמעט נאר אינטערעסאנט פאר פרויען, און רוב דערפון איז השקפה.
סתם אז איינער זוכט צו ליינען עפעס אינטערעסאנט, און וויל נישט מאמענט סטייל, איז נאך נישט דא געהעריג.
פאמיליע און באלייכטונגען האבן זיך לעצטענס זייער זייער ארויפגעארבעט, טאקע בעיקר פאר פרויען.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:43 pm

דיסעגרי, די ערשטע האלב איז שטארק מענעריש.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:43 pm
דורך שמח
ענותן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:42 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:38 pm למשל ״מעלות״ איז שוין היינט כמעט נאר אינטערעסאנט פאר פרויען, און רוב דערפון איז השקפה.
סתם אז איינער זוכט צו ליינען עפעס אינטערעסאנט, און וויל נישט מאמענט סטייל, איז נאך נישט דא געהעריג.
פאמיליע און באלייכטונגען האבן זיך לעצטענס זייער זייער ארויפגעארבעט, טאקע בעיקר פאר פרויען.
פאמיליע איז בעיקר פאר פרויען און יסודות איז פאר מענער.

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:47 pm
דורך שמח
דאס איז פאלש?
► Show Spoiler

Re: 'הדסים', נייע אויסגאבע דורך די קינדליין רעדאקציע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:49 pm
דורך וואוילער
מעלות איז ממש אנפאנג פאר מענער, און די איבעריגע פאר פרויען און קינדער.
רוב השקפה ארטילען זענען געשריבן דורך פרויען...

יסודות האט מיר עפעס נישט געצויגן די ערשטע פאר מאל וואס כ'האב עס געזעהן.

באלייכטונגען איז ווידעראמאל מער פרויעריש.