בלאט 1 פון 1

נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm
דורך עדיטאריעל
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:25 pm פריינט פון דער בדחן ר' וועלוול פעלדמאן האבן אים איבערראשט צו זיין געבורטסטאג מיט'ן אהערשטעלן א פאלשע שבע ברכות ווי ער גערופן געווארן צו גראמען מיט פאלשע מחותנים און חתן כלה,

ווען מיטאמאל זענען די מחיצות אראפגעפארן.... און עס האט זיך באוויזן.... נישט קיין עזרת נשים....




Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm
דורך עדיטאריעל
מזל טוב פארן חתונה מוזיקאנט: "יוסי שטענדיג" פאר זיין געבורט'סטאג!

נעכטן נאכט מיט ליפא אין קרית יואל...

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:02 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך דאנק דעם רבונו של עולם אז איך דארף נישט צוקומען צו קיין בורטסדעי אפצייכענונג צו אנערקענען אז איך לעב...

(באקאנט די מעשה פון רבי'ן ז"ל הדברי יואל ווען ער איז געקומען צו א מלו"מ פון א בית המדרש וואס דער רב איז געווען זיינס א קרוב, און פאר ער איז אריינגעקומען האבן יענע סארט אידן געזינגען לכבוד דעם רב דעם פארצייטישן ניגון "העפי בורטסדעי טו יו", ווען דער רבי איז אריינגעקומען האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז מען האט דא געזינגען א שיינע ניגון... האט דער רבי באפוילן עס איבערצוזינגען...

דער רב האט געהאט גרויסע בזיונות, און יענער חסיד שוטה האט נישט אזוי גוט אפגעשניטן...)

פון די אנדערע זייט איז א יום הולדת געווען מער א טאג פון התעוררות, טייל האבן געמאכט א סיום מס' אין אזא טאג, טייל צייכענען צו דעם פסוק ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, שְׁאַל מִמֶּנִּי וְאֶתְּנָה" אז עס איז א טאג וואס מען קען אויספועלן.

עכ"פ צו סעלעברירן איז זיכער נאר געמאכט פאר ווער עס דארף צוקומען דערצו.

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:26 pm
דורך Programming
נהרא נהרא ופשטי'

ביי פרעה זעהט מען ער האט געמאכט א גרויס עסק דערפון... ביי אנדערע נישט אזוי ווייט

פון די אנדערע זייט די משתה ביום הגמל וואס ווערט דערמאנט די וואך אין די סדרה ביי אברהם איז היינט נישט אזוי איינגעפירט

למעשה פאר חינוך איז עס דוקא זייער א געראטענע זאך צו מאכן א מצב כאטש איינמאל א יאר פון א ספעציפישן קינד פערזענליך, פראווען א פארטי און געבן מתנות א.א.וו. - ווער עס איז חושש צו גוי'אישקייט מוז עס נישט מאכן דוקא אינעם יום הולדת, מען קען אויסוועלן א רענדאם טאג אין יאר צו צעלעברירן דאס קינד (קען זיין ווען ער פארהערט זיך עפעס וכדו', אבער נישט סוף זמן ווען עס איז יעדן קינד'ס אושפיזא).

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:40 pm
דורך וואסאפשט
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm מזל טוב פארן חתונה מוזיקאנט: "יוסי שטענדיג" פאר זיין געבורט'סטאג!

נעכטן נאכט מיט ליפא אין קרית יואל...
רח"ל, אין קרית יואל?...

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:55 pm
דורך דער תהלים איד
@Programming מחנה ומחנה ופשטי'. כצ"ל...

די ערשטע וואס מ'האט דא געלייגט, וועלוול פעלצדמאן, איז לכאורה א שטיקל עולה אים צו באשמירן מיט אזא קעפל. ער האט גארנישט געמאכט, נאר זיין חבר האט אים געמאכט א גוטן וויץ. ס'איז אן אנדערע מסכתא.

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:58 pm
דורך וואסאפשט
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:55 pm @Programming מחנה ומחנה ופשטי'. כצ"ל...

די ערשטע וואס מ'האט דא געלייגט, וועלוול פעלצדמאן, איז לכאורה א שטיקל עולה אים צו באשמירן מיט אזא קעפל. ער האט גארנישט געמאכט, נאר זיין חבר האט אים געמאכט א גוטן וויץ. ס'איז אן אנדערע מסכתא.
ווי וועלוול אליינס האט שוין אויסגעשמועסט אויף די רעקארדינג וואס @עדיטאריעל האט געברענגט
אז דאס איז א זאך וואס זיי טוען אסאך מאל אבער שטיל און פריוואט
און דאס מאל איז עס ארויס שלא בכוונה

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:11 pm
דורך יאנטשי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:02 pm איך דאנק דעם רבונו של עולם אז איך דארף נישט צוקומען צו קיין בורטסדעי אפצייכענונג צו אנערקענען אז איך לעב...

(באקאנט די מעשה פון רבי'ן ז"ל הדברי יואל ווען ער איז געקומען צו א מלו"מ פון א בית המדרש וואס דער רב איז געווען זיינס א קרוב, און פאר ער איז אריינגעקומען האבן יענע סארט אידן געזינגען לכבוד דעם רב דעם פארצייטישן ניגון "העפי בורטסדעי טו יו", ווען דער רבי איז אריינגעקומען האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז מען האט דא געזינגען א שיינע ניגון... האט דער רבי באפוילן עס איבערצוזינגען...

דער רב האט געהאט גרויסע בזיונות, און יענער חסיד שוטה האט נישט אזוי גוט אפגעשניטן...)

פון די אנדערע זייט איז א יום הולדת געווען מער א טאג פון התעוררות, טייל האבן געמאכט א סיום מס' אין אזא טאג, טייל צייכענען צו דעם פסוק ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, שְׁאַל מִמֶּנִּי וְאֶתְּנָה" אז עס איז א טאג וואס מען קען אויספועלן.

עכ"פ צו סעלעברירן איז זיכער נאר געמאכט פאר ווער עס דארף צוקומען דערצו.
זאגסט פיין.

מען קען טרעפן א אושפין פאר יעדע קינד...

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:32 pm
דורך איטשע
וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:40 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm מזל טוב פארן חתונה מוזיקאנט: "יוסי שטענדיג" פאר זיין געבורט'סטאג!

נעכטן נאכט מיט ליפא אין קרית יואל...
רח"ל, אין קרית יואל?...
איך קען פארשטיין אז קומט נישט אז א היימישע זאל פייערן זיין געבורט'ס טאג אויף אזא פארנעם, אבער וואס איז די "רח"ל" ?

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:30 am
דורך הייסע גרעיפ דזשוס
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:32 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:40 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pm מזל טוב פארן חתונה מוזיקאנט: "יוסי שטענדיג" פאר זיין געבורט'סטאג!

נעכטן נאכט מיט ליפא אין קרית יואל...
רח"ל, אין קרית יואל?...
איך קען פארשטיין אז קומט נישט אז א היימישע זאל פייערן זיין געבורט'ס טאג אויף אזא פארנעם, אבער וואס איז די "רח"ל" ?
רייסערישע חתונה 'לאקעל'..

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:46 am
דורך עדיטאריעל
יענקעל'ע קורנבליט מיט ישעי' ??.....


Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:57 pm
דורך מרדכי מנחם
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:02 pm איך דאנק דעם רבונו של עולם אז איך דארף נישט צוקומען צו קיין בורטסדעי אפצייכענונג צו אנערקענען אז איך לעב...

(באקאנט די מעשה פון רבי'ן ז"ל הדברי יואל ווען ער איז געקומען צו א מלו"מ פון א בית המדרש וואס דער רב איז געווען זיינס א קרוב, און פאר ער איז אריינגעקומען האבן יענע סארט אידן געזינגען לכבוד דעם רב דעם פארצייטישן ניגון "העפי בורטסדעי טו יו", ווען דער רבי איז אריינגעקומען האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז מען האט דא געזינגען א שיינע ניגון... האט דער רבי באפוילן עס איבערצוזינגען...

דער רב האט געהאט גרויסע בזיונות, און יענער חסיד שוטה האט נישט אזוי גוט אפגעשניטן...)

פון די אנדערע זייט איז א יום הולדת געווען מער א טאג פון התעוררות, טייל האבן געמאכט א סיום מס' אין אזא טאג, טייל צייכענען צו דעם פסוק ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, שְׁאַל מִמֶּנִּי וְאֶתְּנָה" אז עס איז א טאג וואס מען קען אויספועלן.

עכ"פ צו סעלעברירן איז זיכער נאר געמאכט פאר ווער עס דארף צוקומען דערצו.
נאמען פון רב? בעסער א פריוואטע מעסידזש...

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:59 pm
דורך להגדיל הטראסק
מרדכי מנחם האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:57 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:02 pm

(באקאנט די מעשה פון רבי'ן ז"ל הדברי יואל ווען ער איז געקומען צו א מלו"מ פון א בית המדרש וואס דער רב איז געווען זיינס א קרוב, און פאר ער איז אריינגעקומען האבן יענע סארט אידן געזינגען לכבוד דעם רב דעם פארצייטישן ניגון "העפי בורטסדעי טו יו", ווען דער רבי איז אריינגעקומען האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז מען האט דא געזינגען א שיינע ניגון... האט דער רבי באפוילן עס איבערצוזינגען...

דער רב האט געהאט גרויסע בזיונות, און יענער חסיד שוטה האט נישט אזוי גוט אפגעשניטן...)

נאמען פון רב? בעסער א פריוואטע מעסידזש...
כ'האב עס געהערט פון מיין מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א
קענסט אים פרעגן.

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:44 am
דורך עדיטאריעל

Re: נייע עפאכע: יום הולדת געפייערט ביי היימישע 'סעלעברעטיס'

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:35 pm
דורך מיילעך פריילעך
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:02 pm איך דאנק דעם רבונו של עולם אז איך דארף נישט צוקומען צו קיין בורטסדעי אפצייכענונג צו אנערקענען אז איך לעב...

(באקאנט די מעשה פון רבי'ן ז"ל הדברי יואל ווען ער איז געקומען צו א מלו"מ פון א בית המדרש וואס דער רב איז געווען זיינס א קרוב, און פאר ער איז אריינגעקומען האבן יענע סארט אידן געזינגען לכבוד דעם רב דעם פארצייטישן ניגון "העפי בורטסדעי טו יו", ווען דער רבי איז אריינגעקומען האט איינער געזאגט פארן רבי'ן אז מען האט דא געזינגען א שיינע ניגון... האט דער רבי באפוילן עס איבערצוזינגען...

דער רב האט געהאט גרויסע בזיונות, און יענער חסיד שוטה האט נישט אזוי גוט אפגעשניטן...)

פון די אנדערע זייט איז א יום הולדת געווען מער א טאג פון התעוררות, טייל האבן געמאכט א סיום מס' אין אזא טאג, טייל צייכענען צו דעם פסוק ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, שְׁאַל מִמֶּנִּי וְאֶתְּנָה" אז עס איז א טאג וואס מען קען אויספועלן.

עכ"פ צו סעלעברירן איז זיכער נאר געמאכט פאר ווער עס דארף צוקומען דערצו.
הערליך גוט ארויסגעברענגט די נושא!!!