בלאט 1 פון 12
נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:04 pm
דורך ר' דן
פרעים מיניסטאר ביבי נתניהו איז צאמגעפאלן און אריינגעפירט געווארן פאר אינטערזיכונגען, מען שפעקאלירט נאך וואס ער גייט דורך.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:06 pm
דורך ר' דן
פרעזידענט יצחק הערצאג איז ערווארטעד אויף א ווייסע הויז באגעגעניש און אן אויפטריט אין אמעריקאנע קאנגרעס שפעטער די וואך.
דאס קומט נאכדעם וואס פרעים מיניסטאר נתניהו איז נאכנישט געווארן איינגעלאדנט דורך ביידן פאר א וויזיט.
Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:09 pm
דורך מסתמא
ר' דן האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:04 pm
פרעים מיניסטאר ביבי נתניהו איז צאמגעפאלן און אריינגעפירט געווארן פאר אינטערזיכונגען, מען שפעקאלירט נאך וואס ער גייט דורך.
ער האט געליטן פון אויסגעטריקענקייט נאכן וויילן אין טבריה אין די איזרעלי זוממער היצן.
לויט די באריכטן איז ער שוין אינדערהיים.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:08 pm
דורך אהרן זאב
ער איז געהעריג צוריק דא פולי, כלא היה!
ווייסעך נישט ווי אזוי ער מאכט עס...
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 6:18 pm
דורך ר' דן
די לעצטע טעג האבן ביידן נתניהו אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך ווי ביידן האט פראבירט אפצורעדן פון פארויסגיין יעצט מיט די געריכט רעפארמען.
אויך האט מען גערעדט פון א באגעגעניש, מער פרטים איז נישט קלאר דערווייל.
די מארקאנע קעניג האט געלאדענט דעם פרעים מיניסטאר אויף א וויזיט.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:58 pm
דורך עפעס א ניק
די איזרעלי פריים מיניסטער נתניהו איז ערווארטעט צו רייזן קיין טערקיי און זיך טרעפן צום ערשטן מאל מיט די טורקישער פרעזידענט ערדואן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 12:51 pm
דורך ר' דן
טערקיי באטראכט צו פאגרינגערן פאר מדנ''י צו ליפערן נאטירליכע גאז צו די EU דורך טערקיי, און בכלל צו דערנענטערן זייערע באציאונגען.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 10:58 am
דורך Azoi Tzi Zugen
די ערשטע פאזע "געריכט רעפארם" אפשטימונג איז היינט אדורך
טראץ די מאסיווע פראטעסטן
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 10:59 am
דורך חכם
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 10:58 am
די ערשטע פאזע "געריכט רעפארם" אפשטימונג איז היינט אדורך
טראץ די מאסיווע פראטעסטן
נתניהו וועט אדרעסירן דעם לאנד היינט נאכט.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 11:04 am
דורך קיינמאל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 10:58 am
די ערשטע פאזע "געריכט רעפארם" אפשטימונג איז היינט אדורך
טראץ די מאסיווע פראטעסטן
די פראטעסטן זענען שוין אסאך אסאך שוואכער
אויך האבן זיך די רעכטע אויסגעלערנט צו קומען מיט קאנטער מארטשן מיט שווערע טויזענטער באטייליגטע וואס האט געשטעלט די לינקע אין שאטן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 9:59 am
דורך Azoi Tzi Zugen

- image (6) copy.jpg (220.36 KiB) געזען געווארן 2320 מאל
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 10:04 am
דורך Azoi Tzi Zugen
די צולאזעניש ביי די לינקע איז עד לב השמים, און זיי סטראשען אויפן ארגסטן.
מדינת ישראל האט א ביטערע שווערע פארמעסט מיט די "ישראל כשהן יורדין"!
מאנכע זאגן פאר א פוקאמע בירגער קריג און מעגליכע מיליטער אויפשטאנד / צוטיילונג. (די ענדע פון די מדינה? #ס'שמעקט משיח)

- Screenshot 2023-07-25 100218 copy.jpg (201.96 KiB) געזען געווארן 2316 מאל
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 1:00 pm
דורך ראטשילד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 9:59 am
image (6) copy.jpg
אלעס באצאלטע עדס דורך די לינקע ארגעניזאציעס וואס שווימען אין געלט.
די צייטונגען זענען די גרעסטע ראיה אז די דעמאקראטיע אין מדינת ישראל גייט ווייטער אן ווי געהעריג, ווען עס וואלט נישט געווען קיין דעמאקראטיע וואלטן די סארט שווארצע צייטונגען נישט געקענט ערשיינען.
די גאנצע חוק עילת הסבירות איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער, דאס איז א בהלה וואס ווערט געשטיצט דורך די רייכע לינקע אנארכיסטן וואס זוכן אמתלאות מיט וואס צו אראפווארפן די ערוועלטע רעכטע רעגירונג.
די גאנצע פאליטיק אין מדינת ישראל לויפט אנדערש ווי ביי אונז אין אמעריקע, אסאך טינט דארף געגאסן ווערן צו קענען אראפ מאלן קלאר וואס דארט גייט פאר.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 1:28 pm
דורך ראטשילד
ביטע אריבער פירן אלע נייעסער און קאמאנטארן אינערהאלב די געריכט רעפארם צו די אשכול
viewtopic.php?t=297
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 12:41 am
דורך איד
מדינת ישראל מיליטערישע פירער האבן געווארנט ביבי נתניהו אין לעצטערע וואכן אז איראן זוכט אויסצונוצן פאליטישע כאאס
פיר בריוון זענען געשיקט געוואָרן דורך די מיליטערישע פירער צו ביבי נתניהו איז די לעצטערע וואָכן, אים צו וואָרענען וועגן דער געפאַר פון ציווילע אומרוען וואָס קענען אַרויסנעמען דאָס לאַנד פון קאָנטראָל און שטעלן אין געפאַר די סטאַביליטעט פון די מיליטער. די לעצטע פון די פיר בריוון איז געשיקט געוואָרן האַרט בעפאָר די כנסת האָט באַשטעטיגט די געריכט רעפאָרם געזעץ אָנהייב וואָך, און עס האָט געוואָרנט מיט שפּיאָנאַזש באַווייזן אַז איראַן און כיזבאַללאַ זוכן אויסצונוצן די פּאָליטישע כאַאָס.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 2:01 am
דורך ניקל
אפאזיציע פירער יאיר לאפיד האט פארלאנגט אז די נתניהו רעגירונג יוסטיץ לעגיסלאציע זאלן פארפרוירן ווערן פאר 18 מאנאטן, אלס א תנאי אז זיין פארטיי, יש עתיד זאל צוריק אנהויבן די פארהאנדלונגען מיט די קאאליציע אויף די רעפארמירונגען.

Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:33 am
דורך אסמכתא בעלמא
וואס איז די דזשאוק פון די "פארהאנדלונגען"?
ס'איז אמאל געווען?
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:27 am
דורך ניקל
א פרישע שיסעריי טעראר אטאקע אין א מאלל אין מעלה אדומים, צוויי פארוואנדערט אין טעראריסט איז געשאסען געווארן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:49 am
דורך ניקל
א פאלעסטינער טעראריסט איז דערשאסן געווארן צום טויט נאכן פרובירן צו דורכפירן א טעראר אטאקע ביי א באס סטאנציע אין די אשתמוע שיידוועג, זייענדיג די צווייטע טעראר אינצידענט באריכטעט אין טאג.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:50 am
דורך ניקל
מדינת ישראל אויסערן מיניסטער אלי כהן זאגט אז מדינת ישראל שטייט נאנטער ווי סיי ווען צו אויסארבעטן א נארמאליזאציע אפמאך מיט סאודי אראביע.
אמעריקאנער באאמטע האבן אויך באשטעטיגט אז דער הויפט פון די מוסד דוד ברנע האט זיך אין געהיימעניס געטראפן מיט דזשעיק סוליווען און אנדערע אמעריקאנער באאמטע אין וואשינגטאן צו אויסארבעטן און ארומרעדן איבער א נארמאליזאציע אפמאך צווישן די צוויי לענדער.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:34 am
דורך טריסקער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 31, 2023 11:33 am
וואס איז די דזשאוק פון די "פארהאנדלונגען"?
ס'איז אמאל געווען?
יא, ס'געווען געוויסע וואס האבן פראבירט אפילו אינערהאלב ביבי'ס ליכוד פארטיי.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:53 pm
דורך ניקל
א שוידערליכע אקט האט פאסירט אין אשדוד ארץ ישראל, ווען וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן אין א שול, צעבראכן דעם ארון הקודש און ארומגעווארפן און געשעדיגט די ספרי תורה.
די פשוקעס פון צדקה ביישטייערונגען זענען געווען אויסגעליידיגט, מדינת ישראל פאליציי איינהייטן פארשן דעם אינצידענט.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:54 pm
דורך ניקל
די מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטעריום זאגט אז די פאראייניגטע שטאטן האט באשטעטיגט אז מדינת ישראל זאל קענען פארקויפן די נייע קלע דוד לופט פארטיידיגונגס סיסטעם צו פינלאנד, אין א דיעל געשאצט צו זיין ווערט 345 מיליאן פינישע דאלער, [316 מיליאן דאלער]
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:56 pm
דורך ניקל
עמעזאן זאגט אז זי פלאנט צו אינוועסטירן ארום 7.2 ביליאן דאלער אין אויפבויען ביזנעס אין ארץ ישראל אין די יארן ביז 2037, אין דעם ווערט אריינגערעכנט אז זי וועט אויפבויען דאטא צענטערן וואס וועט ערלויבן מדינת ישראל צו אוועקלייגן דאטא אין צענטערן וואס זענען לאקירט אין לאנד.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 5:26 pm
דורך ניקל
די פאליציי זאגן אז פאליציי אפיצירן און צה"ל קרעפטן האבן נעכטן אפגעשטעלט א פרואוו צו שמוגלן 30 ביקסן אריין קיין מדינת ישראל פון ירדן. צוויי פארדעכטיגטע אין די 20ער יארן, איינוואוינער פון תל שבע, זענען ארעסטירט געווארן.