זייער ווייניג פון זיינע תולדות זענען באקאנט. ס'דא וואס זאגן אז זיין טאטע האט געהייסן רבי אברהם יהושע העשל.
ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל פון טערקיש־מאהליב, פון די גדולי תלמידי בעל התניא. ער איז באוואוסט מיט'ן צונאמען "רבי לייב בעל יסורים".
מ'דערציילט אז די חסידים פון דעם געגנט פון די שטאט טערקיש־מאהליב האבן געבעטן פון זייער רבי'ן, דער בעל התניא, ער זאל שטעלן רבי לייב'ן אלס ראש החסידים. דער בעל התניא האט אבער נישט מסכים געווען דערצו, ווייל רבי לייב איז געווען אינגאנצן אויסגעטאן פון דער וועלט און ער האט זיך נישט געקענט אראפלאזן צו פשוט'ע מענטשן און זייערע פראבלעמען.
די וועלט זאגט נאך בשם ר׳ משה ריישער, מחבר ספר שערי ירושלים, (און אזוי אויך בשם דער גערער רבי דער בית ישראל,) אז רבי לייב בעל יסורים האט מבטיח געווען פאר יעדן וואס וועט זיין אין א עת צרה און וועט זיך משתטח זיין על קברו, וועט ער געהאלפן ווערן מיט כל מילי דמיטב.
צוערשט האט זיך רבי לייב באזעצט אין חברון, און לעת זקנתו האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין צפת, דארט איז ער נפטר געווארן.
זכותו הגדול יגן עלינו