בלאט 1 פון 1

רבי מנחם נחום טווערסקי, המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:29 pm
דורך מירון
דער הייליגער מאור עינים איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן דער צדיק רבי צבי בן רבי אדם בעל שם זצ"ל, בשנת ת"ץ לפ"ק (אנדערע שרייבן אז רבי צבי איז געווען א זוהן פון רבי נחום גאון זצ"ל - הנקרא רבי אדם בע"ש).

ער איז נעבעך געווארן א יתום פון זיין טאטן אלס קליין קינד, זיין פעטער האט אים האט אריינגענומען צו זיך אין שטוב און אויפגעצויגן ווי אן אייגן קינד. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הצדיקת שרה וואס איז געווען אן אייניקל פון רבי יצחק שפירא, רב אין דעם באקאנטן שטאט לובלין, בן רבי נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע "דער מבוא השערים".

באמת קען מען מאכן אן עקסטערן ארטיקל פון זיין הייליג ספר מאור עינים, וואס כשמו כן הוא, אבער אין לי עת להאריך עתה.

די פאלגענדע פאראגראפן זענען גענומען פון גליון מגזי המלך:

"הרה"ק נחום טשערנאבלער בעל מאור עינים נאך איז געווען א תלמיד פונעם בעל שם טוב הקדוש. אמאל ער איז געפארן אויף צום שבת, בעש"ט הקדוש. פארדעם האט דער בעש"ט אנגעזאגט די פאר רעביצין זאל זי אז אכטונג געבן ווייל עס קומט א גנב, ווען זי אים האט געזען, האט זי זיך געוואונדערט ער האט דאך נישט אויסגעקוקט ווי קיין גנב האט האט דער בעש"ט געזאגט ער גנב'עט צו אלע מדריגות.

דער מאור איז עינים געווען די פון געציילטע תלמידים פונעם בעש"ט הק' שם וואס האבן געפירט עקסטער, אלע תלמידים פונעם בעש"ט הק' האבן זיך אונטער געווארפן אונטער'ן מגיד עס איז געווען געציילטע תלמידים וואס האבן געפירט עקסטער ווי רבי פנחס קאריצער, און דער תולדות און דער מאור עינים."

דער מאור עינים פלעגט צו פארטיילן אסאך צדקה און ער האט אסאך געטוען פאר פדיון שבוים. איינמאל האט די רעגירונג זיך אנגעטשעפעט אין אים און האבן אים אריינגעלייגט אין תפיסה ווען ער איז געזעצן אין תפיסה מען האט אונטער געשמירט די רעגירונג און מען האט אויסגע'פועלט אז ער זאל קענען ווייטער זיין פירן ווערטשאפט אין תפיסה, מען האט אים געמאכט א קליין פענסטער וואו ער איז געזעצן, דארט האט מען געברענגט געלט, ער און האט דאס פארטיילט פאר ווער עס האט געדארפט האבן געלט. איין טאג איז אנגעקומען א אידענע, מען האט איר געוואלט געבן געלט, זי האט געזאגט פאר רבי נחום טשערנאבלער אז זי וויל רעדן צו אים אליין, האט זי געזאגט זי אז דין תורה מיטו רבוש"ע פארוואס אזא איינער וואס האט געטון אזויפיל פאר פדיון שבוים זאל אין אלייןזיצן תפיסה און זי איז אוועק געגאנגען פון דארט. עס זענען דא וואס זאגן אז איז עס געווען שרה אמינו און עס דא וואס זאגן אז ס'איז געווען רחל אמינו.

מנוחתו כבוד אין טשערנאביל.

זכותו הגדול יגן עלינו

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי - המאור עינים זצ"ל - י"א חשוון תקנ"ח

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:50 am
דורך רואה חשבונות
א בילד פון דעם אוהל אין טשערנאביל.

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי - המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:56 pm
דורך בערל דער פייפער
עס דא אויך א ספר ישמח לב,

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי - המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:59 pm
דורך בערל דער פייפער
זיינע קינדער
רבי מרדכי - המגיד מטשרנוביל
רבי משה
מלכה

די בת עין איז דאכט זיך געעווען זיין תלמיד

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי - המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:03 am
דורך בערל דער פייפער
מירון האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:29 pm עס דא וואס זאגן אז ס'איז געווען רחל אמינו.

מנוחתו כבוד אין טשערנאביל.

זכותו הגדול יגן עלינו
אויך די יארצייט י”א חשון

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי - המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:09 am
דורך רואה חשבונות
בערל דער פייפער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:03 am
מירון האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:29 pm עס דא וואס זאגן אז ס'איז געווען רחל אמינו.

מנוחתו כבוד אין טשערנאביל.

זכותו הגדול יגן עלינו
אויך די יארצייט י”א חשון
שטארק מוטל בספק אויב י"א חשון איז די יארצייט פון רחל אמינו.

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי - המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:59 am
דורך מירון
אין ספר אמרות טהורות, פון ראחמיסטריווקא רבין זצ"ל שטייט אז ס'איז מקובל בשם חסידי טשערנאביל מדור אחר דור, אז לערנען דעם שטיקל תורה פון פ' נשא - ד"ה או יאמר, ותחלה נבאר פסוק וכו', פון ספה"ק 'מאור עינים' איז סגולה צו א רפואה. ס'דא וואס לייגן נאכן לערנען א קוויטל אינעם ספר אויף יענעם פלאץ און מ'זעט ישועות ורפואות.

Re: רבי מנחם נחום טווערסקי, המאור עינים זצ"ל - י"א חשון תקנ"ח

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:41 am
דורך מירון
היינט איז די יארצייט, זי"ע