כי קרוב אליך הדבר מאוד
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 3:30 pm
די שטייגער פון די אמאליגע עשירים איז געווען, אז יעדע שטיק צייט פלעגט מען פארן קיין לייפציג צו כאפן מציאות אויפן מארק, און דערנאך האט מען די סחורה פארקויפט אין די קלענערע שטעטלעך.
מאכט זיך אמאל אז איינער פון די עשירים האבן זיך אביסעל פארשלעפט, און איז אנגעקומען אהיים פרייטאג נאכמיטאג א שעה צום זמן. האבענדיג אסאך צו טוהן צוצוגרייטען פאר שבת, האט ער געבעטען דארט אין שטאט איינער פון די שלעפערס זאלן אים אהיים טראגען זיינע פעקלעך וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט אין לייפציג, און ער וועט אים דערפאר גוט באצאלען. און דערוויל האט דער עושר געקלערט וועל איך לויפן זיך צוגרייטען פאר שבת קודש.
10 מינוט נאכן זמן קלאפט ביים עושר אין שטוב דער שלעפער, אינגאצען פארשוויצט און פארסאפעט, ער קען זיך נישט כאפן דעם אטעם. און הערשט נאכן זיך אראפזעצן און טרינקען צוויי גלעזלעך וואסער זאגט ער פארן עושר ''איך האב אראפ געלייגט די פעקליך דא פארענט פון דיין הויז, און יעצט דארף איך מיין געלט''.
דעם עושר ווערט שווארץ פאר די אויגן און געבט א שריי, ''געוואלד, דו האסט נישט גענומען די ריכטיגע פעקל, נישט דאס האב איך דיר געהייסען נעמען''!! זאגט אים דער שלעפער, גיי קוק וועסטו זעהן אז איך האב יא גענומען דיינע פעקלעך. זאגט אים דער עושר,דו נער וואס דו ביסט, וואס פארשטייסטו. מיינע פעקלעך זענען צוויי קליינע גרינגע פעקלעך פון דיימאנט שטיינער, און דאס וואס דו שוויצט אזוי ווייזט מיר אז דו האסט גענומען די נישט ריכטיגע פעקל!! ווער ווייסט וואו מיינע דיימאנט שטיינער זענען פארלוירן געווארן??!!!
פירט דער דובנער מגיד אויס, ישעיה הנביא זאגט אונז, ולא אתי קראת יעקב כי יגעת בי. אויב איז אידישקייט ביי דיר אן אפמיטשעניש טראגסטו נישט דעם ריכטיגען פעקל! אין די תורה שטייט, כי קרוב אליך הדבר מאוד!
אזוי זעהען מיר אויך אין ירושלמי פרק ערבי פסחים. רשע מה הוא אומר, מה העבודה הזאת לכם. די מפורשים מיטשענען זיך צו דערגיין די חילוק פון די שאלת החכם ביזן שאלות הרשע.די ירושלמי לייגט אבער צו ווערטער און טייטשט דארט, מה ''הטורח הזה שאתם מטריחין'' עלינו בכל שנה ושנה. איז דער קרבן העדה מסביר אז דאס איז די פראבלעם מיטן שאלת הרשע, מיט דעם וואס ער פרעגט מה העבודה, זעה איך אז אידישקייט איז ביי אים א טירחא כאילו לא ניתנו המצות אלא ליגע בני אדם, והרי זה רשע גמור!
איך געדענק אמאל אלץ בחור אין קעמפ, נאך די 9 טעג ווען נישט גייענדיג אין שויער פאר באלד א וואך. איז כמנהג הקעמפס וקאנטרי'ס נישט געווען קיין הייס וואסער א טאג נאך תשעה באב. און ווער עס האט געוואלט נעמען א שויער האט זיך געמוזט וואשען אין קאלט וואסער.
האב איך דעמאלטס געקלערט, לכאורה וואס איז געווען די גדלות פון אונזערע זיידעס וואס האבן געבראכען די אייז צו גיין אין מקוה. הגם די שויערס זענען טאקע נישט אזוי קאלט. אבער דאך זעהט מען אז רוב בחורים האבן זיך יא געקענט גובר זיין איבער די קאלטע וואסער, און יא גענומען א שויער. נו אויב אזוי, איז מה כל הרעש פון אונזערע זיידעס?
האב איך אבער געטראכט אויף דעם. אה''נ אז איך בין יעצט אין זעלבען דרגה פון מסירת נפש ווי מיינע זיידעס, אבער געוואלד, אויף וואס האבן מיינע זיידעס געהאט מסירת נפש, און אויף וואס בין איך מיך מוסר נפש? ביי מיינע זיידעס האט געברענט דאס גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, אזוי ווי מיר ברענט דאס גיין אין שויער נאך די 9 טעג!!! דאס איז די גדלות פון אונזערע זיידעס!!! נישט דאס אז ער האט געבראכן די אייז!
רצוני לומר, זייער אסאך מאל איז דער מענטש מוכן ומזומן צו טוהן געוויסע זאכן, אפי' אויב עס איז זייער שווער. פארוואס? וויבאלד ער האט א רצון דערצו! דער ווייטאג איז נאר אז אונזערע רצונות זענען זיך נאכצוגעבן דעם גוף און נישט דעם נשמה!
דער מהר''י קרא טיישט פשט אין פסוק, ולא אתי קראת יעקב כי יגעת בי. א מענטש גייט אריבער א גאנצען טאג, ער טוט זיין ארבעט ער עסט און טרינקט וכו'. ווען עס קומט ביינאכט און דער אויבערשטער זאגט אים, גיי אין בית המדרש דאווענען מעריב, דעמאלט מיטאמאל הייבט דער מענטש אן פילן ווי מיד ער איז וכדו'. זאגט ער בזה הלשון, כל היום תענה ותעשה כל מלאכתך ואי אתה מתייגע. ולערב בזמן שאומר לך בוא מתפלל אתה משיב עיף אנכי!
די ארבעט אונזערע איז צו אנערקענען אז עבדות ד' איז נישט קיין אפקומעניש!
א שארף ווארט וועל איך מיך וואגן צו זאגן בפשט הירושלמי. רשע מה הוא אומר, ווען דו טרעפסט ליידער א רשע אויפן גאס און דו פרעגסט אים וואס פעלט דיר דאס אויס, פארוואס האסטו געמוזט פארקריכען. וועט ער דיר ענטפערן, מה הטורח הזה שאתם מטריחין עלינו בכל שנה ושנה. ביי מיר אינדערהיים איז גאנץ אידישקייט געווען א טירחא!!!