בלאט 1 פון 2

די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:53 pm
דורך ראטשילד
אין מדינת ישראל האלט מען איצט אין א העפטיגע מערכה, מען ברויכט רחמי שמים מרובים אז קיין אידיש קינד זאל נישט געשעדיגט ווערן רח''ל, מ'האלט נאך שווערע טעג פון ביטערע טראגעדיעס, הונדעטע מיטות, טויזענטע אבלים, פיל צאליגע הארץ רייסענדע בילדער און געשיכטעס וואס ווערן נארוואס פארעפענטליך און מ'ווערט געוואר וואספארא אומגליק כלל ישראל איז אדורך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעהויבן ביום חגינו נהפך לאבל מחולינו - שמיני עצרת שנת תשפ''ד.

מ'קען אנקוקן די דאזיגע מערכה מיט מערערע ברילן און דורך פארשידענע בליקן, תורה'דיג, פאליטיש, מיליטעריש, קבלה'יש און אוודאי און אוודאי משיח'יש - מיר אלע האפן און דאווענען אז די יעצטיגע טעראר אטאקע ר"ל זאל זיין פון די פעמי הגאולה און די בלוטיגע חבלים זאלן זיין פון די לעצטע קניפן אין די בלוטיגע חבלי משיח וואס שלעפן מיט זיך די גאולה השלימה.

עטליכע אשכולות זענען שוין דן אין די לעצטע אנטוויקלונגען אין ארץ הקודש - ולהבדיל מדינת ישראל.
מ'דיסקוסירט באריכות אלע עניינים התלויים, עס איז פאראן עטליכע אשכולות וואס זענען מאריך איינער אין די נייעס, די צווייטער קאמאנטאן און שמועסן, די דריטער ברענגט ארויס די נייעס ע''פ דרך השיטה הק'.

אין די אשכול וועט מען דיסקוסירן ווער איז שולדיג אין די לעצטע בלוטיגע דורכפאל אין מדינת ישראל.
בלויז מיט א פאליטישע/מיליטערישע בליק, - ווייל הנסתרות לה' אלוקינו, די קורא הדורות מראש האט שוין אלעס פארשריבן און אין דעם איז נישט שייך צו דעבאטירן ''וואס האט צוגעברענגט צו די שוידערליכע טראגעדיע'', דאס וועלן מיר לאזן פאר צדיקים ומקובלים זאלן מעורר זיין די עולם.

לאמיר זיך קאנצעטרירן אויף די שאלה וואס קלינגט שוין און גייט קלינגען במשך די קומענדיגע תקופה:

''ווער איז שולדיג אין די שוידערליכע היסטארישע בלוטיגע דורעכפאל''???

א וויכטיגע דערמאנונג!
ביטע נישט אריין ברענגען זייטיגע און אומגעווינטשענע פרא ציונות עמאציעס און ביטע נישט פארפארן פון די רעלעסן.

די טעמע איז איבער פאקטן לויט'ן מציאות וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט, און נישט איבער די אידיאלאגיעס וואס איז נישט צום דעבאטירן.

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:04 pm
דורך ראטשילד
די טעמע איז גאר ברייט און ברענגט אריין פארשידענע קוק ווינקלען
עס איז פאראן אסאך פארטיס וואס קענען זיין פארוואנטליך אין די דורעכפאל''.

ואלו הם:
הרצל ימ''ש - פארן גרינדן א אידישע מדינה על אדמת ארץ ישראל. - אבער דאס לאמיר דיסקוסירן אין אן עקסטערע אשכול.

די רה''מ כיום - בנימין המכונה ביבי נתניהו.

די רה''מ לשעבר - בנט, לפיד, אולמרט, שרון, ברק, פרס, רבין....

די זיכערהייט איינגעשטעלטע כיום - יואב גאלאנט די זיכערהייט מיניסטאר, די ראש אמ''ן אהרן חליווה, הרצי הלוי די רמטכ''ל, תומר בר - די אייר דעפענס אפיציר, רונן בר די ראש השב''כ.

די זיכערהייט איינגעשטעלטע לשעבר -
בעני גאנץ, בוגי יעלון, גדי אייזנקאט, יאיר גולן, אביב כוכבי, עמוס ידלין, וכו'

די הויפט געריכט - בג''ץ.

די לינקע אקטיוויסטן און זייער מידיע קאנאלן.

די רעכטע עקסטרעמיסטן על מתנחליהם.

אין די יעצטיגע טעג טוהט זיך טישן און בענק, די עולם מעקט אויס אלטע טוויטס און פעיסבוק נאטיצן, די עולם נישטערט און זוכט אויף ציטירונגען און דרשות קליפס און באשרייבונגען און דאס אלעס צו טרעפן די שולדיגער אין די לעצטע דורעכפאל המכונה "פאשלא"

ויהי ''אחרי מות'' - די שולדיגער אין די דורעכפעלער פון נאכן אנהייב מלחמה:

די משרד הסברה - די פראפעגאנדע איינגעשטעלטע פון מדינת ישראל.

די איזראעלי מידיע.

די יו ען.

די אלגעמיינע פרעסע.

די שכנים פון מדינת ישראל - מצרים ירדן.

די אראבישע לענדער.

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:05 pm
דורך ראטשילד
מי מינה את מי.jpeg
מי מינה את מי.jpeg (37.72 KiB) געזען געווארן 1470 מאל

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:05 pm
דורך ראטשילד
הלכו לישון למרות שידעו כבר ב-2 בלילה.jpeg
הלכו לישון למרות שידעו כבר ב-2 בלילה.jpeg (31.09 KiB) געזען געווארן 1469 מאל

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:05 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
לכאורה נישט שייך פאר פשוטע ציווילע מענטשן צו וויסן, אבער היות זאגן "איך ווייס נישט" איז דאך אן אומבעטעמטע זאך, וועט יעדער אויפקומען מיט תורות פארוואס דער איז שולדיג און דער איז שולדיג ...

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:10 pm
דורך ראטשילד
א לענגערע אנאליז וועט אי''ה נאכקומען אין די קומענדיגע טעג.
עס גייט אריין נעמען די פאר חלקים:
1. די שלודיגער אין די יעצטיגע דורעכפאל.
2. די שולדיגער אין די מצב וואס האט ערלויבט די יעצטיגע דורעכפאל.
3. די וואס האבן געקענט פארמיידן די יעצטיגע דורעכפאל. (ע''פ דרך הטבע פארשטייט זיך, אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר)
4. די איזראעלי מידיע - העלפן זיי ארויס די מלחמה אדער זיי שטערן.
5. די דעת הקהל אין מדינת ישראל - האט זיך די עולם גערוקט מער צו די רעכטע זייט אדער צו די לינקע זייט.
בס''ד.
6. די נביאי הזעם/פראקטישע מענטשן וואס האבן פאראויס געזאגט אז אזא קאטאסטראפע קען/גייט צושטאנד קומען אויב וועט מען נישט נעמען די נויטיגע שריטן.
(מיכאל בן ארי, מרת גאטליב, יצחק בריק וכו')
7. די איזראעלי דורכגעפאלענע פראפעגאנדע.

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:13 pm
דורך ראטשילד
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:05 pm לכאורה נישט שייך פאר פשוטע ציווילע מענטשן צו וויסן, אבער היות זאגן "איך ווייס נישט" איז דאך אן אומבעטעמטע זאך, וועט יעדער אויפקומען מיט תורות פארוואס דער איז שולדיג און דער איז שולדיג ...
ווען א הויז פאלט צאם קען מען אייביג נאכגיין די פארנאכלעסיגט וואס האט פאראורזאכט די צוזאמפאל.
ולענייניו - גאר אסאך פאקטארן זענען אריין געמישט אין די ברענעדיגע קושיא - און נאך לאנגע וואכן פון טענות און דעבאטעס וועט מען לכאורה אנקומען צו א שטיקל ענטפער.

וכך היא דרכה של כל אויספארשונג קאמיטעט המכונה במדינת ישראל - וועדת חקירה.

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:23 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
ראטשילד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:13 pm
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:05 pm לכאורה נישט שייך פאר פשוטע ציווילע מענטשן צו וויסן, אבער היות זאגן "איך ווייס נישט" איז דאך אן אומבעטעמטע זאך, וועט יעדער אויפקומען מיט תורות פארוואס דער איז שולדיג און דער איז שולדיג ...
ווען א הויז פאלט צאם קען מען אייביג נאכגיין די פארנאכלעסיגט וואס האט פאראורזאכט די צוזאמפאל.
ולענייניו - גאר אסאך פאקטארן זענען אריין געמישט אין די ברענעדיגע קושיא - און נאך לאנגע וואכן פון טענות און דעבאטעס וועט מען לכאורה אנקומען צו א שטיקל ענטפער.

וכך היא דרכה של כל אויספארשונג קאמיטעט המכונה במדינת ישראל - וועדת חקירה.
די וועדת חקירה האט צוטריט צו אינפארמאציע וואס איך און דו און אפילו די מידיע האבן נישט.

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:40 pm
דורך ראטשילד
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:23 pm
ראטשילד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:13 pm
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:05 pm לכאורה נישט שייך פאר פשוטע ציווילע מענטשן צו וויסן, אבער היות זאגן "איך ווייס נישט" איז דאך אן אומבעטעמטע זאך, וועט יעדער אויפקומען מיט תורות פארוואס דער איז שולדיג און דער איז שולדיג ...
ווען א הויז פאלט צאם קען מען אייביג נאכגיין די פארנאכלעסיגט וואס האט פאראורזאכט די צוזאמפאל.
ולענייניו - גאר אסאך פאקטארן זענען אריין געמישט אין די ברענעדיגע קושיא - און נאך לאנגע וואכן פון טענות און דעבאטעס וועט מען לכאורה אנקומען צו א שטיקל ענטפער.

וכך היא דרכה של כל אויספארשונג קאמיטעט המכונה במדינת ישראל - וועדת חקירה.
די וועדת חקירה האט צוטריט צו אינפארמאציע וואס איך און דו און אפילו די מידיע האבן נישט.
אמת, אבער אונז העמער משתדל זיין ארויס צו ברענגען די טענות לויט ווי מיר ווייסן - און אויב די וועדת חקירה וועט האלטן אנדערש ווי מיר - טו בעד.

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:50 pm
דורך דער תהלים איד
קוקט אויס אינטערסאנט.

דו האסט צוטריט צו אינפארמאציע וואס די צייטונגען האבן דערווייל נישט? כהאב נישט געטראפן דערווייל איינער זאל דאס אנאליזירן עד הסוף.

אבער אדרבה לאמיר הערן...

Re: מלחמת ''חרבות ברזל'' - שמ''ע תשפ''ד - ווער איז שולדיג???

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:04 pm
דורך ראטשילד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:50 pm קוקט אויס אינטערסאנט.

דו האסט צוטריט צו אינפארמאציע וואס די צייטונגען האבן דערווייל נישט? כהאב נישט געטראפן דערווייל איינער זאל דאס אנאליזירן עד הסוף.

אבער אדרבה לאמיר הערן...
1. איך האב צוטריט צו אינפֿאָרמאַציע וואס די צייטונגען ווילן דערווייל נישט ארויס געבן.....
2. אין לדיין אלא מה שעיניו רואות - מיינע אנאליזן וועלן זיין געבויעט נישט אויף היימיש געמאכטע האומעיד השערות - נאר אויף בלויז פאקטן, ציפערן, און השערות/ציטירונגען/סטעיטמענטס/אקטן פון געוויסע פאליטיקאנטן און פארשידענע מדינת ישראל איינגעשטעלטע - וואס מ'קען נישט באהאלטן און מ'קען נישט לייקענען אז זיי האבן דאס געזאגט/געטוהן.
3. רובא דרובא אינפארמאציע קען מען טרעפן אויף די סאציאלע מידיע - איך האב ב''ה נישט קיין צוטריט נאר די פאר סקרין שאט'ס וואס לויפן ארום.
פון די אלע סחורה ברויך מען גיט אובאכט געבן וואס איז אמת און וואס איז דאס פארקערטע.

די פארהוילענע געהיימע אינפארמאציע - דאס איז לענ''ד אפשר א קליינע טאקע וויכטיגע אבער פארט גאר א קליינע פראצענט פון די איצטיגע דורעכפאל.

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:52 pm
דורך א געזונטער
@ראטשילד מיר ווארטן אויף נאך

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:39 pm
דורך Spa 42
ווער ס'איז שולדיג אז 9/11 האט געקענט געשען אין אמעריטשקע, דאס ווייסטו שוין?

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:09 pm
דורך באשיינפערליך
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:39 pm ווער ס'איז שולדיג אז 9/11 האט געקענט געשען אין אמעריטשקע, דאס ווייסטו שוין?
דאן האט נאך אמעריקא געלעבט אין דינייעל אז קיינער גייצעך נישט אנהייבן מיט זיי, מד״י האט דאך געוויסט אז א הונגעריגע לייב זיצט אונטער זייער נאז!

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:19 pm
דורך ראטשילד
א געזונטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:52 pm @ראטשילד מיר ווארטן אויף נאך
מיר פארגעסן נישט.

ווען עס וועט קומען וועט עס זיין
שיין
לאנג
אינפארמאטיוו
און בס''ד באזירט אויף פאקטן און נישט אויף השערות.

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:27 pm
דורך נפתלי
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:19 pm
א געזונטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:52 pm @ראטשילד מיר ווארטן אויף נאך
מיר פארגעסן נישט.

ווען עס וועט קומען וועט עס זיין
שיין
לאנג
אינפארמאטיוו
און בס''ד באזירט אויף פאקטן און נישט אויף השערות.
מיר זיצן טייט

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 3:05 pm
דורך ראטשילד
ווארקינג אן איט
ביטע ווארט מיט געדולד

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:00 pm
דורך פרייליך
מיר זענען היבש שולדיג
מיר האבן נישט גענוג געטון אראפצונעמען די גרויסע שנאה און העצע וואס די אומות האב אויף אידן [דורך די ריכטיגע פירסום], א דאנק די רוצחים פון 6 מיליאן אידן ביניהם אונזערע זיידעס און זענען ל"ע מוכן צו שיקן נאך עטליכע מיליאן אויפן שייטער הויפן פון זייער מדינה.

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:22 am
דורך הארציגע מוח
שולדיג איז בנימין נתניהו, קיין חילוק פארוואס און פארווען, ער איז שולדיג...

ערנסט גערעדט, ער איז טאקע שולדיג, ער איז דער וואס האט איינגעהאלטן דעם שטרענגן האנט אויפ'ן אראבער, נישט געלאזט איבערציען דעם שטריק וכו'.

אבער פארוואס האט ער עס געמוזסט טון? דאס זענען שוין שולדיג די אלע וועלכע גייען אט שרייען אז ער איז שולדיג, די אלע לינקע פארטייען פון וועם נתניהו האט אזוי געפארכט און געציטערט עפעס צו טון מיט די אראבער, וויסנדיג אז יעדן ריר זיינער וועט אויפשאקלען די לינקע, און אזוי ארום דאס גאנצער וועלט.

דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל, ווי געזאגט...

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 1:16 am
דורך אני-הק'
צ"ק
דער הייליגער באשעפער עילת כל העילת וסיבת כל הסיבות המנהיג את העולם כול ברחמים ובהשגחה פרטית על כל בריה ובריה בכל עת ורגע
שולדיג האב איך געזאגט? ער איז נישט שולדיג. ער האט עס געמאכט, און כל מה דעביד רחמנה לטב עביד, ער ווארט נאר אז מיר זאלן תשובה טוהן.

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 4:34 pm
דורך א טויב
אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 1:16 am צ"ק
דער הייליגער באשעפער עילת כל העילת וסיבת כל הסיבות המנהיג את העולם כול ברחמים ובהשגחה פרטית על כל בריה ובריה בכל עת ורגע
שולדיג האב איך געזאגט? ער איז נישט שולדיג. ער האט עס געמאכט, און כל מה דעביד רחמנה לטב עביד, ער ווארט נאר אז מיר זאלן תשובה טוהן.
לכאורא האט ער געמיינט צופרעגן ווער עס איז געווען דער שליח, סוי קלער עך.

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:36 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:09 pm
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:39 pm ווער ס'איז שולדיג אז 9/11 האט געקענט געשען אין אמעריטשקע, דאס ווייסטו שוין?
דאן האט נאך אמעריקא געלעבט אין דינייעל אז קיינער גייצעך נישט אנהייבן מיט זיי, מד״י האט דאך געוויסט אז א הונגעריגע לייב זיצט אונטער זייער נאז!
זיי האבן נישט געוויסט אז זיי פאסטן נאך פון ראמאדאן...

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:42 pm
דורך שרגא ליפשיץ
אחד אלוקינו בשמים ובארץ

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:06 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
שרגא ליפשיץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:42 pm אחד אלוקינו בשמים ובארץ
האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל...

Re: די שרעקליכע אטאקע שמח"ת תשפ''ד - ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל?

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 12:52 pm
דורך א געזונטער
@ראטשילד מיר ווארטן נאך אלטס