תיפח רוחן של מחשבי קיצין
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1794
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4799
תיפח רוחן של מחשבי קיצין
איך וועל בעזר השם ארויפלייגען אין דעם אשכול מער א באריכות'דיגע שמועס בנוגע דעם כלל פון תיפח רוחן בשיטת הראשונים.
וואס איך וויל אבער דא אין די אידן שמועסען פארום איז אזוי.
יעדע מאל עפעס געשעהט ביי כלל ישראל קומען תיכף אפיר אלע וואס גלייכען פאבליסעטי, און הייבן תיכף אן מיט די גוג ומגוג עפאכע, וכדו'.
חז''ל זאגן אין מסכת סנהדרין דף צז: ''תיפח רוחן של מחשבי קיצין''! דאס איז נישט קיין קינדער שפיל! פארוואס זאגן דאס חז''ל? די גמרא איז מסביר זייער קלאר דעם טעם, וויבאלד אידן זענען אזוי מיטגעמאכט אין גלות, און אויף יעדע מאל וואס איינער קומט זאגן אז אט יעצט קומט דער קץ ווערט מען איבערגענומען. און אזוי ווי דער קץ גייט דורך אן קיין גאולה, איז דאס מכחיש די אמונה פון כלל ישראל. און אויף דעם דריקען זיך חז''ל אויס מיט א שארפע לשון פון תיפח רוחן!
נאך א זאך זאגט די גמרא, אז וויבאלד מיר ווייסען אז איינער פון די דריי וואס קומען מהיסח הדעת איז משיח, איז מחשבי קיצין א זאך וואס טוט אפשטיפען די גאולה.
די רמב''ם פראבירט צו פארענטפערן דאס וואס מען זעהט אז געוויסע גדולים האבן יא פאראויסגעזאגט זמנים, אבער להלכה זאגט ער זייער שארף אן דאס נישט צו טאן.
אין מסכת דרך ארץ פרק י''א י 'זאגט ר' יוסי, הנותן קץ אין לו חלק לעולם הבא. און די מפרשים אויפן פלאץ זענען מסביר אז דאס גייט ארוף אויף די גמרא פון תיפח רוחן.
און דאס ברענגט די רמב''ם אראפ אין פרק חלק אויף למעשה.
קיינער ווייסט נישט ווען די קץ הגאולה איז, דאס איז א סוד טמיר ונעלם וואו דער אבן עזרא שרייבט, כל החושבים המלות או האותיות בחשבון גימטריא, הכל הבל ורעות רוח, כי דניאל לא ידע הקץ, ואף כי הבאים אחריו.
און בנוגע אלעס ארום משיח וכדו' זאגט דער רמב''ם,כל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן ולא ישימם עיקר שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו.
פאלגענד איז דער לשון פון ר' יהודה החסיד. אם תראה אדם שמתנבא על משיח, דע כי היו עסקיו במעשה כשפים או במעשה שדים או במעשה שם המפורש, ובשביל שהם מטריחים את המלאכים אומרים לו על משיח, כדי שיתגלה לעולם ולבסוף יהיה לבושת ולחרפה לכל העולם, על שהטריחו המלאכים. או השדים באים ולומדים לו חשבונות וסודות לבושתו ולבושת המאמינים בדבריו

Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
זייער קלאר.
בכלל מישן אונז אויס גלייבן און האפן,
אני מאמין וכו' בביאת המשיח - איך גלייב אז משיח וועט נאך קומען.
אחכה לו בכל יום שיבא - יעדן טאג האף איך אז היינט וועט קומען די טאג.
אויב גלייבט מען אז משיח קומט היינט, קומט אויס אז מען איז לכאורה מאמין אין א שקר, ווייל נעכטן און אייער נעכטן האסטו באמת געגלייבט אז היינט קומט משיח, און ס'האט זיך אויסגעשטעלט אלס א שקר.
דעריבער, מ'דארף גלייבן אז משיח וועט קומען, און האפן אז היינט וועט עס שוין זיין.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3630
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1794
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4799
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
זייער שטארק! ווען מען רעדט פון עניני אמונה ובטחון איז זייער גרינג צו מישן פון אמונה און בטחון, ביז לעבן אין דינייעל.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 6:07 pm זייער קלאר.
בכלל מישן אונז אויס גלייבן און האפן,
אני מאמין וכו' בביאת המשיח - איך גלייב אז משיח וועט נאך קומען.
אחכה לו בכל יום שיבא - יעדן טאג האף איך אז היינט וועט קומען די טאג.
אויב גלייבט מען אז משיח קומט היינט, קומט אויס אז מען איז לכאורה מאמין אין א שקר, ווייל נעכטן און אייער נעכטן האסטו באמת געגלייבט אז היינט קומט משיח, און ס'האט זיך אויסגעשטעלט אלס א שקר.
דעריבער, מ'דארף גלייבן אז משיח וועט קומען, און האפן אז היינט וועט עס שוין זיין.
וויפיל מאל קען מען זעהן מענטשן וואס טוהן יעדע סארט השתדלות אין זייער לעבן אין יעדע הינזיכט. אבער ווען עס קומט צו קויפן לייף אינשורענס וכדו', הייבט ער אן דרייען מיט'ן צינג אז עס איז א סתירה מיט בטחון וכדו'... עס איז מיר ניחא צו זאגן אז דער מענטש לעבט פשוט אין דינייעל פון טויט, און ער וויל פון דעם נישט טראכטן. יעדע מין השתדלות וועט ער מאכן, אפי' ווען ער ווייזט קלאר אז ער איז נישט מחיוב. אבער צו נעמען א דאלער פון טאש און צאלן ווייל אפשר וועט ער שטארבן קען ער בשום אופן נישט טוהן.
ווי אויך איז דא די חלק היאוש וואס דאס מאכט א מענשט זיך נער'ן אז ער איז גאר א מאמין. וויפיל מאל הערט מען פון מענשטען אז די היינטיגע קאנטרי קעמפ לייף סטייל איז א חלק פונעם גלות. איז דאס א חלק פונעם גלות? פארוואס, ווייל דו ביסט מיאוש פון טוהן עפעס דערצו?
ווען איינער דארף א רפואה, וועט ער טוהן יעדע השתדלות. אבער ווען דער דאקטער זאגט אז ער זעהט נישט בדרך הטבע א וועג ארויס, הייבט זיך אן די שפראך אז וואס ווייסט דער דאקטער? דער אויבערשטער קען אלעס! עס איז אמת אז דער אויבערשטער קען אלעס, אבער פארוואס בשעת ווען דער דאקטער געבט יא האפענונג איז מען נישט אזוי פארנומען מיט'ן אויבערשטען? דער חלק היאוש אינעם מענטש מאכט אים זיך נער'ן אז עס איז אמונה און בטחון.
די זעלבע איז ווען מען רעדט פון ביאות המשיח. יעדע דראמאטישע אנטוויקלונג הייבט מען גלייך אן טראכטן פון משיח. נעכטן האסטו אויך געטראכט פון משיח, אדער נאר יעצט?
דער רמב"ם אין אגרת השמד שרייבט בזה הלשון. כאטש וואס עס איז נישט ממש נוגע צו מייניע דגמאות, עכ"ז ווארפט דאס אבער א ליכט ווי אזוי מען דארף זיך אומגיין מיט'ן אמונה אין ביאת המשיח. די מושג פון ביאת המשיח טאר נישט אפשטעלן דעם מענטש פון טוהן דאס וואס איז ריכטיג. ווייל דו האסט נישט קיין הבטחה אז משיח וועט קומען ווי לאנג דו לעבסט.
כי אין זמן לביאת המשיח עד שתולין בו ואומרים עליו הוא קרוב או רחוק וחיוב המצות אינו תלוי בביאת המשיח אלא אנחנו מחויבים להתעסק בתורה ובמצות ונשתדל להשלים עשייתן ואחר שנעשה מה שאנחנו מחויבים אם יזכה ד' לנו או לבני בנינו לראות המשיח הרי זה טוב יותר ואם לא לא הפסדנו כלום אלא הרוחנו בעשייתנו מה שאנחנו מחויבין אבל אם יעמוד אדם במקומות שיראה כי התורה תפסוק והמין יאבד בעבור השנים והוא אינו יכול להעמיד דתו ויאמר אשאר אני עד שיבא משיח ואצא מזה שאני בו אין זה כי אם רוע לב ואבוד גדול ובטול הדת והדעת זו היא דעתי והשם יודע האמת:
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14043
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
הייליג גערעכט.
פון די פארקערטע עקסטרעם איז אבער אויך וויכטיג צו שטיין ווייט. איינער וואס האט א הויז אין שטאט, נאכאיינס אין אפסטעיט, און א דריטע אין פלארידע, ווייזט קלאר נישט ארויס קיין שום סמנים פון צפיה לגאולה. פארקערט, ער זוכט זיך צו באקוועם מאכן אין גלות די מערסטע שייך.
כ'האב אמאל געהערט א ערליכע איד זיך אויסדריקן, "כ'האב נעכטן געזען פלוני'ס נייע הויז, ס'מוז זיין אז ער פלאנט צו לעבן כאטש דריי הונדערט יאר, אנדערש מאכט נישט קיין סענס וואס ער האט דא אריינגעלייגט אינעם הויז..."

- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:07 pm
- Location: עולם העשיה
- x 45
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
אויב איך מעג שטעלן א פראגע ווי איז טאקע די בארדערליין ציווישן אמונה ובטחון און דינייעל? דהיינו אז רוב מאל וואס א מענטש נוצט די שפראך פון אמונה ובטחון קומט עס לכאורה ווען דער מענטש שפירט אז ער קען שוין נישט טוען קיין השתדלות צי ווייל ער האט שוין אלעס געטרייט צי ווייל ער איז נישט בכוח צו טוען יעצט קיין השתדלות. בכל אופן הייסט דעס בטחון אדער דער מענטש נערט זיך סתם? ואם תמצא לומר אז דער מענטש נערט זיך איז עס א פראבלעם אדער בעסער פאלטשע בטחון ווי איידער וכו" [איך וויל קלאר שטעלן אז די שאלה איז נישט ווען איינער פראוועט מעשה בת היענה און אנשטאט צו טוען תכלית שרייט ער בטחון נאר די נידון איז צו ווען א מענטש נוצט אמונה ובטחון אויף אן אופן וואס עס איז לכאורה נישט שייך קיין השתדלות ודוק]
- אהבת עולם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
- Location: אין קלויז
- x 124
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
נישטא אזא זאך ווי פאלשע בטחון. אויב פילט ער באמת א רואיגקייט אין הארץ, און שפירט זיך פארזיכערט אז דער אייבערשטער וועט עס פירן צום גוטן, איז עס בטחון. אויב זאגט ער עס נאר מן השפה ולחוץ, וויל ער אפשר ארבעטן אויף בטחון - "האמנתי כי אדבר", אבער קיין בטחון האט ער נישט.פאפא חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 14, 2024 8:53 pm אויב איך מעג שטעלן א פראגע ווי איז טאקע די בארדערליין ציווישן אמונה ובטחון און דינייעל? דהיינו אז רוב מאל וואס א מענטש נוצט די שפראך פון אמונה ובטחון קומט עס לכאורה ווען דער מענטש שפירט אז ער קען שוין נישט טוען קיין השתדלות צי ווייל ער האט שוין אלעס געטרייט צי ווייל ער איז נישט בכוח צו טוען יעצט קיין השתדלות. בכל אופן הייסט דעס בטחון אדער דער מענטש נערט זיך סתם? ואם תמצא לומר אז דער מענטש נערט זיך איז עס א פראבלעם אדער בעסער פאלטשע בטחון ווי איידער וכו" [איך וויל קלאר שטעלן אז די שאלה איז נישט ווען איינער פראוועט מעשה בת היענה און אנשטאט צו טוען תכלית שרייט ער בטחון נאר די נידון איז צו ווען א מענטש נוצט אמונה ובטחון אויף אן אופן וואס עס איז לכאורה נישט שייך קיין השתדלות ודוק]
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:06 am
- Location: ביים אנהייב פון עפעס וואס איך פרוביר וואס איז געווען בשעת מען מאכט עס גרינג
- x 263
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
זייער אסאך ראשונים האבן געגעבן צייטן,
אנגעהויבן טאקע ביים רמב"ם אין אגרת תימן (דף קנב מהדורת שילת), תתקע"ו
רמב"ן רבינו בחיי רלב"ג רבי אברהם בר חייא הנשיא ר"י מאורליינס, קי"ח
צידה לדרך רדב"ז, קס"ג
ספר הפליאה לבעל הקנה, ר"נ
אברבנאל, רס"גַ
עיין באוצר הגדולים עוד כמה ראשונים

גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה.
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
זייער אן אינטערסאנטער אשכול!
פאני כאבעס נישט באמערקט ביז היינט.
יישר כח @נקודות טובות
אויף ווי ווייט גייט עס? רעדט מען פון די וועלכע געבן דאטומען און דעדליינס פאר משיח’ן?
פאני כאבעס נישט באמערקט ביז היינט.
יישר כח @נקודות טובות
אויף ווי ווייט גייט עס? רעדט מען פון די וועלכע געבן דאטומען און דעדליינס פאר משיח’ן?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- אהבת עולם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
- Location: אין קלויז
- x 124
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר ווייסט מען אויך פון שנת כת"ר, ווען אסאך צדיקים האבן געזאגט אז ס'איז א שנת פקידה.יורה דעות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 12:45 am זייער אסאך ראשונים האבן געגעבן צייטן,
אנגעהויבן טאקע ביים רמב"ם אין אגרת תימן (דף קנב מהדורת שילת), תתקע"ו
רמב"ן רבינו בחיי רלב"ג רבי אברהם בר חייא הנשיא ר"י מאורליינס, קי"ח
צידה לדרך רדב"ז, קס"ג
ספר הפליאה לבעל הקנה, ר"נ
אברבנאל, רס"גַ
עיין באוצר הגדולים עוד כמה ראשונים
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
Re: תיפח רוחן של מחשבי קיצין
די אברבנאל (דאכציך אין ספר ישועות משיחו) מאכט דעם חשבון אויפן מעגליכן קץ, און פארענפערט, הלמאי ער טוט דאס כאטש דניאל זאגט אז ס'גייט זיין סתומים, זאגט ער אז וויבאלד ס'איז שוין נענטער צו די גאולה קען יא זיין אז מ'קען שוין ארינטייטשן ווען ס'וועט זיין די גאולה,
ס'זעט אויס אז אוודאי מעג מען פראבירן צו טרעפן רמזים, נאר נישט מאכן כאילו דאס איז די איינציסטע צייט ותו לא, ובפרט אז די אלע צייטן קענען ווען באמת זיין זמני פקידה ווען מ'וואלט ווען געווען ראוי.
ס'זעט אויס אז אוודאי מעג מען פראבירן צו טרעפן רמזים, נאר נישט מאכן כאילו דאס איז די איינציסטע צייט ותו לא, ובפרט אז די אלע צייטן קענען ווען באמת זיין זמני פקידה ווען מ'וואלט ווען געווען ראוי.