בלאט 1 פון 2

שמועסן ארום דעם איד-טיש שרייבעריי פארמעסט

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:33 pm
דורך עפעס א ניק
העלאו און ברוכים הנמצאים כל אחד בניקו הטוב יבורך.
אונזער נייעם זייטל איז נאך היבש פריש און די פעינט איז נאך אביסל נאס און קלעבעדיג, אלזא מוזן מיר אריין טאנצן מיט א ברען און אנהייבן צו פארברייטערן די ד'אמות פון די דאזיגע זייטל און זיכער מאכן אז עס בלייבט נישט קיין גריסן און שמועסן פלאטפארמע ווי א יעדער באגעניגט זיך מיט א ''ברוכים הבאים'' און אה... דו ביזט אויך דא?
לאמיר אריין מארשירן מיט רייכע אינטרעסאנטע ארטיקלען און פארברייטערן די גבולות פון די נייעם פריש געבוירענער איד-טיש זייטל.

אקעי… און יעצט צום ענין.


די ארטיקלען:
יעדע ארטיקל דארף אנטהאלטן צווישן 10,000 און 12,000 קערעקטערס (נישט אריינגערעכנט ספעיסעס). ביטע זיך אנשטרענגען זיך צו האלטן דערצו.

די ארטיקלען ברויכן ברענגען עפעס אינהאלט אדער זאכליכע אונטערהאלטונג פאר'ן ליינער, ווי לדוגמה א מעשה, משל, אנטדעקונג, פילאזאפיע, היסטאריע, א.ד.ג.
פארשטייט זיך אז די אינהאלט דארף שטימען מיט די אידטיש סטאנדארטן.
הומאר איז א שטארקער פלאס, אבער מאכט נישט דערפון אן עיקר.

ווי עס האלט יעצט האבן מיר ניט קיין שטאבע פון מגיהים וואס זאלן איבערקוקן און פאררעכטן ארטיקלען אלזא ווערן די שרייבער געבעטן צו אליינס איבערגיין די ארטיקל בעפארן אריין שיקן.

אן ארטיקל מיט צופיל ספעלינג מיסטעיקס וועט נישט ווערן אנגענומען.

די ארטיקלען זאלן געשיקט ווערן צו מיר אין אישי.
ארטיקלען מיט בילדער קען מען אריין שיקן אין אימעיל mistamait@gmail.com

בכדאי מ'זאל נישט וויסן ווער עס האט געשריבן וואס, אפילו צווישן די מערכת, און פאר די הצלחה פונעם פארמעסט ביטע נישט ארויסגעבן וואס איר האט - אדער וואס אנדערע האבן - געשריבן.

סדר פונעם פארמעסט:
דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז מאנטאג שופטים

די ארטיקלען וועלן פובליצירט ווערן אנאנים, כדי איר זאלט קענען זיין 100% אויפריכטיג מיט אייער שטימע.
כדי ליתן רווח להתבונן, וועט מען ארויסלייגן די ארטיקלען צוטיילט אין עטליכע וואכן, די צאל וואכן, און ארטיקלען פער וואך, איז געוואנדן אין וויפיל ארטיקלען עס וועלן אריינקומען.

לתועלת הענין מוזן אלע ארטיקלען אָן אויסנאם זיך שוין געפונען ביי אונז איידער'ן דעדליין, אנדערש וועט עס נישט ווערן אנגענומען אפילו פאר די שפעטערדיגע וואכן.
די איינצלהייטן פון די וואלן וועלן געמאלדן ווערן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.

געליינט? פארשטאנען? יעצט זעצט אייך שרייבן

(ומכאן הקריאה יוצאת
ווער עס וויל זיך אנשליסן אינעם פראיעקט און ארויס העלפן מיט די לוגיסטישע עניינים זאל זיך ביטע ווענדן צו מיר אין טישי.)

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:34 pm
דורך מאנטרעאל
שטעל אויך אן אימעיל אדרעס אויב מעגליך

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:37 pm
דורך בן מלך
ישר כח! א גוטע איידיע דאס, צו געבן א בוסט פארן תוכנ׳פולע נושאים.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:41 pm
דורך טעמטי
יעס!!!

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:43 pm
דורך ר' דן
זעמער גרייט צו ליינען...

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:43 pm
דורך נחום
טעמטי רייס אריין מיט אן ארטיקל, סתמי עפעס וועגן די קאנסטוטוציע..

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:44 pm
דורך טעמטי
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:42 pm
טעמטי האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:41 pmיעס!!!
לאמיר דיך זען טעמטי!
מארשיר אריין מיט אפאר נייע חידושים.
ווען איך בין ווען גע'צייט'יגט...

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:23 pm
דורך שכל הישר
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:43 pm זעמער גרייט צו ליינען...
ר' דן גייט נישט שרייבן?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:24 pm
דורך ר' דן
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:23 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:43 pm זעמער גרייט צו ליינען...
ר' דן גייט נישט שרייבן?
די חלק האב איך מחליט געווען נישט צו רעדן פון.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:39 pm
דורך וועלגערערס צום טיש
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:24 pm
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:23 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:43 pm זעמער גרייט צו ליינען...
ר' דן גייט נישט שרייבן?
די חלק האב איך מחליט געווען נישט צו רעדן פון.
אפשר שרייבסטו אן ארטיקל פארוואס די ווילסט נישט שרייבן?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
דורך ר' דן
וועלגערליך צום טיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:39 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:24 pm
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:23 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:43 pm זעמער גרייט צו ליינען...
ר' דן גייט נישט שרייבן?
די חלק האב איך מחליט געווען נישט צו רעדן פון.
אפשר שרייבסטו אן ארטיקל פארוואס די ווילסט נישט שרייבן?
שוין ברייט באשריבן...

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
דורך קאטשקע
סובסקרייבד!

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 6:48 pm
דורך בינת הלב
אפשר.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 6:59 pm
דורך פ. לאקס
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:59 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:50 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:45 pm רבותיי!!
ווער איז אין?
איז עס נישט צו שנעל?
לענ''ד דארף מען ווי שנעלער אריין ברענגען תוכן אין די סייט
אז נישט וועט זיך די סייט אויסלאזן ווי די פריערדיגע....
וועלכע פריערדיגע?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 7:02 pm
דורך פ. לאקס
באריכטער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:01 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:59 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:59 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:50 pm

איז עס נישט צו שנעל?
לענ''ד דארף מען ווי שנעלער אריין ברענגען תוכן אין די סייט
אז נישט וועט זיך די סייט אויסלאזן ווי די פריערדיגע....
וועלכע פריערדיגע?
יוד-ליין...
וויאזוי האט זיך איד-אנליין געעפנט?
וויאזוי האט זיך עס אויסגעלאזט?

איך האב נישט מיטגעהאלטן.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 7:09 pm
דורך סטאוו נישט פיצא
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:03 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:02 pm
באריכטער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:01 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:59 pm

וועלכע פריערדיגע?
יוד-ליין...
וויאזוי האט זיך איד-אנליין געעפנט?
וויאזוי האט זיך עס אויסגעלאזט?

איך האב נישט מיטגעהאלטן.
:lol: פאר דיין אינטערשריפט
;)

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 7:10 pm
דורך סטאוו נישט פיצא
בינת הלב האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:08 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:59 pm
ר' דן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:50 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:45 pm רבותיי!!
ווער איז אין?
איז עס נישט צו שנעל?
לענ''ד דארף מען ווי שנעלער אריין ברענגען תוכן אין די סייט.

אז נישט וועט זיך די סייט אויסלאזן ווי די פריערדיגע....
א גוטע נקודה.

אבער מען דארף אויך זיכער מאכן נישט צו מאכן א אנגעצויגענקייט צו שוין שנעל טוהן אלעס זיכער צו מאכן אז דער זייטל איז שוין פונקט די זעלבע פעסטע זייטל ווי די אנדערע עקזיסטירנדע זייטלעך.

איך מיין צו זאגן, מען מוז נישט גלייך זיך ארוילאזן אין א געלויף שנעל צו עפענען אשכולות איבער כל מיני נושאים ווייל עס איז אויך דא אויף אנדערע זייטלעך, לדוגמא איבער: קינדער וואס באנעצן, דייעטע שטאך, מילתא דבדיחותא, הרב הלל יואל קעפעטש, עזרא באדאנסקי, וכו'. ווייסעכמיין?!

מען דארף לאזן די זאך זיך אנטוויקלען נאטורליך.
איר זענט אפיליעטיט מיט נשמת השכל?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 7:10 pm
דורך פ. לאקס
סטאוו נישט פיצא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:09 pm
;)
:ugeek: :ugeek:

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:03 pm
דורך ווילסאן
איים אין מיט אן ארטיקל בע''ה. אויף ווען?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 8:59 am
דורך אינגערמאן
א גוט מארגן רבותי.

איך בין פולי אין!

איז דא איינער וואס ערעינדזשט עס אדער יא?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:46 am
דורך ר' דן
אינגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:59 am א גוט מארגן רבותי.

איך בין פולי אין!

איז דא איינער וואס ערעינדזשט עס אדער יא?
במקום שאין איש, נו גיי איך אנעמען ווער עס וויל נאר וואלענטירן.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:47 am
דורך שמוליק
געגאנגען לאמיר זעהן ווער עס ברענגט די ערשטע ארטיקעל, פון דארט וועט מען גיין ווייטער.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:03 pm
דורך אינגערמאן
ר' דן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:46 am
אינגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:59 am א גוט מארגן רבותי.

איך בין פולי אין!

איז דא איינער וואס ערעינדזשט עס אדער יא?
במקום שאין איש, נו גיי איך אנעמען ווער עס וויל נאר וואלענטירן.
איך בין גרייט ארויסצוהעלפן אויב עס איז דא איינער וואס איז אינטערעסירט דעראין.

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 1:44 pm
דורך יש משהו
המממממ.... אן ארטיקל??

געפעלט מיר די פלאן...

אויף ווען?

Re: איד-טיש שרייבעריי פארמעסט זוממער תשפ''ג

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 2:22 pm
דורך העלדיש
צו ווי קען מען אריינשיקן ארטיקלען?