בלאט 1 פון 7
פארמאגט איר א ביקס?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:15 am
דורך world champion
פארמאגט איר א ביקס? וואלן נאר פאר אמעריקאנער רעזידענצן.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:27 am
דורך מסתמא
פאר א רייפעל דארף מען נישט קיין לייסענס
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:29 am
דורך מסתמא
א גאן איז א פעסטע תאוה אבער גארנישט מער ווי א גראבע תאוה..
השתדלות טוט מען נאר וואס דער עווערידזש מענטש טוט, סאו אויב טוט איר עס פאר השתדלות זייט וויסן אז דאס איז א פגם אין די בטחון זינט סאיז נישט די עווערידזש סעיפטי מעזשור וואס א נארמאלער מענטש נעמט אן.
צו סאיז אסור צו האבן? ניין, ממעג. אבער סאיז בערך ווי א פיינע סושי און סטעיק... גראבע תאוות..

דורך בן תורה
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:27 am
פאר א רייפעל דארף מען נישט קיין לייסענס
קענסט מיר שאפן איינס?
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:31 am
דורך מסתמא
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:29 am
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:27 am
פאר א רייפעל דארף מען נישט קיין לייסענס
קענסט מיר שאפן איינס?
איר קענט גיין אין וואלמארט קויפן. עקסטער זענען דא געווער געשעפטן מיט סעמי אטאמעטיק כלי משחית.
נאר די קליינליכע פיסטאלס וואס מקען האלטן אין טאש דארף א לייסענס
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:32 am
דורך בן תורה
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט א גאן, זאגט ער מיך אז סאיז השתדלות. זאג איך אים זייער גוט, מיר איז אסאך בעסער אז חלילה אויב איינער קומט אן אין שוהל, זאל איך מיך קענען אראפלייגן אינטערן טיש און דו זאלסט אנטקעגן לויפן דעם באנדיט...
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:37 am
דורך מסתמא
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:32 am
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט א גאן, זאגט ער מיך אז סאיז השתדלות. זאג איך אים זייער גוט, מיר איז אסאך בעסער אז חלילה אויב איינער קומט אן אין שוהל, זאל איך מיך קענען אראפלייגן אינטערן טיש און דו זאלסט אנטקעגן לויפן דעם באנדיט...
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן!
די שולן האבן יא, א ציבור איז אנדערש און טאקע בשתיקה האבן זייער אסאך היימישע שולן (היימיש שבהיימיש) אפאר געווער טרעגער. אבער נאכאמאל, בכלל נישט אלץ א נחלת הכלל.
כרעד נישט דא צו ”ממעג” עס האבן, כרעד צו דאס עס טראגן אלץ השתדלות איז נגד ”בטחון בשם”, און סאיז... ווייטער אויב פארמאגסטו עס אלץ תאוה איז עס מותר און סאיז כמובן דיין חשבון מיטן אויבערשטן אזויווי אלע אנדערע תאוות.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:42 am
דורך מאטאווירט
היינט זענען דא באוואפנטע מתפללים אין רוב היימישע בתי מדרשים, שטייטזיך בסוד סודות.
אויב זאל יעדער טראגן א גאן וואלט איך נישט געדזשוינט קיין היציגע שמועסן אין קאווע שטיבל...
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:03 pm
דורך נקודות טובות
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:29 am
א גאן איז א פעסטע תאוה אבער גארנישט מער ווי א גראבע תאוה..
השתדלות טוט מען נאר וואס דער עווערידזש מענטש טוט, סאו אויב טוט איר עס פאר השתדלות זייט וויסן אז דאס איז א פגם אין די בטחון זינט סאיז נישט די עווערידזש סעיפטי מעזשור וואס א נארמאלער מענטש נעמט אן.
צו סאיז אסור צו האבן? ניין, ממעג. אבער סאיז בערך ווי א פיינע סושי און סטעיק... גראבע תאוות..
פגם אין בטחון איז ביי מיר קאנסידערט אן איסור...
אויב איז דא א חיוב פון בטחון, איז ווען איינער טוט א מעשה וואס איז היפך הבטחון, אסור.
די שאלה איז נאר מהיכי תיתי אז האבן א גאן איז א פגם אין בטחון?
פון וואנעט נעמט איר אז השתדלות איז נאר וואס עוורידזש מענשטען טוהן?
עס זענען דא מענטשען וואס זענען נאטירליך גרעסערע פחדנים וואו אנדערע, און דאס איז כמובן קיין שותף מיט בטחון. צווישען גוים וואס ביי זיי איז נישט דא קיין בטחון זענען אויך דא מער דרייסטערע, און גרעסערע פחדנים.
צו זאגן אז איינער וואס איז טראמעטעזירט פון די ווידיאוס וואס ער האט געזעהן (ווער הייסט אים קוקען?) איז זיין פארמאגן א גאן חסרון בטחון, נישט אויסגעהאלטן!
אבער אפילו נישט דורך קוקען ווידיאוס, נאר ער האט פלעין מורא צו גיין אויפן גאס ווען ס'איז טונקעל. אדער ווען דער בית המדרש איז פיל קומט אים ארויף שווערע געדאנקען אין מוח. וועסטו זאגן אז די מחשבה איז א פגם אין בטחון?
איינער וואס האלא אז א גאן בימינו אלה איז א חובת השתדלות, איז בכלל נישט אפגעפרעגט.
אויב דו ווילסט נומבערס, ארום האלב אמעריקאנער הויזגעזונט פארמאגען גאנס, וואלט איך געזאגט אז דאס איז שוין גענוג א גרויסע פראצענט צו געבן דעם סטעמפ עוורידזש.
(אויב ווילסטו דוקא 50 פראצענט אידן, קענסטו ווארטן צוזאמען מיט אלע אידן וואס ווארטען אויף די חתונה תקנות)
דאס אז צווישען אידן איז דא ווינציגער גאנס, האט גארנישט מיט בטחון, נאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס קיינער טראגט נישט קיין לייכטע שטרויענע היטן זומער, הגם אבות אבותינו זענען אזוי געגאנגען.
דאס זאגן אז על חרבך תחיה איז געזאגט געווארן אויף טראגן גאנס, ממילא פארדעם זאל א איד זיך מונע זיין פון א גאן. איז א טעות מוחלט (עם הארצות גמורה) געווער ביי אידן איז אלעמאל געווען די נארם, אזוי ווי מיר זעהען בדברי חז''ל כמה פעמים.
די גמרא אין נזיר פארטייט אז א פרוי וואס גייט מיט געווער איז עובר אויף לא יהיה כלי גבר על אשה. וואס פון דעם זעהען מיר אז געווער איז די נארמאלע לבוש פאר א מאן.
עס איז א מחלוקת התנאים אויב מען מעג גיין שבת מיט א גאן שלא במקום עירוב, אבער במקום המעורבת איז לית מאן דפליג להלכה למעשה אז מען מעג. (כפי זכרוני היעב''ץ פליג)
על חרבך תחיה גייט ארויף אויף רציחה און נישט אויף דער עצם שווערד, כמבואר בכל מפורשי המקרא.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:05 pm
דורך שבת קודש
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:42 am
היינט זענען דא באוואפנטע מתפללים אין רוב היימישע בתי מדרשים, שטייטזיך בסוד סודות.
אויב זאל יעדער טראגן א גאן וואלט איך נישט געדזשוינט קיין היציגע שמועסן אין קאווע שטיבל...
שבת אויך? מען מעג?
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:14 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:05 pm
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:42 am
היינט זענען דא באוואפנטע מתפללים אין רוב היימישע בתי מדרשים, שטייטזיך בסוד סודות.
אויב זאל יעדער טראגן א גאן וואלט איך נישט געדזשוינט קיין היציגע שמועסן אין קאווע שטיבל...
שבת אויך? מען מעג?
א תגובה ארויף צום סוף רעד איך פון דעם, קיין שאלה נישט. ס'איז א משנה מפורשת, און גע'פסק'ענט אזוי להלכה.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:07 pm
דורך צפנת פענח
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:37 am
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:32 am
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט א גאן, זאגט ער מיך אז סאיז השתדלות. זאג איך אים זייער גוט, מיר איז אסאך בעסער אז חלילה אויב איינער קומט אן אין שוהל, זאל איך מיך קענען אראפלייגן אינטערן טיש און דו זאלסט אנטקעגן לויפן דעם באנדיט...
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן!
די שולן האבן יא, א ציבור איז אנדערש און טאקע בשתיקה האבן זייער אסאך היימישע שולן (היימיש שבהיימיש) אפאר געווער טרעגער. אבער נאכאמאל, בכלל נישט אלץ א נחלת הכלל.
כרעד נישט דא צו ”ממעג” עס האבן, כרעד צו דאס עס טראגן אלץ השתדלות איז נגד ”בטחון בשם”, און סאיז... ווייטער אויב פארמאגסטו עס אלץ תאוה איז עס מותר און סאיז כמובן דיין חשבון מיטן אויבערשטן אזויווי אלע אנדערע תאוות.
איך מיין פשוט צו זאגן אז אויב דו פארשטייסט אז אין א בית המדרש איז עס א השתדלות איז עס פונקט אזוי א השתדלות פאר יעדע שאפינג מאל, געשעפט, מוסד, אפיס בילדינג, גרויסע פראדזשעקט געביידע און קווייט פרענקלי אויך יעדע מענטש ביי זיין אייגענע הויז.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:09 pm
דורך מסתמא
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:03 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:29 am
א גאן איז א פעסטע תאוה אבער גארנישט מער ווי א גראבע תאוה..
השתדלות טוט מען נאר וואס דער עווערידזש מענטש טוט, סאו אויב טוט איר עס פאר השתדלות זייט וויסן אז דאס איז א פגם אין די בטחון זינט סאיז נישט די עווערידזש סעיפטי מעזשור וואס א נארמאלער מענטש נעמט אן.
צו סאיז אסור צו האבן? ניין, ממעג. אבער סאיז בערך ווי א פיינע סושי און סטעיק... גראבע תאוות..
פגם אין בטחון איז ביי מיר קאנסידערט אן איסור...
100 פראצענט!
אבער מקען האבן א גאן פאר א האבי וויסנדיג קלאר אז דאס שיצט נישט. דאס איז א תאוה און נישט קיין איסור
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:22 pm
דורך מסתמא
צפנת פענח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:07 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:37 am
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:32 am
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט א גאן, זאגט ער מיך אז סאיז השתדלות. זאג איך אים זייער גוט, מיר איז אסאך בעסער אז חלילה אויב איינער קומט אן אין שוהל, זאל איך מיך קענען אראפלייגן אינטערן טיש און דו זאלסט אנטקעגן לויפן דעם באנדיט...
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן!
די שולן האבן יא, א ציבור איז אנדערש און טאקע בשתיקה האבן זייער אסאך היימישע שולן (היימיש שבהיימיש) אפאר געווער טרעגער. אבער נאכאמאל, בכלל נישט אלץ א נחלת הכלל.
כרעד נישט דא צו ”ממעג” עס האבן, כרעד צו דאס עס טראגן אלץ השתדלות איז נגד ”בטחון בשם”, און סאיז... ווייטער אויב פארמאגסטו עס אלץ תאוה איז עס מותר און סאיז כמובן דיין חשבון מיטן אויבערשטן אזויווי אלע אנדערע תאוות.
איך מיין פשוט צו זאגן אז אויב דו פארשטייסט אז אין א בית המדרש איז עס א השתדלות איז עס פונקט אזוי א השתדלות פאר יעדע שאפינג מאל, געשעפט, מוסד, אפיס בילדינג, גרויסע פראדזשעקט געביידע
און קווייט פרענקלי אויך יעדע מענטש ביי זיין אייגענע הויז.
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן, דאס איז נישט די סטאנדארט במילה איז עס א פגם אין בטחון. א ציבור (שאפינג מאלל, ביהמ"ד, מוסד וכו') איז אנדערש.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:23 pm
דורך צפנת פענח
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:22 pm
צפנת פענח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:07 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:37 am
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן!
די שולן האבן יא, א ציבור איז אנדערש און טאקע בשתיקה האבן זייער אסאך היימישע שולן (היימיש שבהיימיש) אפאר געווער טרעגער. אבער נאכאמאל, בכלל נישט אלץ א נחלת הכלל.
כרעד נישט דא צו ”ממעג” עס האבן, כרעד צו דאס עס טראגן אלץ השתדלות איז נגד ”בטחון בשם”, און סאיז... ווייטער אויב פארמאגסטו עס אלץ תאוה איז עס מותר און סאיז כמובן דיין חשבון מיטן אויבערשטן אזויווי אלע אנדערע תאוות.
איך מיין פשוט צו זאגן אז אויב דו פארשטייסט אז אין א בית המדרש איז עס א השתדלות איז עס פונקט אזוי א השתדלות פאר יעדע שאפינג מאל, געשעפט, מוסד, אפיס בילדינג, גרויסע פראדזשעקט געביידע
און קווייט פרענקלי אויך יעדע מענטש ביי זיין אייגענע הויז.
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן. א ציבור (שאפינג מאלל, ביהמ"ד, מוסד וכו') איז אנדערש.
נו שוין, האט מען מיר געמעקט (אדער האט זיך עס אליין געמעקט) א האלבע תגובה.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:54 pm
דורך צפנת פענח
קודם א שאוט אוט פאר די מנהלים פארן אוטריטשן איבערבעטן אויף די פארלירונג פונעם פאוסט! מחול לך מחול לך מחול לך.
יעצט לאמיר זעהן צו מיר גייען געדענקן וואס מען האט געשריבן אינעם ארגינעלן פאוסט:
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:37 am
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:32 am
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט א גאן, זאגט ער מיך אז סאיז השתדלות. זאג איך אים זייער גוט, מיר איז אסאך בעסער אז חלילה אויב איינער קומט אן אין שוהל, זאל איך מיך קענען אראפלייגן אינטערן טיש און דו זאלסט אנטקעגן לויפן דעם באנדיט...
ניין! סאיז נישט קיין השתדלות פאר יעדע יחיד צו טראגן און פארמאגן א גאן!
די שולן האבן יא, א ציבור איז אנדערש און טאקע בשתיקה האבן זייער אסאך היימישע שולן (היימיש שבהיימיש) אפאר געווער טרעגער. אבער נאכאמאל, בכלל נישט אלץ א נחלת הכלל.
כרעד נישט דא צו ”ממעג” עס האבן, כרעד צו דאס עס טראגן אלץ השתדלות איז נגד ”בטחון בשם”, און סאיז... ווייטער אויב פארמאגסטו עס אלץ תאוה איז עס מותר און סאיז כמובן דיין חשבון מיטן אויבערשטן אזויווי אלע אנדערע תאוות.
איך פארשטיי נישט וואס איר האלט, איר טענה'ט אז עס איז נישט קיין חובת השתדלות פאר א מענטש צו האבן א גאן, פון די אנדערע זייט פארשטייט איר יא אז אין א בית המדרש און יעצט שרייבט איר שוין אויך אז אין א ציבור'ישע פלאץ (וואס רעכנט אריין בתי מדרשים, מוסדות התורה, שאפינג מאלס, געשעפטן, גרויסע הייזער געביידעס) איז דאס יא א השתדלות, במילא וויל איך פארשטיין דער מענטש (יחיד) וואס האט א גאן ווייל ער איז דער מענטש וואס האט עס אין זיין שול (ציבור), האט ער עס משום חובת השתדלות?
וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז אז:
אויב פארשטייט איינער אז עס דארף זיין געווער אין געוויסע פלעצער ביי אונז, גייט עס נאר געשעהן דורך דעם וואס געוויסע מענטשן גייען האבן געווער (האלטן אין א סעיף אין ביהמ"ד איז זייער גוט פאר א קליינע איין רומיגע שול אדער א פריוואטע הויז) אין דער מענטשן טוען דאס אלס חובת השתדלות פארן כלל (לשיטתך).
דאס איז נישט פונקט וואס איך האב געשריבן אינעם ארגינעלן מעסעדזש אבער כעין וכדומה.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:01 pm
דורך דער תהלים איד
אנקעטע! האסט א קעצל אין שטוב?
ניין.
פארוואס? מ'טאר נישט?
המממ... לאמיך טראכטן. פארוואס טאקע?
אה, ווייל מיין טאטע האט נישט געהאט.
און א גוטן טאג.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:30 pm
דורך בן תורה
וואה דער תהלים איז זאגט עפעס.. פארוואס טאקע האב איך נישט קיין קעצל אין שטוב?
איך מיין איך גיי מיך קויפן א קעצל. סאיז באמת א חיוב השתדלות, וויפיל איז די שיעור צו ליידן פון מייז אינדערהיים??
חוץ דעם, סאיז באמת א מצוה צו מחי' זיין דעם אויבערשטנס ברי'. איך גיי עס פיטערן יעדן טאג!
באלד העסטו מיר נאך זאגן אז מיין טאטע האט נישט געהאט, מיין טאטע האט אויך נישט געהאט די ברוינע קאטשקעס אויפן גאס, אשר על כן?
נישט יעדע זאך איז שווארץ אדער ווייס, דא קומט נישט אריין מסורה, שטייט נישט אין ערגעץ אז מטאר נישט. בכלל ווער זאגט אז מיין טאטע וואלט נישט געקויפט קיין קעצל ווען ער ווייסט ווען ווי מקויפט עס?
ווילסט ארויסקומען מיט א מחאה? איך האב מיט דעם אויך נישט קיין אישו.
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:40 pm
דורך מסתמא
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:01 pm
אנקעטע! האסט א קעצל אין שטוב?
ניין.
פארוואס? מ'טאר נישט?
המממ... לאמיך טראכטן. פארוואס טאקע?
אה, ווייל מיין טאטע האט נישט געהאט.
און א גוטן טאג.
גראדע אז מרעדט שוין זענען דא וואס האבן עס פאר די מייז, בעיקר בעיקעריס וכדומה
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:15 pm
דורך מאטאווירט
בן תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:30 pm
וואה דער תהלים איז זאגט עפעס.. פארוואס טאקע האב איך נישט קיין קעצל אין שטוב?
איך מיין איך גיי מיך קויפן א קעצל. סאיז באמת א חיוב השתדלות, וויפיל איז די שיעור צו ליידן פון מייז אינדערהיים??
חוץ דעם, סאיז באמת א מצוה צו מחי' זיין דעם אויבערשטנס ברי'. איך גיי עס פיטערן יעדן טאג!
באלד העסטו מיר נאך זאגן אז מיין טאטע האט נישט געהאט, מיין טאטע האט אויך נישט געהאט די ברוינע קאטשקעס אויפן גאס, אשר על כן?
נישט יעדע זאך איז שווארץ אדער ווייס, דא קומט נישט אריין מסורה, שטייט נישט אין ערגעץ אז מטאר נישט. בכלל ווער זאגט אז מיין טאטע וואלט נישט געקויפט קיין קעצל ווען ער ווייסט ווען ווי מקויפט עס?
ווילסט ארויסקומען מיט א מחאה? איך האב מיט דעם אויך נישט קיין אישו.
ריכטיג געזאגט.
הגם איך האלט נישט אז א גאן פעלט אויס.. איז עס אבער נישט פאר די זעלבע סיבה ווי א קעצל.
@דער תהלים איד א פאם פאון האט דיין פאטער אויך נישט געהאט..
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:53 pm
דורך דער תהלים איד
@מאטאווירט טשעפע נישט מיין פאם פאון... ס'איז חיי אדם תלויים בו
מיין עלטער באבע וואלט געהאט א דישוואשער, ווען ס'וואלט געווען אזא זאך. זי האט עס נישט געהאט ווייל ס'פשוט נישט געווען.
משא"כ א קאר וואלט זי נישט געהאט אפילו ווען ס'וואלט געווען. פון וואו ווייס איך? ווייל מיין מאמע האט נישט...
לענין, וואס מאכסטע א מישמאש. פארשטייסט אז א רייפל וואלט מיין זיידע געקענט האבן, און ער וואלט עס גראדע געקענט נוצן אין אונגארן. מיין עלטער זיידע וואלט זאגאר געקענט איינקויפן א גוטן שווערד. נאר ס'איז אים נישט געקומען אזאנס אין געדאנק. פארוואס? איך גיי עס נישט מסביר זיין נאר אויב איינער איז מיר מסביר פארוואס ער האט נישט געהאט א קעצל אין שטוב...
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:05 pm
דורך באשיינפערליך
ניין, אבער איך פגר צו האבן איינס!
גארנישט מיט השתדלות צוטוהן, דזשאסט אלץ די תאווה שבו…
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:07 pm
דורך מסתמא
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:05 pm
ניין, אבער איך פגר צו האבן איינס!
גארנישט מיט השתדלות צוטוהן, דזשאסט אלץ די תאווה שבו…
סאו פארשטיימיר זיך

Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:10 pm
דורך צוקוקער
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:05 pm
ניין, אבער איך פגר צו האבן איינס!
גארנישט מיט השתדלות צוטוהן, דזשאסט אלץ די תאווה שבו…
די תאוה איז צו האבן איינס?
זיך לערנען און נעמען א סעלפי?
עס ניצן למעשה אויף א טעראריסט און רעדן אויף קול מבשר?
דזשאסט טראגן אויף די הויזן?
און אויב חבירים ארום דיר ווייסן נישט איז עס נאכאלץ א תאוה אדער די תאוה פאלט אוועק?
Re: פארמאגט איר א גאן ?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:15 pm
דורך מסתמא
צוקוקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:10 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:05 pm
ניין, אבער איך פגר צו האבן איינס!
גארנישט מיט השתדלות צוטוהן, דזשאסט אלץ די תאווה שבו…
די תאוה איז צו האבן איינס?
זיך לערנען?
עס ניצן למעשה אויף א טעראריסט?
דזשאסט טראגן אויף די הויזן?
און אויב חבירים ארום דיר ווייסן נישט איז עס נאכאלץ א תאוה אדער די תאוה פאלט אוועק?
1] יא
2] כוואלט געוואלט דאס אויכעט
3] ניין, כוויל נישט הארגענען אפילו טעראריסטן.. זאל עס טון א צווייטער..
4] כווייס?.. כשעם מיך.. (מיט רעכט)
5] וואס???? קיינער זאל נישט וויסן??????