ווי נעמט מען די הייליגע טעג, זיי זענען אוועקגעגאנגען...
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:04 pm
ווער קען דעם באקאנטן אלטן ניגן: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
ס'איז שוין טאקע א וואך נאך די הייליגע טעג אבער נעכטן איז נאך געווען ל' תשרי. אין בעלז האט מען נאך געגעסן האניג שבת בראשית - מ'האט עס גערופן שבת "נאך" יו"ט - בלשון ס'איז נאכאלץ יו"ט. בקיצור ביז יעצט איז נישט געווען קיין צייט צו נעמען די פעדער אין די האנט.
ערגעץ אין דעם הייליגן יו"ט איז אויפגקומען א שאלה מיט מיינע ערוואקסנע קינדער. זיי פרעגן מיט פארדרוס פארוואס זיי האבן שוין נישט היינט די געגועים און התרגשות פאר א יו"ט, די ברען פון קענען קוים ווארטן אז דער יו"ט זאל אנקומען.
זיי בענקען זיך באמת דערנאך.
ס'איז געקומען פארשינדענע תירוצים.
א) די קינדער זענען אסאך ריינער און תמימות'דיג פון אונז - ממילא זיי הערן איבערן הייליגקייט פונעם יו"ט ווערן זיי שטארק איבערגענומען.
ב) ווי אז יאר גייט דורך ווערט עס מער מצות אנשים מלומדה, וועפט אויס די עקסטאז - והראיה די יאר ווען מ'האט געמיינט אז ס'גייט רעגענען און ס'האט נישט איז דער עולם געווען זייער נתרגש.
ג) קינדער לערנען מער פאר יו"ט מיט די מלמדים - יעדע זאך וואס א מענטש טוט זיך אריין דערין ווערט ער מער פארקאכט דערין.
וואס זאגט דער עולם?