בלאט 1 פון 1
שימל אויף סכך
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:25 am
דורך מירון
שמעו נא רבותי,
איך האב מיר היי יאר איינגעהאנדלט פרישע סכך. אראפנעמענדיג די סכך יעצט נאך סוכות זע איך די סכך איז פול מיט גרינע פינטעלעך - דהיינו שימעל, וואס טו איך? מ'קעם עס אזוי אוועקלייגן?
איינער האט אן עצה?
יישר כח פון פאראויס.
Re: שימעל אויף סכך
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:01 pm
דורך בערל דער פייפער
מען קען עס אנשפריצן מיט וואסער און לאזן טריקענען
Re: שימעל אויף סכך
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:37 pm
דורך מירון
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:01 pm
מען קען עס אנשפריצן מיט וואסער און לאזן טריקענען
יישר כח פארן טרייען, אבער דאס איז שוין געשען פון זיך אליין. שמיני עצרת האט געגאסן - ס'איז פיין באגאסן געווארן מיט וואסער פון הימל און ווען איך האב עס נעכטן אראפגענומען איז עס געווען גענצלעך טריקן, אבער פול מיט גרינע פינטעלעך.
שימעל איז א געוויקס, ס'וואקסט אויף געוויסע אופנים און ס'דא וועגן עס צו דערשטיקן אדער אפקלינען, איך ווייס אבער נישט וויאזוי.
Re: שימעל אויף סכך
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:18 pm
דורך נקודות טובות
מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:37 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:01 pm
מען קען עס אנשפריצן מיט וואסער און לאזן טריקענען
יישר כח פארן טרייען, אבער דאס איז שוין געשען פון זיך אליין. שמיני עצרת האט געגאסן - ס'איז פיין באגאסן געווארן מיט וואסער פון הימל און ווען איך האב עס נעכטן אראפגענומען איז עס געווען גענצלעך טריקן, אבער פול מיט גרינע פינטעלעך.
שימעל איז א געוויקס, ס'וואקסט אויף געוויסע אופנים און ס'דא וועגן עס צו דערשטיקן אדער אפקלינען, איך ווייס אבער נישט וויאזוי.
מיט clorox bleach, קומט געווענדליכע שימעל אראפ.
גיס אריין בליטש אין א שיסעל וואסער און וואש עס אפ, והעיקר לאש עס טריקענען נאכדעם פארן אוועקלייגען.
Re: שימעל אויף סכך
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:03 pm
דורך וואוילער
ביסט זיכער אז ס'איז שימל?
די קיינעס סכך קענען האבן גרינע אדער שווארצע פינטעלעך און ס'נישט שימל.
Re: שימעל אויף סכך
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 10:21 am
דורך מירון
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:18 pm
מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:37 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:01 pm
מען קען עס אנשפריצן מיט וואסער און לאזן טריקענען
יישר כח פארן טרייען, אבער דאס איז שוין געשען פון זיך אליין. שמיני עצרת האט געגאסן - ס'איז פיין באגאסן געווארן מיט וואסער פון הימל און ווען איך האב עס נעכטן אראפגענומען איז עס געווען גענצלעך טריקן, אבער פול מיט גרינע פינטעלעך.
שימעל איז א געוויקס, ס'וואקסט אויף געוויסע אופנים און ס'דא וועגן עס צו דערשטיקן אדער אפקלינען, איך ווייס אבער נישט וויאזוי.
מיט clorox bleach, קומט געווענדליכע שימעל אראפ.
גיס אריין בליטש אין א שיסעל וואסער און וואש עס אפ, והעיקר לאש עס טריקענען נאכדעם פארן אוועקלייגען.
יישר כח פאר די עצה, כ'האב געטוען ענליכס.
כ'האב געקויפט אין וואלמארט א ספרעי וואס הייסט Tilex, וואס די הויפט באשטאנדטייל איז clorox bleach מיט נאך אנדערע סחורה. כ'האב עס גוט באפריצט נאכער אויסגעשפרייט און געלאזט טריקענען אונטערן זון. לאמיר האפן אז ווען מ'נעמיר ארויס קומענדע יאר די סכך אז ס'וועט זיין מסודר.
Re: שימעל אויף סכך
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 10:22 am
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:03 pm
ביסט זיכער אז ס'איז שימל?
די קיינעס סכך קענען האבן גרינע אדער שווארצע פינטעלעך און ס'נישט שימל.
ניין, דאס איז געווען גרינע פינטעלעך (שווארצלעך).
Re: שימל אויף סכך
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 11:50 am
דורך וואוילער
שימל וואס געווענליך זיין מער ווי א שטויב אדער געוויקס, וואס מ'קען טאפן און ס'זעהט אויס ווי עס ליגט ארויפגעלייגט אויף די האלץ/סכך.
אויב עס איז נאר א קאליר, אזויווי פון א מארקער, איז עס ״לכאורה״ נישט קיין שימל.