פיוטים ומהותם

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4819

פיוטים ומהותם

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער טייטש פונעם ווארט פיוט איז א געזאנג וואס אויף לשון הקודש ווערט דאס אנגערופען שיר.
די לשון פיוט שטאמט פונעם גריכישער ווארט ποιητής poiitís. און פון דארט איז דאס אריבער געגאנגען צו אונז אויף לשון הקודש אלץ פיוט. און אויף די ענגלישע שפראך poetry. (ר''י מיגאש וספר הערוך)

א פיוט קען מיינען א באשרייבונג פון עטליכע שורות וואס מען שרייבט אויף א מצבה וכדו', און ווי אויך קען דאס זיין גאר סעפיסטעקירט.

א פיוט קען געשריבען ווערן אויף אן אופן פון א תפילה, הודאה, דברי ריצוי, בקשה ותחנונים, אדער סתם א שיינער געדאנק, ובלשוננו זה נקרא POEM.
עס זענען פארהאן פארשידענע נעמען מיט וואס פיוטים ווערן אנגערופען, און יעדער פיוט ווערט גערופען מיט א נאמען וואס טוט ריפלעקטירן דער מהות פון דעם פיוט.
קינות, ווידוי, הושענות, שיר היוחד, סליחות, אזהרות, וכו'.

בימי הגאונים והראשונים איז דער געדאנק פון פיוט געווען אזוי אויפגעכאפט, אז דאס פלעגט זיין ממש דער שפראך וואס מען האט גענוצט צו שרייבן. אזוי ווי מיר זעהען אין כמה וכמה שו''ת הראשונים אז זיי האבן זיך באנוצט מיט גראמען, משלים ומליצות. און אזוי אויך האבן זיי אויף דעם אופן מחבר געווען כמעט אלע זמירות וואס מיר זינגען שבת.

ווי אויך האבן אסאך פון אונזערע ראשונים געשריבן פיוטים לאו דוקא אויפן דאווענען, אדער אויף עניני רוחניות, נאר אויך אויף עניני דעלמא. א שטייגער ווי דער אבן עזרא און רבי יהודה הלוי וואס ביי זיי איז שיר ופייטנית געווען ממש זייער טאג טעגליכע באשעפטוגענג און זיי זענען פאררעכנט צו זיין פון די גרעסטע פייטנים פון די אידישע היסטאריע.



קרובת
מיר זעהען אין אסאך ספרי הראשונים ואחרונים, אז ווען זיי רעדען פון פיוטים וואס מען זאגט ביים דאווענען, רופן זיי דאס אן קרובת. איז לאמיר זעהן פארוואס.

אין מדרש שיר השירים און ווי אויך אין מדרש ויקרא רבה זאגט דער מדרש אויף התנא ר' אלעזר בן ר' שמעון. אז ער איז געווען, א קרוי, ותנוי, וקרוב, ופייטן.
דער אבודרהם איז מסביר די נפקה מינה פון די צוויי טיטלען ''קרוב ופייטן'' וואס דער מדרש געבט פאר ר' אלעזר און זאגט אזוי. דער לשון פייטן גייט ארויף אויף דעם וואס ער האט בעצם געהאט די פאך מחבר צו זיין א פיוט און אז ער האט געשריבען פיוטים. און קרוב גייט ארויף אויף דעם וואס ר' אלעזר האט חוץ סתם פיוטים אויך מחבר געווען קרובת וואס קרובת מיינט די פיוטים וואס מען זאגט ביים דאווענען. (און ווי מיר ווייסען דעם שיטת התוס' אז ר' אלעזר בן ר' שמעון איז אונשער ר' אלעזר הקליר וואס האט מחבר דאס מערהייט פון די פיוטים וואס מיר זאגן נאר סיי ווען. אזוי ווי געשריבען דא)

דער אבודרהם געבט אונז צו פארשטיין צוויי סיבות פארוואס א פיוט וואס מען זאגט ביים דאווענען ווערט אנגערופען מיטן נאמען קרובת.
איינס וויבאלד מיר זעהען אז חז''ל רופן אן א בעל תפילה מיטן טיטל קרובה(ירושלמי ברכות פ''א ה''ה- פ''ד ה''ד) און דער סיבה דערצו איז וויבאלד מיר ווייסען אז תפילה איז במקום קרבן. וואס אויב אזוי איז דער בעל תפילה כאילו דער כהן וואס איז מקרב די קרבנות ציבור. און דערפאר ווערט דער בעל תפלה אנגערופן מין טיל קרובה.
די צווייטער טעם זאגט דער אבודרהם איז וויבאלד קרב מיינט אזוי ווי דער לשון אמצע אינדערמיט (בקרב ישראל צווישען די אידן) ממילא ווערן די פיוטים וואס מיר זאגן אינמיטן דאווענען אנגערופן קרובת.

דער פרי מגדים זאגט נאך א טעם אויף דעם וואס מיר רופען די פיוטים וואס מיר זאגן ביים דאווענען בלשון קרובת, און דאס איז וויבאלד די פיוטים זענען מקרב לבן של ישראל לאביהם שבשמים.



קרובץ
מיר ווייסען פון דעם לשון קרובץ פון די ''קרובץ'' לפורים. דאס מיינט אזער פשוט פיוטים פאר פורים, די שאלה איז נאר וואס איז דער באדייט פונעם ווארט ''קרובץ''.

דער תוס' יו''ט זאגט אין ברכות, און אזוי אויך דער יעב''ץ אין מור וקציעה, און אזוי אויך אין ספר התשבי, אז דער לשון קרובת איז מיט דער צייט נשתבש געווארן צו א לשון קרובץ, פון א ת' (רפוי) איז געווארן א צדי''ק. און אנשטאט אנרופען די פיוטים וואס מען זאגט ביים דאווענען מיטן לשון קרובת, האט זיך דאס פארטוישט צו קרובץ. אבער ביידע האבן די זעלבע כונה.

ר' אברהם קלויזנער (ער איז געווען רב אין שטאט וויען. און רבי פון ר' אייזיק טירנא דער בעל המנהגים וואס איז דער טאטע פון אונזערע מנהגים. און דער דרכי משה ברענגט זיי כסדר אראפ) האט אויף דעם לשון קרובץ אן אינטערעסאנטע ראשי תיבות פון ק'ול ר'ינה ו'ישועה ב'אהלי צ'דיקים. און צוליב דעם שרייבט ער אז ראש השנה זאגט מען נישט קיין זולת (דאס איז דער פיוט וואס מען זאגט געווענדליך נאך ואין לנו עוד אלקים ''זלותיך'' סלה) ווייל ראש השנה איז נישט קיין זמן פון רינה.




יוצרות
ביי אונז איז אנגענומען היינט אנצורופען דעם קרובת/קרובץ מיטן לשון ''יוצרות''. דאס איז נשתרבב געווארן פון די פיוטים וואס מען זאגט ביי יוצר אור וואס דאס ווערט אנגערופן יוצר, איז עס שוין ביי אינז געווארן אנגערופן ''יוצרות''. (הגם רוב חסידשע הויפן זאגן בכלל נישט די פיוטים פון יוצר אור, אבער דעם געבארגטען ניק נאמען איז פארבליבן)





מהות הפיוט מהו
צו דעם געדאנק פון פיוט איז צוגעקומען כסדר א שלב אחר שלב במשך הדורות ביז דאס איז געווארן א גאנצער חכמה, וואוסענשאפט, און קונץ, אהערצושטעלן א פיוט, און די פיוטים וואס מיר האבן היינט פון די ראשונים, זענען שוין אן אוצר פון מרגליות טובות, א רייכער פארמעגן יעדער איינער פאר זיך. נאר די חכמה אליינס וואס ליגט אין דעם.

די פשוטער און עלטסטער מהלך פון א פיוט, האט נישט אריין גענומען אין זיך, קיין גראמען, און איז נישט געווען אויסגערעכנט מיט קיין משקולת. נאר איז געווען סתם א געזאנג זייער שיין געשריבען, אבער כמות שהוא.

א דוגמא אויף דעם איז געווען דוד המלך עליו השלום מיטן תהילים. דאס איז געשריבען געווארן אן קיין איינער פון די שפעטערדיגע מעטאדען פון פיוט. נאר ער האט זיך קאנצעטרירט נאר אויף די תוכן הדברים, און קיין זייטיגע פיוטישע קונצען. (הגם ער האט אויך צוגעלייגט געוויסע אותיות ביי טייל ווערטער כדי שענער צו מאכן, אזוי ווי רש''י אין תהילים צייכענט אן עטליכע פון זיי)




פיוט על הסדר
דער עצם געדאנק פון שרייבען א פיוט על סדר האל''ף בי''ת, אדער פארקערט, על סדר התשר''ק, געפונען מיר שוין אין תהילים, א שטייגער ווי פרק, ל''ד, קי''ט, קמ''ה, וכו'.
ווי אויך זעהען מיר אז זיין זוהן שלמה המלך, האט אויך געטוהן אזוי אין משלי, מיטן אשת חיל.

דאס מאכן על סדר האל''ף בי''ת, אדער על סדר תשר''ק, קען געמאכט ווערן אויף עטליכע אופנים.
מען קען ביים אנהויב פון יעדן בית גיין צום נעקסטען אות, לדוגמא, אשת חיל מי ימצא. בטח בה לב בע. , גמלתהו טוב.
עס קען געמאכט ווערן אויף א מהלך פון גיין צום נעקסטן אות נאך יעדע ווארט. לדוגמא, אל ברוך גדול דעה. אדער פארקערט, תכנת שבת רצית.
און ווי אויך קען דאס זיין אן אות אויף יעדע ראש הצלע. לדוגמא אל אדון על כל המעשים, ברוך ומבורך.

יעדער מחבר שטעלט דאס אויס לויט זיין באגער, איינער מאכט צוויי אל''ף צוויי בי''ת צוויי גימ''ל און אזוי ווייטער, א צווייטער מאכט דאס אויף אן אנדערע אופן, אבער דער מכוון איז דער זעלבער, אז דער פיוט איז געצוימט און לויפט מיטן סדר האלף בית.


שפעטער איז אויך צוגעקומן נאך א געדאנק, און דאס איז געווען צו מסמן זיין דעם אייגענעם נאמען אויף די ראשי התיבות, לדוגמא, דער פיוט צמאה נפשי לאלקים פונעם אבן עזרא, וואס די ראשי תיבות דערפון איז, אברהם בן עזרא.

אדער האבן די מחברים אויסגעשטעלט די ראשי תיבות פון די התחלת הבתים, כדי מרמז צו זיין סיי וואס, לדוגמא, דער פיוט יה אכסוף, וואס איז אויסגעשטעלט על סדר שם הויה. און ווי אויך האבן מיר דעם פיוט פון אקדמות וועלכע איז אויסגעשטעלט קודם על סדר האל''ף בי''ת, און דערנאך גייט דאס ווי פאלגענד, מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ.




מבנה הפיוט
יעדער פיוט באשטייט פון בתים, און צלעות, דלת וסוגר.

עס קען באשטיין פון צוויי צלעות, און דאן ווערט עס גערופן, ''שניה''. עס קען אויך האבן אין זיך דריי צלעות, און דאן וועט עס ווערן אנגערופן, ''שלשיה''. און ווען עס זענען דא אין דעם פיר צלעות, ווערט דאס גערופן, שלימה, וויבאלד דאס איז שוין דער שלימות הדבר און גייט נישט מער. (צומאל קען יא זיין מער, און דאן ווערט דער בית אויך צוטיילט אויף צוויי, אבער ע''פ רוב איז דאס דער יסוד)

בית איז דאס וואס ווערט גרופען אויף ענגליש א paragraph.
צלעות איז וואס ווערט אנגערופן Compound Sentences.

לאמיר נעמן א דוגמא, דער פיוט פון קה ריבון עלם. דאס אנהאלט אין זיך, פינף בתים 1) קה ריבון, 2) שבחין, 3) רברבין, 4) אלהא, 5) למקדשך.

יעצט לאמיר נעמען דעם ערשטען בית, און דאס צוטיילן אויף צלעות. יעדע בית פאר זיך ווערט צוטיילט אויף פיר צלעות 1) יה ריבון עלם ועלמיא 2) אנת הוא מלכא מלך מלכיא 3) עובד גבורתך ותמהיא 4) שפר קדמך להחויא. און אזוי גייען אלע בתים ווייטער, אויך אויף א סדר פון פיר צלעות.

דערנאך איז דא וואס ווערט אנגערופען א ''דלת וסוגר'' דלת מיינט א טיר, וואס דאס מיינט דער ''אנהויב'', און דערנאך איז דא א סוגר, וואס דאס איז טייטשט, א שלאס, וואס דאס מיינט דער ''סוף''.

לאמיר נעמען פאר א דוגמא דעם צווייטען בית פון קה ריבון.
(צלע א') שבחין אסדר צפרא ורמשא, (דלת). לך אלהא קדישא די ברא כל נפשא. (סוגר)
(צלע ב') עירין קדישין ובני אנשא, (דלת) חיות ברא ועופי שמיא. (סוגר)

(צומאל ווערט אויך דער בית צוטיילט אויף א דלת וסוגר ווען עס באשטייט פון צו ווייניג צלעות, אדער פון צו פיל צלעות)



חרוז
יעצט קומען מיר אן צום חלק פון ''חרוז''. דער אפטייטשט פון חרוז איז ''גראם'' דהיינו אז דער פיוט איז אויסגעשטעלט לויטן גראם.
דאס איז א זאך וואס איז צוגעקומען שפעטער, מיר געפונען דאס נישט אין די גאר ערשטע פיוטים.

עס זענען דא צוויי מיני חרוזים.
1) ווערט גערופען שיר עובר, און דאס איז ווען דער גראם שטימט נאר די לעצטע צוויי אותיות, לדוגמא, שור חמור.
2) ווערט אנגערופען שיר משובח, אדער שיר ראוי, און דאס איז ווען די לעצטע דריי אותיות גראמען, לדוגמא, מזמור לגמור.

די מהלך ווי אזוי די שירים זאלן זיין אויסגעשטעלט אויפן גראם זענען פיל צאליג.

1) יעדע סוף צלע זאל גראמען. לדוגמא, 1) כל מקדש שביעי כראוי לו. 2) כל שומר שבת כדת מחללו. 3) שכרו הרבו מאד על פי פעלו. 4) איש על מחנהו ואיש על דגלו.

2) יעדע צווייטע צלע זאל גראמען. דהיינו, אז צלע 1 מיט 3 זאלן שטימען, און צלע 2 מיט 4 זאלן שטימען. דהיינו דלת מיט דלת, סוגר מיט סוגר. לדוגמא דער פיוט 1) מה ידידות מנוחתך, 2) את שבת המלכה, 3) בכן נרוץ לקראתך, 4) בואי כלה נסוכה.


דערנאך איז דא נאך א מהלך פון מאכן אלע צלעות הדלתות גראמען צווישען זיך, און ווי אויך אלע צלעות הסוגרות גראמען צווישען זיך. לדוגמא, ברוך קל עליון, אשר נתן מנוחה, לנפשנו פדיום, משאת ואנחה, והוא ידרוש לציון, עיר הנדחה, (עד אנה תוגיון נפש נאנחה).

דער מחבר דא האט שוין אבער צוגעלייגט נאך א קונץ, אז אלע צלעות סיי די דלתות, און סיי די סוגרים, חוץ פון די לעצטער שטימען, און דער לעצטער וועט שטימען מיט די לעצטער צלע פון דעם נעקסטען בית. לדוגמא, עד אנה תוגיון נפש נאנחה, במלבשי כבוד זבח משפחה. און ווי אויך מיטן נעקסטען בית, נחלה ומנוחה כשמש לו זרחה.




חכמת הפיוט
מיר האבן טאקע אן א שיעור ערליי אופנים ווי אזוי אויסצושטעלן דעם חרוז. אבער צום באדויער האבן די ווערטער פונעם פיוט נישט קיין שום סדר אויף וואס דאס איז געבויעט, און עס איז נישט באלאנצירט אויף קיין שום אופן. לדוגמא, לאמיר צוריק נעמען דעם קה ריבון עלם ועלמיא. דער ערשטער צלע באשטייט פון 4 ווערטער קה ריבון עלם ועלמיה.די צווייטע צלע אבער, אנת הוא מלכא מלך מלכיא איז שוין 5 ווערטער. און דערנאך די דריטע, עובד גבורתך ותמהיא, איז 3. שפר קדמך להחויא. איז אויך 3.

יעצט אודאי ווייסען מיר וואס דער חיד''א שרייבט בשם האר''י אויף ר' ישראל נ'גארא דער מחבר פון דעם פיוט קה ריבון, ששיריו חשובים בשמים. אבער מצד השני האט דער מחבר נאר מחבר געווען זיין פיוט אויפן מהלך פון גראמען. דהיינו, ועלמיא, מלכיא, ותמהיא, להחויא, אבער נישט מיט קיין שום משקל אויף די צאל ווערטער. וואס דאס מאכט א גרויסער פראבלעם מיטן דאס זינגען אז די פעלער פונעם ניגון שטימען נישט איינס מיט דער צווייטע, נאר איין צלע מוז מען צוזאמען כאפען ווערטער, און ביים נעקסטען צלע דארף מען אויסציען די ווערטער.

צוליב דעם זענען די חכמים העוסקים במלאכת הפיוט אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס דאס הייסט משקולות. דער געדאנק איז פשוט צו אפוועגען די די syllables פון יעדן צלע, און אזוי ארום זאל דער פיוט וועגן אייניג.

עס זענען דא צוויי ערליי קולות וואס א מענטש געבט ארויס. איינס איז א שטארקע תנועה, דהיינו, אָ אַ אֵ אֶ אִ דאס זענען שטארקע תניעות. פון די אנדער זייט זענען דא שוואכערע סארט תניעות וואס א מענטש זאגט און דאס איז, אְ אֲ דאס איז א שוא (נע), און חטף פתח, און אזוי אויך א מלופאים אנהויב פון א ווארט, א דוגמא פון ''ומפני''. די אלע זענען שוואכערע קולות. סיי וויבאלד מען דריקט נישט אזוי שטארק אויף דעם ווי אויף די אנדערע נקודות, און ווי אויך וויבאלד דאס נעמט שנעלער פאר א מענטש צו זאגן.

די שטערקערע סארט קולות ווערן גערופען ''אדון'' (מלך), די שוואכערע סארט ווערן גערופען ''עבד''. (דער שוא נח, ווערט נישט פאררעכענט בכלל, וויבאלד דאס געבט נישט ארויס קיין שום קול.)

און יעצט ווען מען וויל מאכן א פיוט, וועט מען דארפן אפוועגען וויפיל ''אדונים'' (מלכים) תנועת מען לייגט אריין. (אבער נישט קיין עבדים, דאס רעכענט מען נישט)

לדוגמא, לאמיר צוריק נעמען דעם פיוט ברוך קל עֶליון, ווען מיר וועלן אריין קוקן אין דעם, וועלן מיר זעהן, אז יעדער צלע האט אין זיך 5 תנועות.

בָּ-רוּךְ-קֵל-עֶלְ-יוֹן.

אֲשֶׁר-נָ-תַן-מְנוּ-חָה.

לְנַפְ-שֵׁ-נוּ-פִדְ-יוֹם.

מִ-שֵׁאת-וַאֲ-נָ-חָה.

וְהוּא-יִדְ-רוֹש-לְצִ-יוֹן.

עִיר-הַ-נִ-דָ-חָה.

עַד-אָ-נָה-תּוּגְ-יוֹן.

נֶ-פֶשׁ-נֶאֱ-נֶָ-חָה.

עס זענען דא פארשידענע ערליי אופנים, ווי אזוי די פייטנים תאבן זיך אן עצה געגעבן מיט משקולות, דאס איז אבער דער מערסט אנגענומענער און פשוטסטער מהלך.




יתדות ותנועות
מיר האבן ארום גערעדט פון דעם ענין פון משקל הפיוט. און עס איז טאקע זייער א שיינער געדאנק צו מאכען א פיוט אויף א משקל, עס איז אבער נאכאלץ נישט בתכלית השלימות.

וואס איז? דער פראבלעם איז אזוי. האסט געמאכט א שיינער פיוט, אויסגערעכנט פונקטלעך וויפיל תנועות די ווילסט אריינלייגן אין יעדן צלע. אבער וואס טוט מען מיט די שוה (נע) און מיט די חטף פתח וכדו', די דאזיגע שוואכע תנועות מאכן דאך אויך א קול, און עס ווערט א פראבלעם פאר די משקל התנועות.
דהיינו, אפילו דו ווילסט נישט רעכענען די תנועות, קענסטו אבער דאס נישט אויסלאזען און אוועקוקן דערפון אינגאנצען. וויבאלד סוף כל סוף איז ער דאך א חלק פון די תנועות, און עס שטערט אטעמאטיש דער פונקטלעכקייט פון די משקל התנועות.

ווייל ווי געזאגט, רעכענט מען נישט ביי ברוך קל עליון, אֲ-שֶר נתן מנוחה, נאר אֲשֶר, ווייל דער אל'ף איז א חט''ף. און ווי אויך ביי ואנחה, איז עס נישט וַ-אֲ-נָ-חָה, נאר וַאֲ-נָ-חָה, אבער דאס אז מען רעכענט דאס נישט, מאכט נישט אז עס זאל זיך נישט הערן. ממילא איז דער משקל התנועות נאכאלץ נישט אינגאנצען מסודר.


אויף זענען די מומחים אין פיוט אויפגעקומען מיט א פרישער מהלך, און דער מהלך וועט טוישען דער ביז יעצטיגער מהלך פון פונעם משקל הפיוט, און מען וועט דאס ריפארמירן אויף אינגאנצען א נייער אופן. און דער מהלך פון פיוטים האט דאן באקומען א מוראדיגער גלאנץ, און רייכקייט, און דער מהלך הייסט ''יתדות ותנועות''.


לויט די פיוטים פארשער איז דער חידוש אנגעקומען צו די אידן דורך די אראבער, ווי מיר זעהען טאקע אז נאר די אידן וואס האבן געוואוינט אין זייערע געגענטער האבן זיך באנוצט מיט דעם, ווי דונש בן לברט, ר' יהודה הלוי, דער אבן עזרא, וכדו'. (אברבנאל)

עס איז דא א בריוו וואס דער אבן עזרא האט געשיקט צום רבינו תם, אז ער ווינדערט זיך אויף אים אז אפילו ער וואוינט אין צרפת, דאך קען ער אויך דעם חכמה פון פיוטים על משקל.


ווי אזוי ארבעט יתידות ותנועות?
דער מהלך פון יתידות ותנועות בקיצור איז ווי פאלגענד.

מען נעמט אן עבד, א שוואכערע קול, און מען האקט דאס צוזאמען מיט אן אדון, און דאן הייסט דאס א יתד, א נאגל.
לדוגמא דער ווארט כְ-מוֹ, האט אין זיך א שוא (עבד) מיט א חולם (אדון) אקעי האב איך שוין א יתד.
יעצט נאכדעם וואס איך האב שוין א יתד, שטעלט איך אריין א קול תניעה (אדון) וואס איז פון די שטארקערע סארט, לדוגמא אֶ, און דערנאך לייגט מען צו נאך א תנועה (אדון) לדוגמא ליִ וואס דאס איז שוין יעצט יתד ושתי תנועות.
יעצט לאמיר דאס אפליינען, כְמוֹ אֶליִ , יא? שטימט?
און אזוי ארום באשאפט זיך דער פיוט.

(דער סיבה פארוואס דאס הייסט א יתד איז וויבאלד דאס איז צוזאמען געהאקט. און ווי אויך נאגעלט דאס דער גאנצער פיוט)


יעצט לאמיר נעמען א דוגמא א פיוט, דרור יקרא פון דונש בן לבראט, און דאס צוטיילן אפען משקל, און מיר וועלן זעהן אז ער האט עס געמאכט על סדר, יתד ושתי תנועות, יתד ושתי תנועות.

דְ-רוֹר (יתד) יִקְ (תנועה) רָא (תנועה) לְ-בֵן (יתד) עִם (תנועה) בַת (תנועה)

וְ-יִנְ (יתד) צָרְ (תנועה) כֶם (תנועה) כְ-מוֹ (יתד) בָ (תנועה) בַת (תנועה)

נְ-עִים (יתד) שִמְ (תנועה) כֶם (תנועה) וְ-לֹא (יתד) יֻשְ (תנועה) בַּת (תנועה)

שְ-בוּ (יתד) (וְ?) נוּ (תנועה) חוּ (תנועה) בְ-ּיוֹם (יתד) שַ (תנועה) בָּת (תנועה)

און אזוי פארט עס ווייטער צלע נאך צלע, בית נאך בית, דער גאנצער פיוט.

דער מעלה פון דעם מהלך איז ווי געזאגט, אז דער גאנצער פיוט שטימט אקוראט דער זעלבער, יעדער צלע איז פינקטלעך אייניג אין syllables, סיי מיט די אדונים (קמץ, פתח, צירי, וכדו') און אפי' אויך דער עבדים (שוא, חטף, מלואפם) און אזוי אויך יעדער בית, און דער גאנצער זאך לויפט גלייך אויף גלייך. און דורך דעם קומט אויך אויס אז דער ניגון וואס מען לייגט אויף דעם ארויף פארט אויף א פינקליכער טרעק, אנדעם וואס מען זאל דארפן טוישען וויפול ווערטער אדער syllables עס גייט אריין אין א פאל. און מען טרעפט זיך קיינמאל נישט מיט דעם פראבלעם אז מען דארף צוזאמען כאפן אפאר ווערטער.
(און אויב יא איז דער חסרון אין דעם ניגון, און נישט אין די ווערטער. דהיינו א ניגון קען אויך געמאכט ווערן אויף א שטייגער פון, פינף פיר, פינף פיר, אז דער קשיא פונעם ניגון, איז לענגער ווי דער תירוץ)

אפי' אויב צומאל זענען די ווערטער פון איין צלע מיט די ווערטער פון א צווייטער צלע נישט אייניג אין צאל, דאך וועט עס אבער אייביג שטימען מכח די syllables. און אזוי פארט דער פיוט גאר געשמאק.

ווי פיל יתדות צו וויפיל תניעות מען לייגט אריין דאס ווענדט זיך אינעם מחבר הפיוט, איינער מאכט יתד ותנועה א צווייטער מאכט צוויי תנועות ליתד, יעדער טוט דאס ווי אזוי אים געפעלט.

לדוגמא דער פיוט כי אשמרה שבת וואס איז געדריקט אין די זמירות פון שבת צופרי, דאס איז א עפעס אן אויסער-געווענליכער שיינער פיוט, ממש מבהיל'דיג, וואס דאס האט געמאכט דער ''מלך'' הפייטים דער ''הייליגער אבן עזרא'', און ער האט זיך ארום געשפילט מיט די יתדות ותניעות, (און ווי אויך מיט נאך אסאך כללים אין פייט) ממש כחומר ביד היוצר.
ער גייט דארט על סדר פון שתי תנועות ויתד ושתי תנועות, שתי תנועות ויתד ותנועה.
(דאס איז חוץ פון דעם וואס די טייטש פון די ווערטער וואס דער אבן עזרא מיט זיין צחות הלשון געבט זיך דארט אויס זיינע געפילן איבער דעם שבת, וואס דאס איז דאך ממש להפליא.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3539
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5579

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך וואוילער »

פששש... זייער זייער שיין, הערליך ארומגענומען די נושא!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3539
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5579

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך וואוילער »

אפשר איז פאסיג צוצוברענגען אהער די ניגון פון מאטי אילאוויטש (אין מחשבות סידי)
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3539
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5579

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך וואוילער »

לבידוחתא בעלמא, האב'ך אמאהל געהערט בנוגע ״ברוך אל עליון״, אז אלע שטיקלעך גראמען 2 מאל, לדוגמא:
חֶמְדַּת הַיָּמִים - קְרָאוֹ אֵלִי צוּר,
וְאַשְׁרֵי לִתְמִימִים - אִם יִהְיֶה נָצוּר,
כֶּתֶר הִלּוּמִים - עַל רֹאשָׁם יָצוּר,
צוּר הָעוֹלָמִים - רוּחוֹ בָּם נָחָה.

משא״כ די שטיקל:
זָכוֹר אֶת יוֹם - הַשַׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ,
קַרְנוֹ כִּי גָּבְהָה - נֵזֶר עַל רֹאשׁוֹ,
עַל כֵּן יִתֵּן - הָאָדָם לְנַפְשׁוֹ,
עֹנֶג וְגַם שִׂמְחָה - בָּהֶם לְמָשְׁחָה.

נאר וואס דען, מ'דארף זעצן די ווערטער אנדערש...

זָכוֹר אֶת יוֹם הַ - שַׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ,
קַרְנוֹ כִּי גָּבְהָה - נֵזֶר עַל רֹאשׁוֹ,
עַל כֵּן יִתֵּן הָ - אָדָם לְנַפְשׁוֹ,
עֹנֶג וְגַם שִׂמְחָה - בָּהֶם לְמָשְׁחָה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 393

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך תינוק הבורח »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:11 pm לבידוחתא בעלמא, האב'ך אמאהל געהערט בנוגע ״ברוך אל עליון״, אז אלע שטיקלעך גראמען 2 מאל, לדוגמא:
חֶמְדַּת הַיָּמִים - קְרָאוֹ אֵלִי צוּר,
וְאַשְׁרֵי לִתְמִימִים - אִם יִהְיֶה נָצוּר,
כֶּתֶר הִלּוּמִים - עַל רֹאשָׁם יָצוּר,
צוּר הָעוֹלָמִים - רוּחוֹ בָּם נָחָה.

משא״כ די שטיקל:
זָכוֹר אֶת יוֹם - הַשַׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ,
קַרְנוֹ כִּי גָּבְהָה - נֵזֶר עַל רֹאשׁוֹ,
עַל כֵּן יִתֵּן - הָאָדָם לְנַפְשׁוֹ,
עֹנֶג וְגַם שִׂמְחָה - בָּהֶם לְמָשְׁחָה.

נאר וואס דען, מ'דארף זעצן די ווערטער אנדערש...

זָכוֹר אֶת יוֹם הַ - שַׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ,
קַרְנוֹ כִּי גָּבְהָה - נֵזֶר עַל רֹאשׁוֹ,
עַל כֵּן יִתֵּן הָ - אָדָם לְנַפְשׁוֹ,
עֹנֶג וְגַם שִׂמְחָה - בָּהֶם לְמָשְׁחָה.
וואס איז די בדיחותא?
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך מאטאווירט »

יישר כח @נקודות טובות !!!!

שרייטס אלע, יישר כח!!!

(נאכנישט געענדיגט ליינען, העמיר באלד ממשיך זיין מיט שפאנונג)
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3539
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5579

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך וואוילער »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:49 pm
וואס איז די בדיחותא?
עס הערט היבש אינטערעסאנט צו זעצן גראמען אינמיטן א ווארט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 203
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 535

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך שוש אשיש »

לדוגמא דער פיוט כי אשמרה שבת וואס איז געדריקט אין די זמירות פון שבת צופרי, דאס איז א עפעס אן אויסער-געווענליכער שיינער פיוט, ממש מבהיל'דיג, וואס דאס האט געמאכט דער ''מלך'' הפייטים דער ''הייליגער אבן עזרא'', און ער האט זיך ארום געשפילט מיט די יתדות ותניעות, (און ווי אויך מיט נאך אסאך כללים אין פייט) ממש כחומר ביד היוצר.
זייער שיין, הערליך, אסאך ’משקל’ אין הסברה, עס ליינט זיך במרוצה ווי א תנועה’לע.
גרעיט דזשאב.
אפשר קענסטו מסביר זיין וויאזוי די יתדות ותנועות זענען אין ’כי אשמרה’?
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1802
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4819

Re: פיוטים ומהותם

פאוסט דורך נקודות טובות »

שוש אשיש האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 4:51 pm
לדוגמא דער פיוט כי אשמרה שבת וואס איז געדריקט אין די זמירות פון שבת צופרי, דאס איז א עפעס אן אויסער-געווענליכער שיינער פיוט, ממש מבהיל'דיג, וואס דאס האט געמאכט דער ''מלך'' הפייטים דער ''הייליגער אבן עזרא'', און ער האט זיך ארום געשפילט מיט די יתדות ותניעות, (און ווי אויך מיט נאך אסאך כללים אין פייט) ממש כחומר ביד היוצר.
זייער שיין, הערליך, אסאך ’משקל’ אין הסברה, עס ליינט זיך במרוצה ווי א תנועה’לע.
גרעיט דזשאב.
אפשר קענסטו מסביר זיין וויאזוי די יתדות ותנועות זענען אין ’כי אשמרה’?
איך וועל אי''ה באשרייבען דעם פיוט בהמשך הזמן.
איך ווייס נישט אויב דער עולם וועט דער פיוט אזוי כאפן ווי עס כאפט מיר. אני כשלעצמי ווער ממש צודרייעט פאר די פיוטי האבן עזרא.
שרייב פאוסט