בלאט 1 פון 4

נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:22 pm
דורך שרייב מיין קינד
מיט גרויס שמחה קען מען זען עטליכע בילדער פונעם נייעם שטעטעל היינט אין סוואן לעיק ווי עס ווערט פארווירקליכט
די אדרעסס איז

4702
State route 55 swan lake NY

מען קען שוין זען דעם ענדע פונעם טאנעל אז עס איז ווערט פארווירקליכט די מציאות פון די קעטסקילס מיט אידישע אינפראסטראקטשער רעדי צו קענען אקאמאדירן כלל ישראל ,
ווי עס בויעט זיך ב"ה א שטעטעלע און צוביסלעך נאך א שטעטעלע
כן ירבו קע"ה
ופרצת ימה וקדמה

שוין דא אויף דערווייל
קרית וויזניץ אין קיימישע
מאנטיסעלא יושב
קרית ברסלב אין ליבערטי
פאלסבורג ישיבה און יושב
יעצט קומט אויף די רייע קרית סקווירא
סאטמאר מהר"א האט רעדי ריזיגע שטחים פאר טויזענטער דירות לעבן איחוד קאנטרי , שוין עפראווד צו בויען הונדערטער דירות ב"ה , ווי מען הערט הינטער די קוליסען פיבערט זיך ערענסטע פלענער אין די נאנטע צוקנופט פאר א נייע גאנץ יעריגע יושב

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:38 pm
דורך שמח
נו, @שרייב מיין קינד שרייב, ברענג נאך נייעס ביטע.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:45 pm
דורך שרייב מיין קינד
שמח האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:38 pm נו, @שרייב מיין קינד שרייב, ברענג נאך נייעס ביטע.
א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער...
האפענטליך די קומענדיגע נייעס וועט זיין ווען מען מופט שוין אריין בעזר השם

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 8:06 pm
דורך שרייב מיין קינד
דאס איז די פאנדעמענט פונעם גרויסען בית המדרש אינעם נייעם שטעטעל,מערקט די צוויי בורות פאר די מקוה לינקס

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:48 pm
דורך מהודר
איינער מיט אן אפדעיט ווי ס'האלט? בערך ווען פלאנען זיי ס'זאל זיין פערטיג ?

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 6:28 pm
דורך פרייליך
מהודר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:48 pm איינער מיט אן אפדעיט ווי ס'האלט? בערך ווען פלאנען זיי ס'זאל זיין פערטיג ?
די אינטערסאנטקייט פינעם ישוב וועט זיין צו זעהן אויף וועלכע סטאנדארט עס וועט ווערן אוועקגעשטעלט
אזויווי סקווירא איז, וועט עס לכאורה זיכער נישט זיין די פראגע איז וויאזוי מען מאכט א סעמי סקווירא

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:54 am
דורך שרייב מיין קינד
פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 6:28 pm
מהודר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:48 pm איינער מיט אן אפדעיט ווי ס'האלט? בערך ווען פלאנען זיי ס'זאל זיין פערטיג ?
די אינטערסאנטקייט פינעם ישוב וועט זיין צו זעהן אויף וועלכע סטאנדארט עס וועט ווערן אוועקגעשטעלט
אזויווי סקווירא איז, וועט עס לכאורה זיכער נישט זיין די פראגע איז וויאזוי מען מאכט א סעמי סקווירא
עס גייט זיין נאר חסידי סקווירא פון אלע געגענטער, נישט אזוי שווער צו פארשטיין, אזוי ווי שיכון סקווירא,נאר מיט אנדערע סארט תקנות

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:05 am
דורך פרייליך
שרייב מיין קינד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:54 am

דאס איז פשוט אז נאר סקווירא אידן גייען דארט וואוינען
די הגבלות דארף נאך א קלארקייט ווער עס מעג דארט מופן, וועט זיין עטליכע בתי מדרשים? די אויסשטעל וועט זיין אז רובא דרובא פון שטאט זיצט א לאנגע תקופה אין כולל? אדער וועלן זיין מער בעלי בתים, עס איז היבש א אינטערסאנטע עקספיריענס א נייע סארט קרית יואל ישוב דורך סקווירא אידן.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 10:23 am
דורך שרייב מיין קינד
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:05 am
שרייב מיין קינד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:54 am
פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 6:28 pm

די אינטערסאנטקייט פינעם ישוב וועט זיין צו זעהן אויף וועלכע סטאנדארט עס וועט ווערן אוועקגעשטעלט
אזויווי סקווירא איז, וועט עס לכאורה זיכער נישט זיין די פראגע איז וויאזוי מען מאכט א סעמי סקווירא
עס גייט זיין נאר חסידי סקווירא פון אלע געגענטער, נישט אזוי שווער צו פארשטיין, אזוי ווי שיכון סקווירא,נאר מיט אנדערע סארט תקנות
דאס איז פשוט אז נאר סקווירא אידן גייען דארט וואוינען
די הגבלות דארף נאך א קלארקייט ווער עס מעג דארט מופן, וועט זיין עטליכע בתי מדרשים? די אויסשטעל וועט זיין אז רובא דרובא פון שטאט זיצט א לאנגע תקופה אין כולל? אדער וועלן זיין מער בעלי בתים, עס איז היבש א אינטערסאנטע עקספיריענס א נייע סארט קרית יואל ישוב דורך סקווירא אידן.
יעדע חסיד סקווירא פון בכל קצוי תבל קען זיך אהינציען, עס גייט זיין עטליכע בתי מדרשים, פארשטייט זיך אז עס גייט ציען יעדעם איינעם, נישט אויסגעשלאסן כולל אינגעלייט אדער בעלי בתים

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:55 pm
דורך פרייליך
הייסטעס מער ווייניגער די זעלבע געשטעל ווי אין קרית יואל

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:08 pm
דורך שרייב מיין קינד
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:55 pm הייסטעס מער ווייניגער די זעלבע געשטעל ווי אין קרית יואל
היפש אנדערש,
קרית יואל האט כל ערליי סאטמאר חסידים וואס געהערן נישט דייקא צו די זעלבע חסידות/רבי,
משא"כ דא איז עס נאר חסידי סקווירא אזוי די ביז יעצטיגע סקווירא שטעטל, בלויז מיט אביסעלע אנדערע תקנות

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:12 pm
דורך פרייליך
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:08 pm
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:55 pm הייסטעס מער ווייניגער די זעלבע געשטעל ווי אין קרית יואל
היפש אנדערש,
קרית יואל האט כל ערליי סאטמאר חסידים וואס געהערן נישט דייקא צו די זעלבע חסידות/רבי,
משא"כ דא איז עס נאר חסידי סקווירא אזוי די ביז יעצטיגע סקווירא שטעטל, בלויז מיט אביסעלע אנדערע תקנות
מייינסט יעדער האלט ממש דאס זעלבע ? סדנא דארעא חד הוא,
ב''ה אז עס הערשט נאך יא א שטארקע שלום אין סקווירא,
די נייע שטעטל וועט זיכער זיין א נייע עקספיריענס אינערהאלב די סקווירא חסידות.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:53 pm
דורך א יוני אין שוויץ
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:12 pm

וועגן די עתידות ווייס איך נישט אבער תקנות גייט זיין די זעלבע ווי אין שיכון סקווירא חוץ די תקנה פון איין ביהמ"ד

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:15 pm
דורך שבת קודש
וויפיל דירות בויעט מען יעצט?

גייט די רבי אהינשיקן א קינד?

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:07 pm
דורך א יוני אין שוויץ
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:15 pm וויפיל דירות בויעט מען יעצט?

גייט די רבי אהינשיקן א קינד?
זיי ווילן עפענען מיט 150 דירות און א ביהמ"ד המרכזי און מקוה טהרה און בשעת מעשה ווייטער בויען סיי נאך הייזער און סיי בנינים לפי הצורך.
בנוגע אויב די רבי גייט שיקן א קינד ווייסט קיינער.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:14 pm
דורך שבת קודש
למעשה זעה איך אז מען רעדט כמעט נישט דערפון מען בויעט עס אזוי שטילערהייט, וואס איז די סיבה?

גראדע זייער א גוטע זאך ס'איז אמור מעט ועשה הרבה

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:17 pm
דורך א יוני אין שוויץ
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:14 pm למעשה זעה איך אז מען רעדט כמעט נישט דערפון מען בויעט עס אזוי שטילערהייט, וואס איז די סיבה?

גראדע זייער א גוטע זאך ס'איז אמור מעט ועשה הרבה
כ'ווייס נישט וואס די סיבה איז אבער יעדע מאל וואס זיי האבן יא ארויסגעלייגט דעטאלן איז געשטאנען אויפן בראשור אז זייער אסאך זאכן קענען זיי נישט שרייבן ווייל סאיז בעסער אז מווייסט נישט אבער כוויייס נישט קיין פונקטליכע סיבה.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:20 pm
דורך פרייליך
בעפאר די הייליגע טעג איז געווען אין סקווירא עפעס א מסיבה מיט די אלע בויערס פון די נייע שטעטל

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:21 pm
דורך פרייליך
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:53 pm
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:12 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:08 pm
היפש אנדערש,
קרית יואל האט כל ערליי סאטמאר חסידים וואס געהערן נישט דייקא צו די זעלבע חסידות/רבי,
משא"כ דא איז עס נאר חסידי סקווירא אזוי די ביז יעצטיגע סקווירא שטעטל, בלויז מיט אביסעלע אנדערע תקנות
מייינסט יעדער האלט ממש דאס זעלבע ? סדנא דארעא חד הוא,
ב''ה אז עס הערשט נאך יא א שטארקע שלום אין סקווירא,
די נייע שטעטל וועט זיכער זיין א נייע עקספיריענס אינערהאלב די סקווירא חסידות.
וועגן די עתידות ווייס איך נישט אבער תקנות גייט זיין די זעלבע ווי אין שיכון סקווירא חוץ די תקנה פון איין ביהמ"ד
וואס הייסט די זעלבע פראצענט וואס זיצט אין כולל וועט זיין אינעם נייעם שטעטל? כפי השמועה וועט עס אנדערש זיין אויסגעשטעלט.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:51 pm
דורך א יוני אין שוויץ
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:21 pm
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:53 pm
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 9:12 pm

מייינסט יעדער האלט ממש דאס זעלבע ? סדנא דארעא חד הוא,
ב''ה אז עס הערשט נאך יא א שטארקע שלום אין סקווירא,
די נייע שטעטל וועט זיכער זיין א נייע עקספיריענס אינערהאלב די סקווירא חסידות.
וועגן די עתידות ווייס איך נישט אבער תקנות גייט זיין די זעלבע ווי אין שיכון סקווירא חוץ די תקנה פון איין ביהמ"ד
וואס הייסט די זעלבע פראצענט וואס זיצט אין כולל וועט זיין אינעם נייעם שטעטל? כפי השמועה וועט עס אנדערש זיין אויסגעשטעלט.
וואס איז א חילוק וויפיל כולל יונגערלייט עס איז דא? די תקנות איז נישט אנדערש ווייל עס איז דא מער בעלי בתים.

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:37 pm
דורך א יוני אין שוויץ
די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד אין קרית סקווירא החדש

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 19, 2024 10:49 am
דורך לך לך
שרייב מיין קינד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:22 pm מיט גרויס שמחה קען מען זען עטליכע בילדער פונעם נייעם שטעטעל היינט אין סוואן לעיק ווי עס ווערט פארווירקליכט
די אדרעסס איז

4702
State route 55 swan lake NY

מען קען שוין זען דעם ענדע פונעם טאנעל אז עס איז ווערט פארווירקליכט די מציאות פון די קעטסקילס מיט אידישע אינפראסטראקטשער רעדי צו קענען אקאמאדירן כלל ישראל ,
ווי עס בויעט זיך ב"ה א שטעטעלע און צוביסלעך נאך א שטעטעלע
כן ירבו קע"ה
ופרצת ימה וקדמה

שוין דא אויף דערווייל
קרית וויזניץ אין קיימישע
מאנטיסעלא יושב
קרית ברסלב אין ליבערטי
פאלסבורג ישיבה און יושב
יעצט קומט אויף די רייע קרית סקווירא
סאטמאר מהר"א האט רעדי ריזיגע שטחים פאר טויזענטער דירות לעבן איחוד קאנטרי , שוין עפראווד צו בויען הונדערטער דירות ב"ה , ווי מען הערט הינטער די קוליסען פיבערט זיך ערענסטע פלענער אין די נאנטע צוקנופט פאר א נייע גאנץ יעריגע יושב
קרים יטב לב איז נישט אין די קעטסקילס?

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:35 pm
דורך שבת קודש
@סקווירא
וויפיל דירות בויעט מען יעצט?
ווען איז די פלאן אריינצומופן דארט?

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:58 pm
דורך סקווירא
Screenshot 2024-01-29 175628.png
Screenshot 2024-01-29 175628.png (266.03 KiB) געזען געווארן 766 מאל

Re: נייע שטעטל קרית סקווירא בית-אל Bethel

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:38 pm
דורך דארפסמאן
מיטונג מיט לאקאלע סאליווען קאונטי פאליטישענס אין איינס פון די נייע הייזער אינעם נייעם סקווירא שטעטל