זיין גאנץ לעבן איז באשטאנען פון איין שטיק פרישות און קדושה. צדיקים האבן געזאגט אז ער נפטר געווארן אין בלויזן עלטער פון 36 יאר דורך התפשטות הגשמיות. די לעצטע האלבע יאר פון זיין לעבן האט ער געדינט אלץ מגיד אין דעם שטאט פאסטאוו אויפן פארלאנג פון דעם הייליגן מאור עינים.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט מרת גיטל א טאכטער פון רבי משולם פייוויש הלוי הורוויץ פון קרעמניץ בעל מחבר ספר משנת חכמים אויף ששה סדרי משנה. געוויסע דערציילן אז דער שם כינוי "מלאך" קומט גאר פונעם הייליגן גר"א. די מעשה גייט אז דער גאון האט אים געוואלט נעמען פאר אן איידעם און ער איז אים געגאנגען באקוקן. רבי אברהם המלאך האט זיך בשעתו געדרייט אויף א דאך זייער פארטיפט אין לערנען. זייענדיג אזוי פארטיפט האט ער נישט באמערקט ווי ער שפאצירט צום עק פון דאך... ס'איז אבער געשען א נס אז ער האט שפאצירט אזוי ווייטער אין די לופט כאילו ווי גארנישט וואלט געווען. דער הייליגער גר"א האט דאס געזען, האר ער זיך אנגערופן: דאס איז נישט קיין מענטש נאר א מלאך! אין די תורה שטייט "את בתי נתתי לאיש הזה" פאר א מענטש האט די תורה געהייסן חתונה מאכן, אבער נישט צו א מלאך!.
זיינע קינדער:
- רבי ישראל חיים ז"ל, פון לודמיר (פון זיינע קינדער איז די זוויהל'ער רביס)
- רבי שלום שכנא פון פראהבישט (טאטע פונעם הייליגן ריזשענער).
- א טאכטער מרת בלומא ע"ה. (יש חולקין ע"ז)
מנוחתו כבוד בעיר פאסטאוו יע"א.
זכותו הגדול יגן על כל ישראל.