בלאט 1 פון 2

ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:24 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
כשמו כן הוא
טראץ מיין באמיאונג אז די צעטלעך זאלן עס נישט שרייבן, האט עס איין צעטל יא געשריבן בטעות
דעריבער הננו בזה להודיע אז
דער וואכנאכט דינסטאג נאכט וזאת הברכה תשפ"ד, איז נאכנישט באשטעטיגט!
דער מוהל דארף נאך מאכן א צווייטע וויזיט אין די קומענדיגע שעות זאגן אויב מען מאכט וואכנאכט.
גייט ער זאגן יא, וועל איך עס דא מעלדן אי"ה
--------------
יישר כח פאר דעם פלאטפארמע.

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט נאכנישט באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:27 pm
דורך דער תהלים איד
הערשט יעצט הייב איך אן כאפן וואו עכטע נעמען קענען יא זיין עכט געשמאק...

שטיימיר מיט שפאנונג. יה"ר שיהא בעתו ובזמנו.

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:22 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
אצינד האט דער מוהל עס באשטעטיגט
מען קען מאכן וואכנאכט אי"ה!
-----------
דער קינד קען נאך נוצן א גרינעם אתרוג איבערצונעמען דעם געהלקייט, אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן אז נאכמיטאג וועט זיין די ברית אי"ה

דעריבער און אז דו וועסט גוט דאווענען, וועט די ברית אי"ה זיין נאכמיטאג ביום השמיני.

איך קום באלד צוריק אי"ה מיט די פרטי הוואכנאכט רבתי...

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:47 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
וואכנאכט הזמנהבילד

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:58 pm
דורך וואוילער
מזל טוב! מזל טוב ר' יהושע אליעזר!
זאלסט זעהן אסאך אידיש נחת, שמחות אלעמאהל מיט השפעות טובות עד בלי די!!

איים סארי אז כ'וועל נישט אריינפארן צום וואך נאכט

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:41 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
מזל טוב!!
אסאך אידיש נחת!!

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:30 pm
דורך בערל דער פייפער
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:41 pm מזל טוב!!
אסאך אידיש נחת!!
גא”מ געזינטערהייט מיט הרחבת הדעת

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:57 pm
דורך אלכסנדר נחמן
מזל טוב ר' יהושע אליעזר דיין פרישקייט און שמחה קומט אלץ אריין קלאר

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:53 pm
דורך קול דממה
גיימער טרינקען א גלעזל ביר, מז״ט שמחה ונחת!

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:10 pm
דורך שבת קודש
למעשה איז שוין געווען די ברית?

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:30 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:10 pm למעשה איז שוין געווען די ברית?
ניין
נעקסטע אפדעיט אי"ה אין חול המועד

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:05 pm
דורך יאנטשי
מזל־טוב ר' יהושע אליעזר! א שמחה אויפן טיש!

עפעס בילדער פון די בעבי?

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:10 am
דורך שמח
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:05 pm מזל־טוב ר' יהושע אליעזר! א שמחה אויפן טיש!

עפעס בילדער פון די בעבי?
איך ווייס נישט צו מ'זאל לייגן אזאנע פריוואטע זאכן דא, עס איז נישט ממש סאציאלע מידיע דא.

#מיי אפיניען

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 11:41 am
דורך ירחמיאל מאניש
מזל טוב!!
אסאך אידיש נחת!!

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:02 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:05 pm מזל־טוב ר' יהושע אליעזר! א שמחה אויפן טיש!

עפעס בילדער פון די בעבי?
כ'האף אז ער וועט זיין ווי דעם פאטער, וואס האט א פראבלעם אז זיין בילד איז פרי פאר אלל...

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:55 pm
דורך שבת קודש
יהושע אליעזר הערשקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:30 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:10 pm למעשה איז שוין געווען די ברית?
ניין
נעקסטע אפדעיט אי"ה אין חול המועד
הייסט עס קומט א פרישע וואך נאכט?

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:17 pm
דורך יאנטשי
יהושע אליעזר הערשקאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:02 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:05 pm מזל־טוב ר' יהושע אליעזר! א שמחה אויפן טיש!

עפעס בילדער פון די בעבי?
כ'האף אז ער וועט זיין ווי דעם פאטער, וואס האט א פראבלעם אז זיין בילד איז פרי פאר אלל...
זיך טאקע געווינדערט פארוואס איר האט נישט קיין פראפיל פיקטשער...

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:21 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:55 pm
יהושע אליעזר הערשקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:30 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:10 pm למעשה איז שוין געווען די ברית?
ניין
נעקסטע אפדעיט אי"ה אין חול המועד
הייסט עס קומט א פרישע וואך נאכט?
מיין דעת תורה האט מיר היינט געזאגט אז אויב מען ווייסט א נאכט פארדעם מאכט מען א קליינע זאך מען נעמט צאם עטליכע אידן אויף לחיים

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 7:42 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
כפי דברי המוהל, אי"ה אלס ספיקא דיומא וועט מען זיך דרייען אסרו חג מיט א בעקיטשע...

ווען און וואו עמער אי"ה געוואר ווערן ווי אזוי עס וועט גוט אויסקומען פארן סנדק.

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 12:02 am
דורך הרב_שלום
אין סקווירא מאכט מען וואכנאכט בזמנו אפילו די ברית איז נישט בזמנו

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:47 pm
דורך וואוילער
מ'קען שוין זאגן ״כשם שנכנס״?

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:16 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:47 pm מ'קען שוין זאגן ״כשם שנכנס״?
יא בס"ד.
און קענסט אינזין האבן כשם שנכנס אין א האלידעי ווען דער עולם איז פריי פון די ארבעט און מען קען זיך משתתף זיין ביים סעודת ברית דאס זעלבע זאלן אלע ימי השמחה אויסקומען אין צייטן וואס מענטשן האבן די צייט און רצון צו ענדזשויען א שמחה...

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:46 pm
דורך קישטא קאי
Name?

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:28 pm
דורך מרדכי מנחם
בד"וו ר' @יהושע אליעזר אפשר מאכסטו זיך שוין א אוויעטער מיט דיין בילד, אדער כאטש מיט א מרבה ווען...

Re: ממחרת יום הכיפורים - וואכנאכט אצינד באשטעטיגט

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 6:53 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
קישטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:46 pm Name?
שלמה יהודה, נאכן זיידן ר' שלמה לייב לינדנער ז"ל
שווער פון מיין זיידע הרה"ח ר' נחום קארנבלי זז"ג

די מעשה מיט ר' ישי בוכינגער וואס ליגט ביי אלע סאטמארע חדרי נטילת ידים איז געווען מיט אים