רבי דוד אופענהיים, בעל שו''ת נשאל דוד - ז' תשרי תצ"ז
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:55 pm
עס דא א געוואלד צו שרייבן איבער דעם גרויסן גדול ר' דוד אופענהיים, וואס איז ווי באקאנט געווען א שוואגער מיטן שבות יעקב, (און מיטן אליהו רבה?)
ר' דוד איז געבוירן געווארן אין יאר תכ''ח, אין שטאט ורמייזא. צו זיין טאטע ר' אברהם אופענהיים, וואס איז געווען דארט דער פרנס הקהילה.
ר' דוד איז געווען א תלמיד פון ר' גרשון אשכנזי דיין אין שטאט קראקע, און שפעטער רב אין ניקלשבורג. דער ר' גרשון איז געווען א תלמיד פונעם ב''ח, און דער מגיני שלמה.
ווי אויך איז ר' דוד געווען א תלמיד פון ר' יעקב אשכנזי, דער טאטע פונעם חכם צבי.
ר' דוד איז געווען א גרויסער חובב ספרים, ער פלעגט ארום פארן איבער דער גארער וועלט און צוזאמען נעמען כל מיני כתבי ידות מרבתינו הראשונים. און ער פלעגט דאס אלעס אפקויפען פאר טייער געלט. אויב האט דער בעל הבית פון כתב יד נישט געוואלט פאר קויפן, פלעגט ר' דוד באצאלן אז מען זאל עכ''פ נאכשרייבן דעם ספר. ער איז פאררעכנט צו האבן איינס פון די גרעסטע אוצרות הספרים אין די היסטאריע ציילענדיג קרוב צו צעהן טויזענט ספרים וכתבי יד. און זייער אסאך פון די ספרים וואס זענען געקומען לידי דפוס נאכן פארבלייבן הונדערטער יארן בכתב יד, איז נאר א דאנק אים.
זיין אוצר הספרים איז באמת געווען להפליא, און דאס צוזאמען נעמען ספרים האט ער שוין אנגעהויבן גאר אינג. אלט זייענדיג בלויז פופצען יאר אלט האט ער שוין געהאט א גאנצע קעטעלוג פון זיין אוצר הספרים. און מיט זיבן יאר שפעטער האט אויסגעבראכען א שריפה, און זיין גאנצע אוצר הספרים איז פארברענט געווארן. און ער האט געמוזט אנהויבן פון פריש.
ר' דוד האט געהאט א פעטער ר' שמואל היידעלבערגער, דער ר' שמואל איז געווען אן עושר מופלג. און ווען ר' שמואל איז אוועק פון די וועלט האט איז ר' דוד געווען דער יורש. און איז צוליב דעם געווארן א גרויסער עושר. א חלק פון ר' דוד'ס גרויסע אוצר הספרים האט אים זיין פעטער געגעבן, וואס וויבאלד זיין פעטער איז געווען מקורב למלכות. האט אים די מלכות איבערגעגעבן די ספרים וכתבי ידות וואס איז אריינגעפאלן אין זייער הענט דורך אויס זייערע מלחמות.
ר' דוד פלעגט שיקן געלט קיין ארץ ישראל, און אזוי אויך האט ער אויסגעהאלטן עניים בני תורה ביי זוך אין שטוב.
ר' דוד איז געווען רב אין שטאט ניקלשבורג, און שפעטער אין שטאט פראג.
נפטר ז' תשרי תצ''ז מנוחתו כבוד אין שטאט פראג זי''ע.