בלאט 1 פון 1
'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:37 pm
דורך שמעון
אנצוגרייטן דעם באדן, ווידמען מיר דעם אשכול, צו רעדן און באהאנדלען אלעס ארום די וועכטנליכע צייטונג, ארויסגעגעבן דורך ר' אברהם פרידמאן, דער לאנגיעריגער פאליטישער אנאליסט און שריפטשטעלער.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:29 am
דורך ווער
5.50

- Screenshot 2023-12-20 092906.png (135.07 KiB) געזען געווארן 1572 מאל
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 5:26 pm
דורך מיילעך פריילעך
וואס זאגט די עולם אויף די ארבעט פון הרב פר"מ וואס גייט אראפ צו עלטערע אידן זיי אויספרעגן איבער די אמאל
"לעצטע עדות"??
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 10:40 pm
דורך באקאנטע ידען
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 5:26 pm
וואס זאגט די עולם אויף די ארבעט פון הרב פר"מ וואס גייט אראפ צו עלטערע אידן זיי אויספרעגן איבער די אמאל
"לעצטע עדות"??
הלואי גיבט ער שוין ארויס א ביכל דערפון, ממש וויפיל איך האב שוין קונה געווען פון דארט, א געוואלט.
נאר א געוויסע פארשלאג וואס איך האב פאר אים און ווער עס קען זאל אים עס איבערגעבן,
דור הולך ודור בא, עס איז דא א תקופה וואס איז כמעט נישט באשריבן דאס איז די די ערשטע 10 יאר נאכן קריג,
דהיינו עס איז אנגעגאנגען א לעבן פיל מיט יודישקייט אין יוראפ און אלעס ווערט שוין כמעט פארגעסן עס איז נישט דא ווער עס זאל נאך כמעט פארציילן הלוואי ווען ר' חנה זאל עס נעמן פאר א פרישע מבצע ומי יתן והיה ווער עס קען אים זאל אים טאקע דאס פארשלאגן.
(און אפשר קען מען טאקע דא אויפן פארום אויסארבעטן א מהלך דאס צו פארשטן און נאכגיין?)
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:20 am
דורך פשוטער איד
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 10:40 pm

אין דער בלאט לויפט שוין אפאר וואכן א אינטערוויו מיט ר' שמעלקע מארקוס וואס איז געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין שטאדט סאטמאר נאך די קריג
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:55 am
דורך שטייפע קוגל
אז מ'רעדט פון די צייטונג, איז ממש געפערליך די אגענדע געטריבענע העדליינס און ארטיקלען. איך רעדט שוין נישט פון די ליבעראלע פעיק ניוז סטייל נייעס נאר אפילו די העדליינס קען ממש זיין פארקערט ווי די עצם נייעס.
פאר א ביישפיל, אינעם לעצטן נומער פון פרשת צו האט ער א העדליין 'ניו יארק פלאנירט צו פלאצירן אימיגראנטן אין די לייברעריס' אבער ליינענדיג די נייעס אינעווייניג איז ער מסביר אז די לייברעריס האבן געווענליך א ליידיגע שטח פון אינטן און די גאווערמענט וויל עס ניצן צו אויפבויען דירות פאר אימיגראנטן.......
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:08 pm
דורך באקאנטע ידען
פשוטער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 8:20 am
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 10:40 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 5:26 pm
וואס זאגט די עולם אויף די ארבעט פון הרב פר"מ וואס גייט אראפ צו עלטערע אידן זיי אויספרעגן איבער די אמאל
"לעצטע עדות"??
הלואי גיבט ער שוין ארויס א ביכל דערפון, ממש וויפיל איך האב שוין קונה געווען פון דארט, א געוואלט.
נאר א געוויסע פארשלאג וואס איך האב פאר אים און ווער עס קען זאל אים עס איבערגעבן,
דור הולך ודור בא, עס איז דא א תקופה וואס איז כמעט נישט באשריבן דאס איז די די ערשטע 10 יאר נאכן קריג,
דהיינו עס איז אנגעגאנגען א לעבן פיל מיט יודישקייט אין יוראפ און אלעס ווערט שוין כמעט פארגעסן עס איז נישט דא ווער עס זאל נאך כמעט פארציילן הלוואי ווען ר' חנה זאל עס נעמן פאר א פרישע מבצע ומי יתן והיה ווער עס קען אים זאל אים טאקע דאס פארשלאגן.
(און אפשר קען מען טאקע דא אויפן פארום אויסארבעטן א מהלך דאס צו פארשטן און נאכגיין?)
אין דער בלאט לויפט שוין אפאר וואכן א אינטערוויו מיט ר' שמעלקע מארקוס וואס איז געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין שטאדט סאטמאר נאך די קריג
טאקע דארט האב איך מיר דערמאנט די נחוצות (איך האב עס שוין לאנג געטראכט דערפון אבער דערמאנט האב איך מיר פון די געדאנק בשעת'ן ליינען ר' שמעלקא'ס ארטיקל)
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:12 pm
דורך דער תהלים איד
שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 11:55 am
אז מ'רעדט פון די צייטונג, איז ממש געפערליך די אגענדע געטריבענע העדליינס און ארטיקלען. איך רעדט שוין נישט פון די ליבעראלע פעיק ניוז סטייל נייעס נאר אפילו די העדליינס קען ממש זיין פארקערט ווי די עצם נייעס.
און נאך ארגער איז זיין נייעס שרייבער פון ענינים וואס בארירן היימישע נייעס פון ארץ ישראל, קיין שמץ אמת פאלט נישט אריין דארט בטעות.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:46 pm
דורך ווער

- unnamed - 2024-08-21T134504.126.jpg (85.83 KiB) געזען געווארן 1213 מאל
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 9:27 am
דורך ווער

- IMG_6230.jpeg (196.24 KiB) געזען געווארן 1039 מאל
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 10:36 am
דורך דער תהלים איד
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 9:27 amIMG_6230.jpeg
זייער ווייטאגליך!
אבער דאס אז ער האט געטראפן א וועג טראמפ זאל זיין שולדיג... נו שוין... די צייטונג בלייבט די צייטונג ביז'ן לעצטן אטעם ועד בכלל...
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 2:26 pm
דורך שבת קודש
א גרויסע פארלוסט
בפרט פאר די עלטערע דור וואס קויפן עס שוין יארן
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 5:51 pm
דורך הדסים
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:26 pm
א גרויסע פארלוסט
בפרט פאר די עלטערע דור וואס קויפן עס שוין יארן
ווער ווייסט... אפשר וועלן זיי נאך איין טאג האלטן פון טראמפ...
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 3:24 pm
דורך מאיר שלום
מיינע צוויי צענט אויף די פארשליסונג.
זיי האבן לכאורה פארקויפט זייער ווייניג א ווואך במילא האבן זיי זיך נישט געקענט דעקן.
די סיבה פאר האבן א קליינע ליינער באזע איז עטליכע:
1) באלאנגט נישט צו קיין פארטיי
2) נייעס איז היינט נישט אינטרעסאנט צו ליינען, מ'הערט און מ'זעהט שוין גענוג איבער די וואך.
3) זייער ווייניג אינהאלט קאמפערד צו זיינע קאמפעטישענס.
4) אויסגעשפראכן קעגן טראמפ וואס אונזער ציבור גלייכט נישט.
5) ובמילא ווייניג אדווערטייזמענטס.
ס'איז באמת א פארלוסט, סיי צוליב די דזשורנאליזים און פראפעסינעל סטייל פון שרייבן וואס קיינער האט נישט געקענט ביטען, און סיי די אידישע צייט אפטיילונג וואס איז געווען א יחיד במינה אין די מארקעט.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 15, 2025 11:26 pm
דורך הרב_שלום
טראמפ איז שילדיג
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 10:34 pm
דורך kyocera
עס קומט יעצט אריין די גוטע נייעס אז די לאנגיעריגע די צייטונג וועט יא בלייבן אפען! נאך וואס עס איז אריין געקומען נייע געלט שותפים.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 11:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
kyocera האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 10:34 pm
עס קומט יעצט אריין די גוטע נייעס אז די לאנגיעריגע די צייטונג וועט יא בלייבן אפען! נאך וואס עס איז אריין געקומען נייע געלט שותפים.
די גוטע נייעס איז שוין אפאר מאל אריינגעקומען די וואך...
די שאלה איז אויב דו ווייסט עס קראנט.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 11:33 pm
דורך kyocera
Yes its confirmed
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 11:46 pm
דורך דעת קדשי
kyocera האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 11:33 pm
Yes its confirmed
א נאמען פון די אינוועסטער ביטע
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:14 am
דורך kyocera
the deal is that the name will stay Confidential its part of the contract
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:53 am
דורך הדסים
שמועות אז ס'שטעלט זיך צאם מיט די בלאט.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 8:59 am
דורך ווער

- 83cf52c1-2899-4c77-9645-520a07b3bda2.jpeg (134.48 KiB) געזען געווארן 366 מאל
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 10:06 am
דורך דער תהלים איד
די מענעדזשמענט פון "די צייטונג" איז אפיציעל געווארן איבערגענומען דורך ר' ברוך יודא שפיצער, דער מנהל פון די סאטמאר'ע מצה בעקעריי (מהר"א) אין וומסב"ג.
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 10:30 am
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 10:06 am
די מענעדזשמענט פון "די צייטונג" איז אפיציעל געווארן איבערגענומען דורך ר' ברוך יודא שפיצער, דער מנהל פון די סאטמאר'ע מצה בעקעריי (מהר"א) אין וומסב"ג.
ווען איז דער אינוועסטער?
Re: 'די צייטונג'
געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 10:32 am
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 10:06 am
די מענעדזשמענט פון "די צייטונג" איז אפיציעל געווארן איבערגענומען דורך ר' ברוך יודא שפיצער, דער מנהל פון די סאטמאר'ע מצה בעקעריי (מהר"א) אין וומסב"ג.
ער גיבט אויף די בעקערי?