בלאט 1 פון 2

נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:15 pm
דורך דאפלטער
אי"ה מיר גייען ווייטער מיט אויפבויען די אידישע היסטאריע ביינונז אויפן טישל,
דאס מאל וויל איך עפענען א שמועס איבער די זיסע נאסטאלגישע זכרונות פון בית המדרש בית יואל אדער וויאזוי מען רופט עס צווישן אנ"ש די "רעבעצען'ס שול",
א פלאץ וואס האט געווירבעלט מיט נערים עם זקנים, חן האט זיך געגאסן בשפע אין אלע ווינקלען ממש.
איך וועל אי"ה אהערשטעלן בילדער, און מיטן הילף פונעם עולם וועלן מיר אינאיינעם מפנח זיין, און מעלה זיין זכרונות פונעם שול.
*איין וויכטיגע זאך ביטע פירן די שמועס ווי אידטיש חברים מיט אן ערוואקסנקייט, אלע זייטיגע זאכן לאזן ביי זיך*
לאמיר זיך נעמען אין די האנט אריין און אנהייבן שטעלן סחורה!
געגאנגען....

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:17 pm
דורך דאפלטער
א זיסער שמועס טעם זקנים אויפן פארטש, מסתמא עפעס גוטע מעשיות נאך פון סאטמאר אינדערהיים.

פון רעכטס צו לינקס:
ר' פּילאָ פריינד,
רבי שלמה יעקב געלבמאן ז"ל, להבחל"ח רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג ,
רבי הערשל הסופר לויפער.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:37 pm
דורך חוקר
שכח @דאפלטער פארן כסדר אויפלעבן די היסטאריע ווינקל.
די בילד איז ציקער זיס.
פעלט נאר א רעקארדירונג פונעם שמועס...

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:48 pm
דורך דאפלטער
א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:49 pm
דורך דאפלטער
הגה"צ משארמאש זצ"ל לייגט תפלין פאר אן אייניקעל פון רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג (לינקס).
מערקט די נאסטאלגישע פאפיר אויפן וואנט...
ווען ווענט קענען ווען רעדן און פארציילן....
די שארמאשע מנין האט זיך דערנאך געצויגן קיין חרדים.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:51 pm
דורך חוקר
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:48 pm א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?
רבי נפתלי דוד לייטנער

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:01 am
דורך מאטאווירט
יישר כח @דאפלטער

זייער אינטערסאנט

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:41 am
דורך געצל
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:48 pm א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?

קוקט אויס א ל"ג בעומר סעודה, דער שארמאשער רב ז"ל האלט (לכאורה) דעם ספר הוד שבהוד

---

יישר כח פאר דעם אשכול!

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:54 am
דורך פשוטער איד
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:49 pm הגה"צ משארמאש זצ"ל לייגט תפלין פאר אן אייניקעל פון רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג (לינקס).
מערקט די נאסטאלגישע פאפיר אויפן וואנט...
ווען ווענט קענען ווען רעדן און פארציילן....
די שארמאשע מנין האט זיך דערנאך געצויגן קיין חרדים.
וואס הייסט שארמאשער מנין? עס איז דאך געווען/דא א שארמאשר ביהמ"ד?

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:57 am
דורך פשוטער איד
געצל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:41 am
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:48 pm א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?

קוקט אויס א ל"ג בעומר סעודה, דער שארמאשער רב ז"ל האלט (לכאורה) דעם ספר הוד שבהוד

---

יישר כח פאר דעם אשכול!
נישט מסתבר מאנטיוואדע רב זצ"ל איז ארויסגעקומען פאר א סעודות ל"ג בעומר

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:11 pm
דורך חוקר
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:54 am
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:49 pm הגה"צ משארמאש זצ"ל לייגט תפלין פאר אן אייניקעל פון רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג (לינקס).
מערקט די נאסטאלגישע פאפיר אויפן וואנט...
ווען ווענט קענען ווען רעדן און פארציילן....
די שארמאשע מנין האט זיך דערנאך געצויגן קיין חרדים.
וואס הייסט שארמאשער מנין? עס איז דאך געווען/דא א שארמאשר ביהמ"ד?
ער פלעגט דארט דאווענען אין די וואכן, שפעטער אין חרדים, ווען ער האט געהאט א ברית וכדומה פלעגט ער צימאל גיין אין זיין בית המדרש.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:21 pm
דורך ירחמיאל מאניש
עכט עכט אינטערסאנט
שכ"ח @דאפלטער

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:30 pm
דורך Programming
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:57 am
געצל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:41 am
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:48 pm א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?

קוקט אויס א ל"ג בעומר סעודה, דער שארמאשער רב ז"ל האלט (לכאורה) דעם ספר הוד שבהוד

---

יישר כח פאר דעם אשכול!
נישט מסתבר מאנטיוואדע רב זצ"ל איז ארויסגעקומען פאר א סעודות ל"ג בעומר
וואס הייסט נישט מסתבר? עס האט פאסירט מער ווי איינמאל

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:40 pm
דורך געצל
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:57 am
געצל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:41 am
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:48 pm א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?

קוקט אויס א ל"ג בעומר סעודה, דער שארמאשער רב ז"ל האלט (לכאורה) דעם ספר הוד שבהוד

---

יישר כח פאר דעם אשכול!
נישט מסתבר מאנטיוואדע רב זצ"ל איז ארויסגעקומען פאר א סעודות ל"ג בעומר

אפשר ביזטו מיר מסביר די ווייסע העמדער פון די קינדער פאר א יארצייט סעודה?

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:05 pm
דורך חוקר
1996

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:27 pm
דורך דאפלטער
רבי לייבעלע גליק און רבי פייוועל ווייס ז''ל , ר' יצחק יונה לאנדא, ר' שלמה טירנויער און נאך.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:22 pm
דורך קלמי קאהן
איי די זכרונות קומען ארויף...
אין די שול האסטו געהאט פול מיט לייבן פונעם רבינס גווארדיע,
רבי יוסל אשכנזי משב"ק
רבי שמעון ווייס
רבי לייבעלע גליק
אפילו רבי שלמה יענקל ז''ל
און פיל נאך.
א שול מלא טעם.
די תיקון ולחיים אויפן פארטש און אינעם קאווע שטיבל.
רבי מיכעלע'ס באזוך
סקולענע רביס באזוך
די סעודות אינעם שאטער
אפילו די האנטיכער אינטען אינעם חצר...
איך וועל פראבירען צו לייגן אביסל זכרונות.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:26 pm
דורך קלמי קאהן
דארט איז מסתמא געווען די גרעסטע צוזאמקום פון פאפקארן קוטשמעס אינטער איין דאך...

די בנין פאר זיך האט געהאט א חן.
די פארטש, די חצר, און אלע שטיבלעך, לא זה כהרי זה, די ארגינעלקייט האט געשריגן פון אלע זייטן .
עס פלעגט זיין קביעותדיגע בעלי תפילה און מנינים.
די שארמאשע מנין
די נעבליצע מנין
אפילו די שפעטע שפיטיווקא מנין.
יעדער האט זיך געטראפן די פלאץ אין זיין ווינקל.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:30 pm
דורך קלמי קאהן
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:17 pm א זיסער שמועס טעם זקנים אויפן פארטש, מסתמא עפעס גוטע מעשיות נאך פון סאטמאר אינדערהיים.

פון רעכטס צו לינקס:
ר' פּילאָ פריינד,
רבי שלמה יעקב געלבמאן ז"ל, להבחל"ח רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג ,
רבי הערשל הסופר לויפער.
"פילא" ווי מען פלעגט אים רופן בלשון חיבה, איז געווען אויסגעקאכט אין אלע פארבארגענע מעשיות און פרשיות, אין א גוטע מינוט פלעגן די אינגע זיך קענען צוהערן צו די שמועסערייען און הנאה האבן פון א גוטע מעשה...

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:32 pm
דורך קלמי קאהן
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:49 pm הגה"צ משארמאש זצ"ל לייגט תפלין פאר אן אייניקעל פון רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג (לינקס).
מערקט די נאסטאלגישע פאפיר אויפן וואנט...
ווען ווענט קענען ווען רעדן און פארציילן....
די שארמאשע מנין האט זיך דערנאך געצויגן קיין חרדים.
די תפילין לייגענס איז פארגעקומען כמעט יעדן טאג, דאס מיטצוהאלטן איז געווען א הנאה פאר זיך.
די רב מיט זיינע שמועסן און הדרכות.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:35 pm
דורך דאפלטער
קלמי קאהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:26 pm דארט איז מסתמא געווען די גרעסטע צוזאמקום פון פאפקארן קוטשמעס אינטער איין דאך...

די בנין פאר זיך האט געהאט א חן.
די פארטש, די חצר, און אלע שטיבלעך, לא זה כהרי זה, די ארגינעלקייט האט געשריגן פון אלע זייטן .
עס פלעגט זיין קביעותדיגע בעלי תפילה און מנינים.
די שארמאשע מנין
די נעבליצע מנין
אפילו די שפעטע שפיטיווקא מנין.
יעדער האט זיך געטראפן די פלאץ אין זיין ווינקל.
און ווי האלט מיר היינט... שארמאש און נעבליץ האבן געמאכט שבת פאר זיך און דער שפעטיווקער וכת דילי' זענען אריבערגעקומען מיט מיר קיין חרדים...

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:42 pm
דורך דאפלטער
הרה"ח רבי מאיר דייטש שליט"א משב"ק, אויפן פארטש, ביים ארום גיין נאך געלט כדרכו בקודש.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 6:00 am
דורך שמעלקא
ש'כח @דאפלטער, אינטערעסאנט צו ליינען.

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:30 am
דורך חוקר
@דאפלטער עפעס פרישע סחורה?

Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:37 pm
דורך קלמי קאהן
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:42 pm הרה"ח רבי מאיר דייטש שליט"א משב"ק, אויפן פארטש, ביים ארום גיין נאך געלט כדרכו בקודש.
דאס איז געווען א טעגליכע ערשיינונג