בלאט 1 פון 3

קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 6:28 pm
דורך דער תהלים איד
די לעצטע צוויי טעג איז נישט דא קיין קאמפיוטערס אין עזר!

איך האב דערווייל נישט קיין אינפא פון עזר זעלבסט, איך וועל פרובירן שפעטער אדער מארגן. ביזדערווייל ווייס איך נאר פון שטוב, אז מ'האט געקאלט נעכטן קענסלען אן אפוןינטמענט, זאגנדיג אז אלע קאמפיוטער זענען "דאון", און מען קעסלט אלעס! אויסער "סיק וויזיטס" נעמט מען אן, מיט פען און פעיפער...

היינט האט זי פרובירט צו רופן און די פאון סיסטעם איז אויך געווען דאון.

ס'דערמאנט מיר פון די "מעייני הישועה" העקעריי. אבער איך גלויב שווער אז רוסלאנד זוכט קרית יואל דייקא...

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:45 pm
דורך דער תהלים איד
כהאב יעצט אנגעפרעגט אן איינגעשטעלטער (נאכנישט אנגעקומען העכער...) און ער זאגט אז ס'איז אויסדרוקליך 'נישט' קיין העקינג, נאר א נעטווארק קראך, א קאמפיוטער קרעש, און לויט אים איז עס שוין מער ווייניגער מסודר.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:32 pm
דורך פאלאטשעק
זייער אינטערסאנט וואס דא קומט פאר די סיסטעם איז אראפ פאר 2 גאנצע טעג....
סיי די פאון און סיי די קאמפיוטער סיסטעם.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:10 am
דורך שמח
IMG_20230920_000952_210.jpg
IMG_20230920_000952_210.jpg (81.61 KiB) געזען געווארן 2120 מאל

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:10 am
דורך פאלאטשעק
די פאון סיסטעם ארבעט שוין געהעריג. אבער נעטווארק איז נאך אלס נישט צוריק געשטעלט, קיין איין דעפארטמענט האט נאכנישט קיין עקסעס.

ס’איז מיז בכלל נישט זיין קיין העקעריי ס’קען זיין אז א געוויסע אפדעיט האט פשוט געהאט א דורכפאל.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:59 am
דורך דער תהלים איד
כהאב יעצט איבערגעפרעגט, ס'איז נאכנישט אינגאנצן מסודר, אבער ס'שוין נאנט צו ווערן מסודר. די טעקנישן טיעם האט נעכטן געארבעט 15 שעה ברציפות, און זיי האפן אז היינט אינמיטן טאג זאלן זיי דערגרייכן דעם פולן דורכברוך.

נאכאמאל, זיי זאגן אז ס'איז קלאר 'נישט' קיין העקעריי, נאר א קרעש.

יעצט ארבעט די פאון סיסטעם אז אנשטאט זאלסט אויסוועלן אויטאמאטיש א עקסטענשן, הייבט פשוט א מענטש אויף (כמובן מערערע מענטשן) און יענער פרעגט דיר וועלכע דעפארטמענט דו זכוסט און ער טרענספערט.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:14 am
דורך פאלאטשעק
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:59 am כהאב יעצט איבערגעפרעגט, ס'איז נאכנישט אינגאנצן מסודר, אבער ס'שוין נאנט צו ווערן מסודר. די טעקנישן טיעם האט נעכטן געארבעט 15 שעה ברציפות, און זיי האפן אז היינט אינמיטן טאג זאלן זיי דערגרייכן דעם פולן דורכברוך.

נאכאמאל, זיי זאגן אז ס'איז קלאר 'נישט' קיין העקעריי, נאר א קרעש.

יעצט ארבעט די פאון סיסטעם אז אנשטאט זאלסט אויסוועלן אויטאמאטיש א עקסטענשן, הייבט פשוט א מענטש אויף (כמובן מערערע מענטשן) און יענער פרעגט דיר וועלכע דעפארטמענט דו זכוסט און ער טרענספערט.
איך פארשטיי אז די עקסטענשאנס האבן שוין יא געארבעט היינט אינדערפרי.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:05 am
דורך בערל דער פייפער
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:59 am כהאב יעצט איבערגעפרעגט, ס'איז נאכנישט אינגאנצן מסודר, אבער ס'שוין נאנט צו ווערן מסודר. די טעקנישן טיעם האט נעכטן געארבעט 15 שעה ברציפות, און זיי האפן אז היינט אינמיטן טאג זאלן זיי דערגרייכן דעם פולן דורכברוך.

נאכאמאל, זיי זאגן אז ס'איז קלאר 'נישט' קיין העקעריי, נאר א קרעש.

יעצט ארבעט די פאון סיסטעם אז אנשטאט זאלסט אויסוועלן אויטאמאטיש א עקסטענשן, הייבט פשוט א מענטש אויף (כמובן מערערע מענטשן) און יענער פרעגט דיר וועלכע דעפארטמענט דו זכוסט און ער טרענספערט.
וועל מיר זען...

מיין שכן א ארבעטער אין די אדמענסטראציע אפיס זאגט אז עס איז יא א העקינג רעמסאם ווירוס, לעגאל מיזן זיי מעלדן ביז 90 טעג,

דרך אגב נאך א גרויסע היימישע פורנטשער קאמפעני האט אויך געהאט,

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:56 pm
דורך אלכסנדר נחמן
איך האב אויכעט געהערט פון גאר קראנטע מקורות אז עס איז געווען א העקעריי

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:04 pm
דורך חוקר
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:56 pm איך האב אויכעט געהערט פון גאר קראנטע מקורות אז עס איז געווען א העקעריי
וכן אני שמעתי את העקתם

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:23 pm
דורך שבת קודש
חוקר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:04 pm
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:56 pm איך האב אויכעט געהערט פון גאר קראנטע מקורות אז עס איז געווען א העקעריי
וכן אני שמעתי את העקתם
זיי האבן געבעטן געלט? וויפיל?

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:41 pm
דורך דער תהלים איד
יאפ, ס'האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט אז ס'איז 'יא' געווען א געהעריגע העקינג אטאקע.

ס'איז נעכטן אריין אונטער א הויכראנגיקע אינוועסטיגעישן.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:32 pm
דורך ירושלים
כמיין אז בדרך כלל מיט העקערס גיט מען זיי דאס געלט וואס זיי בעטן אויב סשייך

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:37 pm
דורך Yankel
@מנהלים מקען שוין אראפנעמען די קוועשטען מארק פון די קעפל

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:42 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
אין וועלכע שטאט געפונט זיך "עזר"?

איז שוין אלעס צוריק מסודר??

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:12 pm
דורך שמח
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:42 pm אין וועלכע שטאט געפונט זיך "עזר"?

איז שוין אלעס צוריק מסודר??
אין קרית יואל

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:56 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:12 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:42 pm אין וועלכע שטאט געפונט זיך "עזר"?

איז שוין אלעס צוריק מסודר??
אין קרית יואל
אינטערסאנט פארוואס אויף אזא אלטוועלטליכע סייט, וואס האט שרייבער פון אלע שטעט און לענדער צוגלייך, האט מען נישט געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן וועלכע שטאט "עזר" איז....

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים)

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:14 am
דורך מאטאווירט
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:56 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:12 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:42 pm אין וועלכע שטאט געפונט זיך "עזר"?

איז שוין אלעס צוריק מסודר??
אין קרית יואל
אינטערסאנט פארוואס אויף אזא אלטוועלטליכע סייט, וואס האט שרייבער פון אלע שטעט און לענדער צוגלייך, האט מען נישט געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן וועלכע שטאט "עזר" איז....
נאכמער איז אינטערסאנט אז מ'האט יא געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן איינגערינגלט דעם אלטן נאמען.

איך מיין אז די דערמאנטע פאקטן טראגן אונז א טריט נענטער צו דערגיין ווער די העקער זענען און וואס זענען געווען זייערע מאטיוון.

די "עף בי איי", די "יו ען", די "או סי די", און די "וואגנער גרופע", דארפן ווען ווערן איינגעשפאנט צו פארשן דעם פענאמען און די מיסטריעזע ערשיינונגען אויף אידטיש.

@רעגענדיגע זונטאג עס רעגנט נישט היינט! אטעם רואיגער פליז...

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר"? (עזרת חולים)

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 10:16 am
דורך לך לך
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:41 pm יאפ, ס'האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט אז ס'איז 'יא' געווען א געהעריגע העקינג אטאקע.

ס'איז נעכטן אריין אונטער א הויכראנגיקע אינוועסטיגעישן.
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:59 am כהאב יעצט איבערגעפרעגט, ס'איז נאכנישט אינגאנצן מסודר, אבער ס'שוין נאנט צו ווערן מסודר. די טעקנישן טיעם האט נעכטן געארבעט 15 שעה ברציפות, און זיי האפן אז היינט אינמיטן טאג זאלן זיי דערגרייכן דעם פולן דורכברוך.

נאכאמאל, זיי זאגן אז ס'איז קלאר 'נישט' קיין העקעריי, נאר א קרעש.

יעצט ארבעט די פאון סיסטעם אז אנשטאט זאלסט אויסוועלן אויטאמאטיש א עקסטענשן, הייבט פשוט א מענטש אויף (כמובן מערערע מענטשן) און יענער פרעגט דיר וועלכע דעפארטמענט דו זכוסט און ער טרענספערט.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים)

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:41 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
מאטאווירט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:14 am
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:56 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:12 pm

אין קרית יואל
אינטערסאנט פארוואס אויף אזא אלטוועלטליכע סייט, וואס האט שרייבער פון אלע שטעט און לענדער צוגלייך, האט מען נישט געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן וועלכע שטאט "עזר" איז....
נאכמער איז אינטערסאנט אז מ'האט יא געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן איינגערינגלט דעם אלטן נאמען.

איך מיין אז די דערמאנטע פאקטן טראגן אונז א טריט נענטער צו דערגיין ווער די העקער זענען און וואס זענען געווען זייערע מאטיוון.

די "עף בי איי", די "יו ען", די "או סי די", און די "וואגנער גרופע", דארפן ווען ווערן איינגעשפאנט צו פארשן דעם פענאמען און די מיסטריעזע ערשיינונגען אויף אידטיש.

@רעגענדיגע זונטאג עס רעגנט נישט היינט! אטעם רואיגער פליז...
וואס באדערט דיר??

איך האב געפרעגט א סימפל קשיא.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים)

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:01 pm
דורך דער תהלים איד
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:41 pm וואס באדערט דיר??

איך האב געפרעגט א סימפל קשיא.

איך טראכט אז אים באדערט פארוואס האסטעך פונקט דא אזוי פארלייגט... ס'דא אזעלכע אשכולות טעגליך וואס דער פותח כאפט נישט אז ער דארף זאגן די שטאט:

RCC קאמפלעקס'

בראדוועי מצה בעקעריי

אווענט דורך נייע "מפעל הבריאות"

וכהנה רבות...

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:35 pm
דורך וואסאפשט
היינט אפגעשטאט א ווויזיט ביי א דאקטער אין עזרת חולים עס הערשט דארט א טאטאלע כאאס
אלעס גייט מיט פען און פאפיר ממש ווי און די אלטע היים

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 1:57 am
דורך פאלאטשעק
די קרית יואל’ע זשורנאל ברענגט די נייעס, זיי שרייבן אז מ’האפט בקרוב זאל אלעס ווערן צוריק געשטעלט.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:36 pm
דורך דזשימי קארטער
פאלאטשעק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 1:57 am די קרית יואל’ע זשורנאל ברענגט די נייעס, זיי שרייבן אז מ’האפט בקרוב זאל אלעס ווערן צוריק געשטעלט.

Re: קאמפיוטער העקעריי אין "עזר" (עזרת חולים) קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:30 pm
דורך שרייב מיין קינד
זעט אויס מען האט אויפגעגעבן אויף די אלטע קאמפיוטערס און העקערס,
געזען געווארן אנקומען א ריזיגע לאוד נייע קאמפיוטערס היינט אין עזרת חולים