בלאט 1 פון 4

נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:40 pm
דורך יום טוב
היינט זאגט מיר איינער אז אויף וואטסעפפ סטטוס קומט ארויף א קאננעקשן צו אלע טריפהנע מידיע נעצן וואס שיינט צו זיין א סכנה גדולה און א נייע דענדזשער זאון פון וואטסעפפ

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:45 pm
דורך דער תהלים איד
יאפ, ס'קוקט אויס אז וואטסעפפ גייט מוזן ארויסגיין פון טעגליכן באנוץ ביי חרדישע אידן.

חוץ אויב די פילטערס וועלן טרעפן א וועג צו בלאקן די נייע עדישאנס.

בעצם רעדט זיך עס פון א סיורטש, אז מ'קען דארט עפענען אקאונטס פון אנדערע צו זען. פונקט ווי אינסטעגרעם וכו'. דאס הייסט אז וואטסעפפ האט פארלוירן זיין אייגנארטיקייט אז מ'זעט נאר איינעם וואס מען פאללאוט.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:45 pm
דורך שמעון
וואטסעפ האט אנגעהויבן א טשענעל אפציע, פילטערס האבן שוין באוויזן עס צו בלאקירן.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:48 pm
דורך דער תהלים איד
אזוי? נישט געהערט.

וועלכע? די היימישע פילטערס?

אגב, שלום עליכם @שמעון!

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:04 pm
דורך מסתמא
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:48 pm אזוי? נישט געהערט.

וועלכע? די היימישע פילטערס?

אגב, שלום עליכם @שמעון!
איך האב גדר, דערווייל איז עס שוין אטאמאטיש געבלאקט אויף מיין פערסאנאל וואטסעפפ און נאכנישט אויף די ביזנעס וואטסעפפ. זיי האלטן עס נאך אינמיטן אויספיגערן אדער אימפלעמענטן.

אוי דארף מען מכיר טוב זיין אונזערע פילטער קאמפעניס, מקען זיך נישט רירן אן זיי און בלייבן אן ערליכער איד.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:51 pm
דורך בא יבא
וואטסעפפ איז אלץ געווען א מצב סכנה פאר א יוד וואס וויל בלייבן ריין און ערליך

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:33 pm
דורך טיפע טאשן
Update Regarding WhatsApp Channels

Dear Geder Customer,

We're aware that WhatsApp recently rolled out a new feature called "Channels." To maintain a secure and appropriate digital environment, we are actively working on removing this specific feature while retaining the app's other functionalities. We have successfully managed this on WhatsApp Web, and our engineering team is diligently working to do the same for Android and iOS platforms.

We understand that many of you rely on WhatsApp for various communication needs. Our goal is to resolve this challenge in a way that maintains your access to WhatsApp's key features. However, if you wish to take caution and shift to an alternative platform, please reach out to our support team to have WhatsApp blocked on your device.

We will keep you updated as progress is made on this matter. We remain committed to ensuring your digital experience is safe and aligned with your values.

Thank you for your continued trust in Geder.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:12 pm
דורך טייטלבוים
ווי איך זעה עס אין די ביזנעס וועלטעל ווי איך דריי מיך זענען רוב ביזנעס קאמיונקאציעס אויף וואטסעפ בעיקר צווישן אידן, נאך קיינמאל געהאט א גוי זאל מיך בעטן א דאקומענט אויף וואטסעפ אלעס גייט אויף אימעיל.

אז די עכטע צורך פאר וואטסעפ אין ביזנעס איז צווישן אידן קען מען פשוט אריבערגיין צו א צווייטע עפפ.

מיר ארבעטן יעצט אויף א גרופע ביזנעס לייט וואס זאלן אריבערגיין צו די signal עפפ וואס גיט גאר א ענליכע פלעטפארמע צו וואטסעפ

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm
דורך טיפע טאשן
טייטלבוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:12 pm ווי איך זעה עס אין די ביזנעס וועלטעל ווי איך דריי מיך זענען רוב ביזנעס קאמיונקאציעס אויף וואטסעפ בעיקר צווישן אידן, נאך קיינמאל געהאט א גוי זאל מיך בעטן א דאקומענט אויף וואטסעפ אלעס גייט אויף אימעיל.

אז די עכטע צורך פאר וואטסעפ אין ביזנעס איז צווישן אידן קען מען פשוט אריבערגיין צו א צווייטע עפפ.

מיר ארבעטן יעצט אויף א גרופע ביזנעס לייט וואס זאלן אריבערגיין צו די signal עפפ וואס גיט גאר א ענליכע פלעטפארמע צו וואטסעפ
פארוואס נישט טעלגרעם?

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am
דורך טייטלבוים
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm

די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:06 am
דורך יום טוב
בא יבא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:51 pm וואטסעפפ איז אלץ געווען א מצב סכנה פאר א יוד וואס וויל בלייבן ריין און ערליך
אמת ויציב הלוואי וואלט מען בכלל נישט געדארפט צוקומען דערצו

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:20 am
דורך דער תהלים איד
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm
טייטלבוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:12 pm ווי איך זעה עס אין די ביזנעס וועלטעל ווי איך דריי מיך זענען רוב ביזנעס קאמיונקאציעס אויף וואטסעפ בעיקר צווישן אידן, נאך קיינמאל געהאט א גוי זאל מיך בעטן א דאקומענט אויף וואטסעפ אלעס גייט אויף אימעיל.

אז די עכטע צורך פאר וואטסעפ אין ביזנעס איז צווישן אידן קען מען פשוט אריבערגיין צו א צווייטע עפפ.

מיר ארבעטן יעצט אויף א גרופע ביזנעס לייט וואס זאלן אריבערגיין צו די signal עפפ וואס גיט גאר א ענליכע פלעטפארמע צו וואטסעפ
פארוואס נישט טעלגרעם?
די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
קען זיין איך גיי רעדן ווי א מן הארץ, ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ, אבער מיט מיין נייע POM פאון מיין איך אז די פשוטע טעקסט מעסעדזשעס קענען רעפלעיסן די מעין פיטשער פון וואטסעפפ.

האסט סיי א טאטש קיבארד, און סיי א קנעפל צו רעקארדן.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:31 am
דורך יום טוב
איך האב גראדע ליידער יא וואטסעפפ והאמת אגיד אז איך בין ב"ה שטארק אפגעהיטן פון גרופס און סטעטוס למיניהם אבער הלואי איך וואלט אזוי געוואלט אז וואטסעפ זאל ארויסגיין פון באנוץ ביים היימישן ציבור ווייל די חורבנות און סכנה דערפון איז פחדים און איך וואלט זייער נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן דאס פארמאגן

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:09 am
דורך טיפע טאשן
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm
טייטלבוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:12 pm ווי איך זעה עס אין די ביזנעס וועלטעל ווי איך דריי מיך זענען רוב ביזנעס קאמיונקאציעס אויף וואטסעפ בעיקר צווישן אידן, נאך קיינמאל געהאט א גוי זאל מיך בעטן א דאקומענט אויף וואטסעפ אלעס גייט אויף אימעיל.

אז די עכטע צורך פאר וואטסעפ אין ביזנעס איז צווישן אידן קען מען פשוט אריבערגיין צו א צווייטע עפפ.

מיר ארבעטן יעצט אויף א גרופע ביזנעס לייט וואס זאלן אריבערגיין צו די signal עפפ וואס גיט גאר א ענליכע פלעטפארמע צו וואטסעפ
פארוואס נישט טעלגרעם?
די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
דערפאר איז דא TelOChat

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:24 pm
דורך טייטלבוים
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:09 am
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm

פארוואס נישט טעלגרעם?
די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
דערפאר איז דא TelOChat
ריכטיג

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:25 pm
דורך טייטלבוים
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:20 am
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm

פארוואס נישט טעלגרעם?
די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
קען זיין איך גיי רעדן ווי א מן הארץ, ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ, אבער מיט מיין נייע POM פאון מיין איך אז די פשוטע טעקסט מעסעדזשעס קענען רעפלעיסן די מעין פיטשער פון וואטסעפפ.

האסט סיי א טאטש קיבארד, און סיי א קנעפל צו רעקארדן.
נישט עכט

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:48 pm
דורך צפרא טבא
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:25 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:20 am
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am

די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
קען זיין איך גיי רעדן ווי א מן הארץ, ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ, אבער מיט מיין נייע POM פאון מיין איך אז די פשוטע טעקסט מעסעדזשעס קענען רעפלעיסן די מעין פיטשער פון וואטסעפפ.

האסט סיי א טאטש קיבארד, און סיי א קנעפל צו רעקארדן.
נישט עכט
עס האט עטליכע גוטע פיוטעשערס
והעיקר שנעלע וואויס נאויטס
אבער וואטסעפפ האט נאך עטליכע פיוטשערס וואס אויף טעקסט איז עס נישט דא
1 צו זעהן צו יענער האט עס באקומען-געליינט
2 צו ציטירן א מעססעדזש
אבער דאס וואלט נאך מיט געגאנגען הגם עס איז גוטע פיוטשערס אבער מענטשן וואלטן עס נאך מוחל געוען
וואטסעפפ איז געבויעט צו שלעפן די מענטשן דערצו און מאכן אז מען זאל ווערן אדיקטעט צו עס
וועגן דעם ווילן עס מענטשן נישט אויף געבן!
האט גארנישט מיט די פיוטשערס

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:14 pm
דורך בורר
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:20 am
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm

פארוואס נישט טעלגרעם?
די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
קען זיין איך גיי רעדן ווי א מן הארץ, ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ, אבער מיט מיין נייע POM פאון מיין איך אז די פשוטע טעקסט מעסעדזשעס קענען רעפלעיסן די מעין פיטשער פון וואטסעפפ.

האסט סיי א טאטש קיבארד, און סיי א קנעפל צו רעקארדן.
ווען יעדער האט די זעלבע מין סעלפאון וואלט מען געקענט דן זיין אויב עס איז גלייך צו וואטסעפפ,
ווען יעדער האט אן אנדערע סעלפאון דארף מען האבן אן עפפ וואס מען קען דאונלאדען איבעראל.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:16 pm
דורך העלדיש
בורר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:14 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:20 am
טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:16 am

די גאנצע פראבלעם וואס גייט יעצט פאר איז אז וואטסעפ איז געווארן ווי טעלעגרעם אז מ’קען זוכן טשענעלס.

טעלעגרעם איז די ערגסטע עפפ וואס איז דא (אידישקייט ווייז)
קען זיין איך גיי רעדן ווי א מן הארץ, ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ, אבער מיט מיין נייע POM פאון מיין איך אז די פשוטע טעקסט מעסעדזשעס קענען רעפלעיסן די מעין פיטשער פון וואטסעפפ.

האסט סיי א טאטש קיבארד, און סיי א קנעפל צו רעקארדן.
ווען יעדער האט די זעלבע מין סעלפאון וואלט מען געקענט דן זיין אויב עס איז גלייך צו וואטסעפפ,
ווען יעדער האט אן אנדערע סעלפאון דארף מען האבן אן עפפ וואס מען קען דאונלאדען איבעראל.
ס'איז דא גענוג אין נאך עפפס וואס האבן נאך די זעלבע זאכן ווי וואטסעפפ.
ס'איז פשוט זייער שווער צו טוישן שווערע טויזענטער מענטשן

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:34 pm
דורך וואוילער
וואטס עפפ האט גרופעס וואס טעקסט האט נישט געהעריג

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:38 pm
דורך בורר
העלדיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:16 pm
בורר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:14 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:20 am

קען זיין איך גיי רעדן ווי א מן הארץ, ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ, אבער מיט מיין נייע POM פאון מיין איך אז די פשוטע טעקסט מעסעדזשעס קענען רעפלעיסן די מעין פיטשער פון וואטסעפפ.

האסט סיי א טאטש קיבארד, און סיי א קנעפל צו רעקארדן.
ווען יעדער האט די זעלבע מין סעלפאון וואלט מען געקענט דן זיין אויב עס איז גלייך צו וואטסעפפ,
ווען יעדער האט אן אנדערע סעלפאון דארף מען האבן אן עפפ וואס מען קען דאונלאדען איבעראל.
ס'איז דא גענוג אין נאך עפפס וואס האבן נאך די זעלבע זאכן ווי וואטסעפפ.
ס'איז פשוט זייער שווער צו טוישן שווערע טויזענטער מענטשן
יא גערעכט
(האסט געזען די תגובה אויף וואס איך האב מיר באצויגן?)

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:22 am
דורך בן מלך
טייטלבוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:12 pm ווי איך זעה עס אין די ביזנעס וועלטעל ווי איך דריי מיך זענען רוב ביזנעס קאמיונקאציעס אויף וואטסעפ בעיקר צווישן אידן, נאך קיינמאל געהאט א גוי זאל מיך בעטן א דאקומענט אויף וואטסעפ אלעס גייט אויף אימעיל.

אז די עכטע צורך פאר וואטסעפ אין ביזנעס איז צווישן אידן קען מען פשוט אריבערגיין צו א צווייטע עפפ.

מיר ארבעטן יעצט אויף א גרופע ביזנעס לייט וואס זאלן אריבערגיין צו די signal עפפ וואס גיט גאר א ענליכע פלעטפארמע צו וואטסעפ
גוים האבן א קאמפליעט דיפרענט צוגאנג צו ביזנעס. העסט כמעט נישט באקומען אימעילס פון גוים נאך זעקס אזייגער… אזוי אויך האט כמעט יעדע גוי עקס, טיקטאק, אינסטעגראם, מיט א ריזיגע אפענע אינטערנעט. פאר אים איז וואטסעפפ א נארישע און צוריקגעשטאנענע סאושעל מידיא עפפ.

ביטע נישט פארגלייכן. הלאוי קען מען טוישן אונזער אלגעמיינע וואטסעפפ באנוץ אבער צו נוצן די טענה אז ״אפילו די גוי דארף עס נישט״ איז זייער פארפירעריש.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:50 am
דורך נקודות טובות
בא יבא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:51 pm וואטסעפפ איז אלץ געווען א מצב סכנה פאר א יוד וואס וויל בלייבן ריין און ערליך
מצב סכנה פאר א איד וואס וויל בלייבן ריין און ערליך?
איך נוץ וואטסאפ שוין עטליכע יאר, איך בין נישט אויפגעסיינט אויף קיין שום גראפ'ס, נייעס, וכדו'. אפילו מיין משפחה וואטסאפ גראפ בין איך נישט אויפגעסיינט. ווען איך וויל זעהן נייעס קוק איך אויף די דיירעקטע וועבסייט. וכן שאפפינג דיעלס, וכדו'. משפחה נוץ איך גרופ מי.
ווער עס וויל קען נוצען וואטסעפ אן קיין שום סכנות מער ווי טעקסט מעסעדזש.

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:13 am
דורך טייטלבוים
בן מלך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:22 am
טייטלבוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:12 pm ווי איך זעה עס אין די ביזנעס וועלטעל ווי איך דריי מיך זענען רוב ביזנעס קאמיונקאציעס אויף וואטסעפ בעיקר צווישן אידן, נאך קיינמאל געהאט א גוי זאל מיך בעטן א דאקומענט אויף וואטסעפ אלעס גייט אויף אימעיל.

אז די עכטע צורך פאר וואטסעפ אין ביזנעס איז צווישן אידן קען מען פשוט אריבערגיין צו א צווייטע עפפ.

מיר ארבעטן יעצט אויף א גרופע ביזנעס לייט וואס זאלן אריבערגיין צו די signal עפפ וואס גיט גאר א ענליכע פלעטפארמע צו וואטסעפ
גוים האבן א קאמפליעט דיפרענט צוגאנג צו ביזנעס. העסט כמעט נישט באקומען אימעילס פון גוים נאך זעקס אזייגער… אזוי אויך האט כמעט יעדע גוי עקס, טיקטאק, אינסטעגראם, מיט א ריזיגע אפענע אינטערנעט. פאר אים איז וואטסעפפ א נארישע און צוריקגעשטאנענע סאושעל מידיא עפפ.

ביטע נישט פארגלייכן. הלאוי קען מען טוישן אונזער אלגעמיינע וואטסעפפ באנוץ אבער צו נוצן די טענה אז ״אפילו די גוי דארף עס נישט״ איז זייער פארפירעריש.
וואו האט איר געזען אין מיינע רייד אזא טענה?

Re: נייע מצב סכנה מיט וואטסעפפ

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:38 am
דורך בן תורה
נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:50 am
בא יבא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:51 pm וואטסעפפ איז אלץ געווען א מצב סכנה פאר א יוד וואס וויל בלייבן ריין און ערליך
מצב סכנה פאר א איד וואס וויל בלייבן ריין און ערליך?
איך נוץ וואטסאפ שוין עטליכע יאר, איך בין נישט אויפגעסיינט אויף קיין שום גראפ'ס, נייעס, וכדו'. אפילו מיין משפחה וואטסאפ גראפ בין איך נישט אויפגעסיינט. ווען איך וויל זעהן נייעס קוק איך אויף די דיירעקטע וועבסייט. וכן שאפפינג דיעלס, וכדו'. משפחה נוץ איך גרופ מי.
ווער עס וויל קען נוצען וואטסעפ אן קיין שום סכנות מער ווי טעקסט מעסעדזש.
די שאלה איז צו די מעזשארעטי באנוצער פון וואטסעפפ נוצן עס אזויווי דו, כמיין אז די ענטפער דערויף איז אז נישט. דאס מיינט סאיז יא א מצב סכנה פאר א יוד און נאר א איד וואס איז גאר שטארק ביי זיך וואס ער וויל, דער קען זיך האלטן שטארק.