רבי עקיבא איז געבוירן געווארן פארן חורבן בית המקדש, נישט קלאר פונקטלעך ווען, אבער ארום פופציג-זעכציג יאר פארן חורבן. צו זיין פאטער יוסף וואס איז געווען א גר צדק. מבני בניו של סיסרא.
ר' עקיבא האט געוואוינט אין בני ברק, און איז געווען א חבר פון, ר' אלעזר בן עזריה, שמעון בן ננס, שמעון בן זומה, שמעון בן עזאי, ועוד הרבה.
ר' עקיבא איז געווען א תלמיד מובהק פון ר' אליעזר ור' יהושע. און ווי אויך האט ר' עקיבא מקבל געווען פון נחום איש גמזו, בית שמאי (שיטת רש''י), רבן גמליאל, און ר' טרפון, ר' דוסא בן הרכינס, רבי נחוניא בן הקנה וואס איז געווען זיין רבי אין קבלה.
די גמרא פארציילט די גרויסע יוחס מיט וואס זיינע רבי'ס האבן זיך צו אים באנומען, אז איינמאל איז ר' עקיבא געקומען שפעט אין בית המדרש, האבן זיינע רבי'ס נישט געוואלט פסק'נען ווען ער איז נישט דארט געווען, זאגענדיג, תורה מבחוץ, הלכה מבחוץ.
אזוי אויך איז דער רמב''ם מסביר אז צוליב דעם האט ר' יהושע אנגערופן ר' עקיבא א תלמיד פון ר' יוחנן בן זכאי, ווען אין אמת'ען איז נישט געווען אזוי נאר ר' יהושע איז געווען א תלמיד פוןן ר' יוחנן בן זכאי. וויבאלד ר' יהושע האט געהאט געוואלט מיט דעם הייבן די כבוד פון ר' עקיבא.
אזוי אויך האט אמאל זיין רבי ר' טרפון געזאגט אוף אים, עקיבא כל הפורש ממך כפורש מן החיים. און אין א צווייטע געלעגענהייט האט ער זיך אויסגעדריקט אז וואויל איז פאר אברהם אבינו אז ר' עקיבא איז פון זיינע קינדער.
ר' דוסא בן הורכינס ווען ער האט זיך געטראפען די ערשטע מאל מיט ר' עקיבא האט ער אים געזאגט. אתה הוא עקיבא בן יוסך ששמך הולך מסוף העולם ועד סופו? שב בני שב, כמותך ירבו בישראל. און נאכדעם האט ער צוגעלייגט, אתה הוא עקיבא ששמך הולך מסוף העולם ועד סופו, אשריך שזיכת לשם.
התנא רבי עקיבא, בעל מחבר ספר אותיות דר' עקיבא - י' תשרי
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1892
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5242

!!!Make yidtish great again

Re: התנא רבי עקיבא בעל מחבר ספר אותיות דר' עקיבא - יארצייט י' תשרי
קורות חייו
ווי באקאנט איז דער ר' עקיבא געווען אן עם הארץ ביז די פערציג יאר. און ווי די גמרא זאגט אין פסחים מט: האט ר' עקיבא געזאגט. כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור.
ר' עקיבא האט אין די אינגע יארן געפאשעט די שאף פון דעם באקאנטען עושר בן כלבא שבוע. ווען רחל דער טאכטער פון בן כלבא שבוע האט געזעהן די גוטע מידות פון ר' עקיבא, האט זי אים געפרעגט אויב ער איז גרייט צו גיין לערנען תורה, און זי וועט מיט אים חתונה האבן. ר' עקיבא האט נישט געהאלטן אז ער קען בכלל זיך אונטער נעמען אזא זאך, שוין זייענדיג פערציג יאר אלט. אבער ווען ער האט איין טאג געזעהן ווי עס טראפט וואסער אויף א שטיין. און נאך א לאנגע צייט טראפן, האט די וואסער באוויזען צו לעכערן די שטיין. האט רבי עקיבא ארויסגעלערנט פון דעם, אז אויב וואסער וואס איז ווייעך קען לעכערן א הארטע שטיין. איז זיכער אז דברי תורה וואס איז קשין כברזל, קען זיכער לעכערן א הארץ וואס באשטייט פון בלויז בלוט און פלייש.
האט רבי עקיבא געזאגט פאר רחל, יא איך בין גרייט זיך אונטער צונעמען צו גיין אין בית המדרש. און רחל האט תיכף מסכים געווען, און גענומען קידושין פון רבי עקיבא.
ווי נאר בן כלבא שבוע האט געזעהן וועמען זיין טאכטער האט גענומען, האט עס אים זייער וויי געטוהן אז זי האט גענומען אזא עם הארץ. און ער האט איר מדיר הנאה געווען פון זיינע נכסים.
רבי עקיבא מיט רחל האבן חתונה געהאט, און וויבאלד זיי זענען געבליבען אן קיין פרוטה, און עס איז געווען א קאלטע ווינטער. זענען זיי געווען געצווינגען צו וואוינען אין די שטוב ווי מען האט געהאלטן שטרוי פאר די בהמות. די גמרא פארציילט אז רבי עקיבא האט יעדן אינדערפרי געדארפט ארויסקלויבן די שטרוי פון די האר פון זיין ווייב. בשעת'ן רייניגען די שטרוי פון איר האר, האט ער איר געזאגט. ווען איך האב ווען געלט וואלט איך דיר געקויפט א ירושלים של זהב (א מין טייערע תכשיט וואס פרויען פלעגן גיין מיט דעם) און ווי די גמרא פארציילט, אין שבת אז ר' עקיבא שפעטער ווען ער איז שוין גרויס געווארן, האט ער איר טאקע געקויפט איינס.
איין נאכט האט זיך אליהו הנביא פארשטעלט פאר אן ארעמאן. און האט געקלאפט אויפן טיר וואו רבי עקיבא מיט רחל האבן זיך אויפגעהאלטן, און האט זיי געבעטן אביסעל שטרוי זאגענדיג. אז זיין ווייב האט די נאכט געהאט א קינד, און ער האט נישט קיין שטרוי וואו אראפצולייגען דעם קינד. אזוי האט אים אליהו געוואלט טרייסטען אז עס זענען דא ערגערע ווי אים, און אז כאטש שטרוי האט ער יא.
א יאר נאך די חתונה האט רחל געזאגט פאר רבי עקיבא. אז יעצט איז געקומען די צייט וואס ער דארף מקיים זיין דעם תנאי, און ער דארף גיין אין בית המדרש. רבי עקיבא איז טאקע געגאנגען אין בית המדרש, און געבעטן א מלמד זאל אים אויסערנען אל''ף בי''ת. דער מלמד האט טאקע מיט אים געלערנט אל''ף בי''ת, און אויך גאנץ תורה שבכתב. (פאר פרנסה האט ר' עקיבא געהאקט האלץ).
נאכדעם וואס רבי עקיבא האט שוין געקענט גאנץ תורה שבכתב, האט ער געפרעגט זיין ווייב רשות אויב ער קען גיין צום בית המדרש פון ר' אליעזר און ר' יהושע צו לערנען פון זיי תורה. זי האט אים תיכף געגעבן רשות צו אוועקגיין פאר צוועלף יאר. און זי פלעגט פארקויפן אירע האר כדי צו לעזן איר דחקות, און אזוי פארדינט אפאר דאלער.
צוועלף יאר איז רבי עקיבא געזיצען אין בית המדרש פון ר' אליזר ור' יהושע, און ווען די צוועלף יאר האט זיך גענדיגט, איז רבי עקיבא אהיים געקומען. שטייענדיג ביים טיר האט ער געהערט ווי אזוי איינער טשעפעט זיין פרוי זאגענדיג, ''דיין טאטע האט גוט געטוהן מיטן דיר מדיר זיין פון זיין געלט. ווייל קודם כל איז דיין מאן ווער ער איז, און ווי אויך וויבאלד ער האט דיך איבערגעלאזט אן אלמנה פאר צוועלעף יאר''. האט רחל נישט וויסענדיג אז איר מאן שטייט אונטערן טיר גענטפערט פאר יענעם, אז ווען מיין מאן זאל מיך פאלגען בלייבט ער ווען לערנען נאך צוועלעף יאר.
אזוי ווי רבי עקיבא האט דאס געהערט האט ער זיך תיכף צוריק געדרייעט און פארבליבען נאך צוועלף יאר אין בית המדרש. ווען די צווייטע צוועלף יאר איז אריבער איז ער צוריק אהיים געקומען, אבער מיט א באגלייטונג פון פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים. ווען זיין פרוי האט אים געזעהן איז זי געפאלן צו זיין פיס און עס געקישט. די תלמידים וואס האבן דאס געזעהן האבן נישט וויסענדיג ווער זי איז איר געוואלט אוועקטראגען פון שטח. האט רבי עקיבא געזאגט, לאזט איר אפ. ווייל מיין גאנצע תורה און ווי אויך אייער גאנצע תורה איז אלעס נאר בזכותה.
די גמרא פארציילט אז די בן כלבא שבוע האט זיך דערוויסט אז עס איז געקומען אן אדם חשוב אין שטאט. האט ער נאכן צוזעהן די צער פון זיין טאכטער רחל ווי אוזי זי לעבט אין אזא ארעמקייט. האט ער זיך געוואלט גיין מתיר נדר זיין, כדי ער זאל איר קענען געבן געלט. ווען ער האט פארציילט פאר רבי עקיבא זיין פראבלעם, האט אים רבי עקיבא געפרעגט. ווען דו זאלסט ווען וויסען אז דיין איידעם ווערן א תלמיד חכם וואלסטו אויך אזוי געטוהן? האט ער דעזאגט, אודאי נישט. אפילו ווען ער זאל ווען קענען איין הלכה וואלט איך אזוי נישט געטוהן, מיין איידעם קען אבער איין הלכה אויך נישט. דא האט זיך רבי עקיבא פאר אים אנפלעט, זאגענדיג איך בין דיין איידעם.
ווי נאר בן כלבא שבוע האט דאס געהערט, איז ער אים געפאלן צו די פיס. און האט תיכף צוטיילט זיין פארמעגן אין צווייען, און האט געגעבן איין האלב פאר רבי עקיבא. (צו פארשטיין פון וואס מען רעדט דא. די גמרא פארציילט אז בן כלבא שבוע איז געווען איינער פון די דריי עשירים וואס פארן חורבן הבית האבן זיי גענומען אויף זיך אויסצוהאלטן דעם גאנצען שטאט ירושלים פאר צוויי און צוואנציג יאר. און די גמרא אין נדרים פארציילט אונז נאך פינף מקורות פון וואו ר' עקיבא האט באקומען זיין עשירות, וואס פון דעם קענען מיר זיך נאר פארשטעלן אז אויב איז די געלט פון זיין שווער געווען נאר איינס פון זעקס אופנים פון ווי אזוי רבי עקבא האט באקומען זיין געלט, וואספארא עושר רבי עקיבא איז געווען)

גדלות רבי עקיבא.
ר' יוחנן זאגט אין מסכת עירובין, אז לבן של ראשונים איז געווען כפתחו של אולם (צוואנציג אמות) און לבן של אחרונים איז נאר געווען כפיתחו של היכל (צען אמות) און אונזערע הערצער זענען בלויז ווי די לאך פון א מחט. און די גמרא זאגט דארט אז ראשונים גייט ארויף אויף ר' עקיבא.
די גמרא פארציילט אז ר' עקיבא האט געדרש'ענט כל את'ין שבתורה. און ווי די משנה זאגט אין סוטה, משמת ר' עקיבא בטל כבוד התורה. ווייל ער פלעגט דרש'נען על כל קוץ וקוץ תילי הלכות. און מיט דעם האט ער געוויזען אז קיין איין ווארט אין די תורה איז נישט איבריג. און אזוי אויך זאגט די גמרא דארט אז משמת ר' עקיבא בטלו זרועי תורה, ונסתמו מעיינות החכמה.
די גמרא זאגט אין פסחים אז ר' עקיבא האט קיינמאל נישט געזאגט הגיע עת לעמוד פון בית המדרש, חוץ פון ערב פסח און ערב יום כיפור. און אזוי אויך ווערט פארציילט אין מסכת שמחות אז אפילו ווען זיין זוהן האט געהאלטן פארן שטארבן איז ער געווען מיט די תפילין און געלערנט, ביז נאכן יציאת נשמה.
די גמרא זאגט אין מנחות כט אז תשש כוחו של משה ווען ער האט געזעהן רבי עקיבא פארלערנען פאר זיינע תלמידים. און האט געבעטן דעם אויבערשטען זאל געבן די תורה דורך אים.
די גמרא פארציילט אז פיר זענען אריין געגאנגען לפרדס, ר' עקיבא, בן עזאי, בן זומא, און אחר. און נאר ר' עקיבא איז פון דארט ארויסגעקומען בשלום.
די גמרא פארציילט סוף קידושין ווי אזוי די יצר הרע האט זיך געוואלט פארלייגן אויף ר' עקיבא, און עס איז ארויסגעגאנגען א בת קול הזהרו ברבי עקיבא ותורתו.

תלמידיו.
ווי באקאנט זענען די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון ר' עקיבא נפטר געווארן, און רבי עקיבא האט זיך געשאפן נייע תלמידים. ר' מאיר, ר' יהודה, ר' יוסי, ר' שמעון, ר' אלעזר בן שמוע, ר' יוחנן הסנדלר, ר' אליעזר בן יעקב.
די גמרא זאגט אין סנהדרין. סתם מתניתין רבי מאיר, סתם תוספתא ר' נחמיא, סתם ספרא ר' יהודה, סתם ספרי ר' שמעון. וכולהו אליבא דר' עקיבא. וואס פון דעם זעהען מיר אז ממש די גאנצע תורה וואס מיר האבן היינט איז מפיו של ר' עקיבא. און אין ספרי שטייט אז ווען נישט ר' עקיבא וואלט חלילה די תורה נשתכח געווארן.

מידותיו.
די גמרא פארציילט אויף רבי עקיבא אז ער איז געווען א גבאי צדקה.
די גמרא פארציילט אז ווען רבי עקיבא האט געדאווענט, האט מען אים איבער געלאזט אויף איין זייט בית המדרש, און ווען ער האט גענדיגט דאווענען האט מען אים געטראפען ביים צווייטען זייט בית המדרש. (ער פלעגט מאכן אסאך כריעות והשתחויות פון זיין גרויס דביקות, און ער האט נישט געשפירט אז ער רוקט זיך) אבער ווען ער פלעגט דאווענען פארן עמוד האט ער שטארק מקצר געווען מפני טירחא דציבורא.
אזוי אויך פארציילט די גמרא, אז די תפילות פון ר' עקיבא זענען אנגענומען געווארן, ווייל ער איז געווען א מעביר על מידותיו.
און אזוי אויך ווי געשריבען אויבן איז זיינע גוטע מידות געווען די סיבה פארוואס רחל האט מיט אים געוואלט חתונה האבן.
און אזוי זעהען מיר טאקע אז רבי עקיבא איז דער בעל המימרא פון ואהבת לרעך כמוך, זה כלל גדול בתורה.

משפחתו.
די גמרא פארציילט אז רבי עקיבא האט שפעטער חתונה געהאט מיט די ווייב פון טרונוסרופות הרשע וואס האט זיך מגייר געווען.
אין גמרא פסחים שטייט אז רבי עקיבא האט געהאט א זוהן וואס האט געהייסן ר' יהושע, און לשיטת רש''י איז דאס געווען ר' יהושע בן קרחה. ווי מען זעהט אז מען האט אנגערופן רבי עקיבא קרח. ווי די גמרא זאגט אין בכורות אז בן עזאי האט געזאגט כל חכמי ישראל לפני כקליפת השום חוץ מן הקרח הזה. און דאס איז געווען צוליב דעם וואס די האר פון קאפ זענען אים געווען אויסעפליקט. אדער ווייל ווען די חכמים פלעגן זיך מפלפל זיין בתורה האט ער יעדן צופליקט בפלפולו.
אין ירושלמי ברכות פארציילט די גמרא איבער די חתונה פון ר' שמעון בן ר' עקיבא.
די גמרא אין שבת פארציילט אז ר' יהושע בן כפוסאי איז געווען אן איידעם ביי ר' עקיבא.
לויט איין דעה אין די גמרא איז בן עזאי געווען אן איידעם ביי רבי עקיבא. (צום סוף האט זיך בן עזאי ג'גט וויבאלד ער איז געווען נפשו חשקה בתורה, און איז נישט געווען מסוגל חתונה צו האבן)

עשרה הרוגי מלכות.
די גמרא פארציילט אין פסחים אז אמאל ביי א שארפע מחלוקה צוושען ר' אליעזר מיט ר' עקיבא, האט זיך ר' אליעזר אויסגעדריקט. ''עקיבא בשחיטה השבתני, בשחוטה תהא מיתתך''
אין די גמרא סנהדרין פארציילט די גמרא אז פאר ר' אליעזר איז נסתלק געווארן, זענען זיינע תלמידים אריינגעקומען צו אים לערנען תורה. האט ער געזאגט תמיה אני אם ימותו מיתת עצמן. (ווייל זיי זענען נישט געקומען פריער) און פאר ר' עקיבא האט ער געזאגט, שלך קשה משלהן.
דער בן יהוידע איז מסביר, אז ר' אליעזר האט שוין פאראויסגעזעהן די טראגישע פטירה פון די עשרה הרוגי מלכות, און האט זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי זענען נישט געקומען פריער לערנען ביי אים תורה, וואס מיט דעם וואלט די זכות התורה געקענט מגין זיין.
נאך די מרידה פון בר כוכבא, האט די מלכות זיך שטארק פארלייגט אויף די אידן, און האט נישט געלאזט לערנען קיין תורה.
ר' עקיבא האט זיך אבער מוסר נפש געווען צו לערנען תורה, און די רומיים האבן אים אריינגעזעצט אין תפיסה.
ר' יהושע הגרסי איז כסדר געקמען באזוכען ר' עקיבא אין תפיסה. אזוי אויך האט ר' יוחנן הסנדלר געלערנט תורה פון ר' עקיבא דורך די פענסטער פון תפיסה, ווען ער מיט ר' עקיבא פלעגן זיך מאכן ווי זיי שמועסן סתם, און דער שומר התפיסה האט נישט געכאפט ווי אין זייערע ווערטער ליגט באהאלטן תורה.
די גמרא פארציילט אז ר' יהושע הגרסי פלעגט ברענגן וואסער פאר ר' עקיבא יעדן טאג, כדי צו טרינקען און זיך וואשען נטילת ידים. איימאל האט די שומר חושד געווען אז ער ברענגט ציפיל וואסער וויבאלד ר' עקיבא ווילמיט דעם קענען אונטערגראבען און אנטלויפן. האט ער אויסגעגאסען האלב.
פארציילט די גמרא אז ר' עקיבא האט יענעם טאג נישט געטרינקען נאר גענוצט דאס וואסער פאר נטילת ידים. און אויף די פראגע פון ר' יהושע אז אויב ניצט ער די וואסער פאר נטילת ידים וועט ער נישט האבן קיין וואסער צו טרינקען. האט ער געזאגט, אז מיינע חברים האבן מתקן געווען אז מען דארף זיך וואשען פארן עסן (נטילת ידים דרבנן) און איך קען נישט עובר זיין אויף זייערע ווערטער.
שפעטער האט מען גענומען ר' עקיבא, און מען האט אים געקעמט די הויט מיט אייזן. פונקט דאן איז געווען זמן קיראת שמע, און ר' עקיבא האט אנגעהויבן ליינען קריאת שמע, און האט געשמייכלט. האט אים טרוסרופוס הרשע געפרעגט, וואס ער שמייכעלט האט אים ר' עקיבא געזאגט. ''כל ימי הייתי קורא את הפסוק ואהבת את ד' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך אהבתי אותו בכל לבי, ואהבתי אותו בכל ממוני, ולא ידעתי אם אוכל לאהוב אותו בכל נפשי. והיגיע זמן קריאת שמע ואין בליבי ספק, אני קורא קריאת שמע ושמח''
אין ילקוט שמעוני שטייט אז ר' יהושע הגרסי איז נישט געווען אנוועזנט בשעת הריגת ר' עקיבא. איז אליהו הנביא געקומען אים זאגן, און צוזאמען האבן זיי זיך מטפל געווען מיט די גוף פון רבי עקיבא, און אים געברענגט לקבורה. ווען זיי האבן אים געוואלט אריין לייגן אין מערה, האבן זיי געזען ווי עס איז אנגעגרייט א בעט, א מנורה, מיט א בעט. האבן זיי ארויף געלייגט רבי עקיבא אויפן בעט, און ווי נאר זיי זענען ארויס האט זיך די מערה פארמאכט פון זיך אליינס.
נפטר ביום כיפור, ומנחתו כבוד בטבריה. תנצב''ה זי''ע.

- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: התנא רבי עקיבא בעל מחבר ספר אותיות דר' עקיבא - יארצייט י' תשרי
WOW,WOW,WOW
אזוי שיין, כמותך ירבו ב'אידטיש'.
אזוי שיין, כמותך ירבו ב'אידטיש'.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 378
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 844
Re: התנא רבי עקיבא בעל מחבר ספר אותיות דר' עקיבא - יארצייט י' תשרי
גם אני מצטרף.
סאיז הערליך צו זעהן וויאזוי מאיז איז פארנומען אין די נושאים פון אידישע היסטאריע און תולדות פון אונזערע חכמי הדורות.
כמובן אז מדארף ספעציעל מכיר טוב זיין פאר די מזכי הרבים, אייך הרב @מירון און דער פותח האשכול הרב @נקודת טובות און נאך וועלכע בארייכערן די פארום