בלאט 1 פון 1
נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:50 pm
דורך שבת קודש
דרשו גרייט זיך צו גרינדערען א נייע לימוד ''עמוד היומי'' א שטייגער ווי ''דף היומי'', די התחלה גייט זיין קומענדיגן ר''ח חשון תשפ''ד,
עס ווערט געגרינדט צום הונדערט'סטן יאר פון גרינדוג פונעם דף היומי' די הכרזה גייט זיין אויפן זעלבן מקום ווי ר' מאיר שפירא זצ''ל האט געמאכט די הכרזה אויפן לימוד דף היומי,
קען מען דן זיין אויב דאס גייט אריינגיין אין די זעלבע קאטאגריע ווי די דף היומי וואס אסאך גדולי ישראל בעפאר די מלחמה און נאך מלחמה זענען געווען דערקעגן צוליב וואס דאס איז געווען א חיזוק פאר אגודת ישראל, פון איין זייט איז דאס א גענצליכע נייע לימוד אבער פון די צווייטע זייט איז דאס א תולדה פונעם דף היומי,
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 3:47 pm
דורך דאפלטער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:50 pm
דרשו גרייט זיך צו גרינדערען א נייע לימוד ''עמוד היומי'' א שטייגער ווי ''דף היומי'', די התחלה גייט זיין קומענדיגן ר''ח חשון תשפ''ד,
עס ווערט געגרינדט צום הונדערט'סטן יאר פון גרינדוג פונעם דף היומי' די הכרזה גייט זיין אויפן זעלבן מקום ווי ר' מאיר שפירא זצ''ל האט געמאכט די הכרזה אויפן לימוד דף היומי,
קען מען דן זיין אויב דאס גייט אריינגיין אין די זעלבע קאטאגריע ווי די דף היומי וואס אסאך גדולי ישראל בעפאר די מלחמה און נאך מלחמה זענען געווען דערקעגן צוליב וואס דאס איז געווען א חיזוק פאר אגודת ישראל, פון איין זייט איז דאס א גענצליכע נייע לימוד אבער פון די צווייטע זייט איז דאס א תולדה פונעם דף היומי,
יעדע זאך וואס איז התחברות איז חזיר
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:11 pm
דורך קטןודל
התחברות צו וואס?
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:34 pm
דורך דער תהלים איד
דעתי העני': דאס איז זיכער נישט ווי דף היומי, וואס איז געווען אין די רעכטע קרייזן אפגעפרעגט אלס חלק פון אגודת ישראל.
אבער, היות דאס איז א חבורה, עס גייט פראווען סיומים אינאיינעם וכדו', און דאס איז כולל אלע קרייזן, איז מן הסברא אז סאטמאר רב ז"ל וואלט נישט געוואלט אז סאטמארע אידן זאלן לערנען אין דעם חבורה.
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 8:17 pm
דורך מהודר
קומט א מאסיווער סיום מסכת ברכות והתחלת מסכת שבת אין ארמון האטעל
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:42 pm
דורך שבת קודש
מהודר האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 8:17 pm
קומט א מאסיווער סיום מסכת ברכות והתחלת מסכת שבת אין ארמון האטעל
זעה איך אז הרב שמעון זאב מייזליש שליט''א איז דארטן געווען נואם הכבוד
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:49 pm
דורך כא כא כא
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:42 pm
מהודר האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 8:17 pm
קומט א מאסיווער סיום מסכת ברכות והתחלת מסכת שבת אין ארמון האטעל
זעה איך אז הרב שמעון זאב מייזליש שליט''א איז דארטן געווען נואם הכבוד
זיך נאכפרעגענדיג פאר דעם ביי ערליכע סאטמארע אידן צו ס׳איז א סתירה מיט סאטמאר
אלע האבן געזאגט אז אדרבה, עמוד יומי איז א סתירה מיט דף היומי...
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 3:05 pm
דורך מהודר
א גראנדיעזע מעמד קבלת שבת קומט פאר היינט נאכט אין פרודענטשעל סענטער אין ניוארק ניו דזשערזי מיט די באטיילעגונג פון ארום דרייסיג טויזענט אידען אפצוצייכענען התחלת לימוד משנה ברורה חלק ג' במסגרת דף היומי בהלכה און לימוד מסכת שבת במסגרת עמוד יומי, א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט, איך האף אי"ה זיך צו באטייליגען
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 3:11 pm
דורך פשוט און גראד
מהודר האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 3:05 pm
א גראנדיעזע מעמד קבלת שבת קומט פאר היינט נאכט אין פרודענטשעל סענטער אין ניוארק ניו דזשערזי מיט די באטיילעגונג פון ארום דרייסיג טויזענט אידען אפצוצייכענען התחלת לימוד משנה ברורה חלק ג' במסגרת דף היומי בהלכה און לימוד מסכת שבת במסגרת עמוד יומי, א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט, איך האף אי"ה זיך צו באטייליגען
דארף אן עקסטער אשכול?
בהצלחה..
לאז גריסן אינזערע ברידערס פון.. וואטעווער..
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 10:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער מעמד היינט אין פרודענשל.
Re: נייע לימוד ''עמוד היומי'' ווערט געגרינדעט דורך ''דרשו''
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 8:44 pm
דורך מהודר
בעסער שפעט ווי קיינמאל מסכת עירובן באאאמט אריין מיטן פילן קראפט רבותי כאפטס אייך מיט מיטן באן אם לא עכשיו אימתי