בלאט 1 פון 2

וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 3:06 am
דורך טראפקעלע
פיייייייייר גאנצע טעג!!

וואס איז אייער פלאן, ווי גייט מען? אויב בכלל.

איר קענט וועלן ביז 4 אפציעס.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:20 am
דורך וואוילער
ביי אונז איז די סדר יעדע חול המועד אז מ'קויפט נייע טויס מיט בוקס, וואס בלייבט צו נוצן אויף א גאנץ יאר, און מ'האט הנאה אינדערהיים.
אביסל גייט מען צו א פארק אדער ריידס.

פארשטייט זיך אז סוכות קומט צו די סוכה באזוכעצס, זיידע באבע, שמחות בית השואבה, לערנען וכו'

לעצטע פאר חוה״מ'ס האמיר געקוקט די ביהמ״ק גלעזער.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:46 am
דורך טובי' שרייבער
די סיבה פארוואס כ'האב נישט אזוי ליב צו גיין צו פלעצער חול המועד איז, ווייל אלעס איז זייער פיל און אנגעשטאפט.

דעריבער וועל איך רוב מאל משלים זיין א וואך נאך יום טוב, ווייל דעמאלטס איז אלעס ליידיג. (און ס'איז דא נאך מענטשן וואס טוהען אזוי.)

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:52 am
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:20 am ביי אונז איז די סדר יעדע חול המועד אז מ'קויפט נייע טויס מיט בוקס, וואס בלייבט צו נוצן אויף א גאנץ יאר, און מ'האט הנאה אינדערהיים.
וואויל איז צו דיר און דיין פאמיליע, דאס הייסט געפראוועט א חול המועד.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:55 pm
דורך ענותן

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:25 pm
דורך אביסל צו שפעט
ענותן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:55 pm צום קעפל:
ראזענבערג'ס לייבערי
נו... פאסט נישט...

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:27 pm
דורך דער תהלים איד
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:52 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:20 am ביי אונז איז די סדר יעדע חול המועד אז מ'קויפט נייע טויס מיט בוקס, וואס בלייבט צו נוצן אויף א גאנץ יאר, און מ'האט הנאה אינדערהיים.
וואויל איז צו דיר און דיין פאמיליע, דאס הייסט געפראוועט א חול המועד.
אוי הלואי.

די קינדער ווערן דאך אזוי אנגערייצט הערנדיג אז יענער םפארט דארט און דער פארט דא, דער קאזין, דער שכן, די חברטע, אא"וו.

חוה"מ איז איין צייט ווען איך קלער "אוי, א שאד איך האב א אויטא".

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:07 am
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:27 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:52 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:20 am ביי אונז איז די סדר יעדע חול המועד אז מ'קויפט נייע טויס מיט בוקס, וואס בלייבט צו נוצן אויף א גאנץ יאר, און מ'האט הנאה אינדערהיים.
וואויל איז צו דיר און דיין פאמיליע, דאס הייסט געפראוועט א חול המועד.
אוי הלואי.

די קינדער ווערן דאך אזוי אנגערייצט הערנדיג אז יענער םפארט דארט און דער פארט דא, דער קאזין, דער שכן, די חברטע, אא"וו.

חוה"מ איז איין צייט ווען איך קלער "אוי, א שאד איך האב א אויטא".
רייץ איז א פראבלעם א גאנץ יאר, און כמעט ביי יעדע זאך.
מיט די רואיגקייט פון די עלטערן, און די שמחה וואס מ'ברענגט אריין אן די אלע זאכן, ברענגט די קינדער אויף מיין זייט.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:06 pm
דורך טראפקעלע
זייט די יעזורי ביכל קומט ארויס טרעפט מען ב"ה פיינע פלעצער צוגיין פאר אלע יארגענג

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:29 pm
דורך נאכנישט
זייער געוואלט בלייבן אינדערהיים אבער מיין שטוב וויל יא ארויס גיין
פריי איך מיר עס צי טין פאר איר

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:56 am
דורך טראפקעלע
הייסט שיינע וועטערס פאר אלע פיר טעג

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:31 pm
דורך וואוילער
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:56 am הייסט שיינע וועטערס פאר אלע פיר טעג
אז מ'בויעט די סוכה אין די רעגן, זאל כאטש סוכות זיין שיין!

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:20 pm
דורך דער תהלים איד
כהאב פארגעשלאגן פאר די קינדער די עצה פון גיין אין א טויס געשעפט איינקויפן מיט די זעלבע געלט ווי ס'וואלט געקאסט א טריפ...

ס'איז געווארן אראפגעוואוט מיט (-) קעגן 0.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:37 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:20 pm כהאב פארגעשלאגן פאר די קינדער די עצה פון גיין אין א טויס געשעפט איינקויפן מיט די זעלבע געלט ווי ס'וואלט געקאסט א טריפ...

ס'איז געווארן אראפגעוואוט מיט (-) קעגן 0.
די ערשטע טעות איז צו פרעגן...
ווייסן זיי דען וואס זיי וועלן באמת הנאה האבן?

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 12:04 pm
דורך טראפקעלע
למעשה, ווי פאר מיר?

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:00 pm
דורך וואוילער
ביי משפחת ***** האט מען שוין אנגעפאנגען אינדזויען די נייע בוקס און טויס די ערשטע טעג יו״ט, אזא נחת צו זעהן ווי די חברה מאכן א לעבן, אזא אחדות (עה, דעס איז נאר געוועהן א דזאוק), יעדן טאג נעמט מען ארויס איין אדער צוויי נייע זאכן, ווי למשל [לדוגמא]:
לאנגע מעשיות בוק.
קאמיקס בוק.
ברעיני מעיז.
נאך מעגנעט טיילס.
מענטשעלעך.
דאלי עקסעסעריעס.
טשאטשקעלעך.
בארד געים.
קארד געימס.
קארפעט מיט קארעלעך/באסעס/עראפלען.
וכו'.

די מערסטע צייט און אריינגעטוהן איז מען אין די פיצי נער'ישע טויס, נישט מיט די מעכטיגע זאכן!

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:04 pm
דורך וואוילער
היינט האט מען פארברענגט א לאנגע פרישטאג צוזאמען, נאכדעם געגאנגען אין פארק, די טאטע מיט די אינגלעך אין שול פאר א האלבע שעה, און יעצט דא...

מיינסט טאקע?
כ'זיך אויך ווי צו גיין מארגן...

אבער סוכות קען מען גיין באזוכן די סוכות פון די פעטערס, חברים.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:23 pm
דורך טובי' שרייבער
שווער צו טרעפן עפעס וואס זאל זיין אינטרעסאנט פאר אלע עידזשעס...

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:19 am
דורך באשיינפערליך
א גרוס פון נייעגרא פאלס…

וויפיל פארטרעטער האט איד-טיש דא?

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:57 pm
דורך וואוילער
באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:19 am א גרוס פון נייעגרא פאלס…

וויפיל פארטרעטער האט איד-טיש דא?
געטראכט פון פארן, אבער דאס בני בית וויל נישט.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:18 am
דורך באשיינפערליך
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:57 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:19 am א גרוס פון נייעגרא פאלס…

וויפיל פארטרעטער האט איד-טיש דא?
געטראכט פון פארן, אבער דאס בני בית וויל נישט.
זיי נישט אזוי טרויעריג, אביסל (אסאך) צו פול דא!!

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 6:07 pm
דורך וואוילער
די חידוש פונעם היינטיגן טאג
viewtopic.php?t=804

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 3:07 am
דורך טראפקעלע
א געשמאקע חוה"מ געווען ב"ה!

זיך אויסגעליפטערט/געבארדערט מיט די קינדערלעך ב"ה!!

למעשה געווען ביי דראמאדי, ריידס, פארם, באזוכן זיידעס, אין א דאלער סטאר ווי די קינדער האבן זיך געקענט וועלן א שמאנצקעלע... ועוד...

הצלחה

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 11:36 am
דורך בערל דער פייפער
איין טאג געגאנגען וויזעטען די באבעס,

און איין טאג געטראגן די ווייב און קינדער צו א טאנצען פלאץ.

Re: וואו גייט איר חוה"מ האלטן? (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:03 pm
דורך וואלף
קומטס אריין מיט די פלענער