רבי ישראל ליפשיץ, בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - ג' תשרי תקמ"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2134
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6453

רבי ישראל ליפשיץ, בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - ג' תשרי תקמ"ב

פאוסט דורך נקודות טובות »

ער איז געבוירן געווארן אין יאר תקמ''ב, אין שטאט OBRZYCKO (א שטאט וואס האט יעדע פופצען מינוט געהערט פאר א צווייטע לאנד, כנוסח פולין) צו זיין פאטער ר' גדליה. זיין טאטע האט געדינט אלץ רב בכמה קהילת קדושת בישראל. אבער אין די צייט ווער ר' ישראל איז געבוירן, האט ער געדינט אלץ רב דארט אין OBRZYCKO. זיין טאטע האט אסאך עוסק געווען אין לימוד און פירש המשניות, און האט אויך ארויסגעגעבן ספרים אויף דעם.

ר' ישראל געווען א תלמיד פון זיין טאטע ר' גדליה. און אזוי אויך איז זיין טאטע ר' גדליה געווען א תלמיד פון זיין טאטע, ר' ישראל.

דער ר' ישראל, דהיינו דער זיידע פון דעם תפארת ישראל. האט געוואוינט אין שטאט קליווא, און איז געווען דארט דער מרא דאתרא. דער ר' ישראל (זיידע) איז געווען די מסדר הגט הנקרא ''דער גט מקליווא'' א גט וואס האט געפירט צו א גאר היציגע מחלוקה צווישען די גדולים בימים ההם. א שטייגער ווי דער נודע ביהודה, ר' יעקב עמדין, ר' שאול אמסטרדם, ועוד.


בערך אין יאר תקע''ח, איז ר' ישראל אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט WRONKI (אין פולין). און האט דארט געדינט אלץ רב ביז יאר תקצ''ג. אן ערך פון פופצען יאר.
פינף יאר שפעטער, נאך אלץ זייענדיג רב אין ורונקי, איז ער מטעם הממשלה געווארן אויפגענומען אלץ סגן רב איבערן גאנצען לאנד. א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן פאר זעקס יאר.

שפעטער אין יאר תקצ''ג, נאך דעם וואס זיין טאטע איז אוועק. איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אויף זיין טאטעס פלאץ אין שטאט CHODZIEZ (פולין).
אין יאר תקצ''ט, איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט דעסאו. וואס איז געווען א היבש השכלה'דיגע שטאט. זייענדיג די וואוין ארט פון משה מעדלסאון.

ווען ער האט איבערגענומען דאס רבנות אין דעסאו. האט ער געוואלט אז זיין זוהן ר' ברוך יצחק זאל איבערנעמען דאס רבנות אין חאדזשען, און דאס איז אויסגעשטאנען גרויס קעגנערשאפט פון הגאון ר' עקיבא איגר. צוליב דעם וואס זיין זוהן איז אלט געווען דעמאלט בלויז איין אין צוואנציג יאר. און דאס האט געפירט צו א שטיקעל פארברייטערטע מחלוקה.

שפעטער איז ער געווארן רב אין שטאט דאנציג. און דארט האט ער אנגעהאלטן דאס רבנות פאסטען עד יומו האחרון.


ער האט זיך געשריבען מיט כמה וכמה גדולים בימים ההם. אריינגערעכנט די גרעסטע גדולים בימים ההם. א שטייגער ווי ר' עקיבא איגר, און דער חתם סופר.
חוץ פון זיין גדלות בתורה, איז ר' ישראל געווען באקאנט אלץ א גאר גרויסער עסקן. ער האט זיך אפגעגבן מיטן שלום מאכן צווישען אנדערע קהלות, ער האט אוועקגעשטעלט מצה בעקערייען, א בית הדפוס. און אויך געהאט אונטער זיך א גרויסע צדקה קאסע. ער האט אויך געפירט א מלחמה כבידה מיט די רעפארמער.



סיי ווער עס האט אמאל געלערנט משניות, האט זיך שוין באגעגענט מיט די הפלא'דיגע פירוש תפארת ישראל (יכין בועז)
זיין ערשטע חלק פון תפארת ישראל האט ער געדריקט אין יאר תק''צ. און דאס האט אינהאלטן אין זיך דער פירוש אויף סדר זרעים – זרע אמונה. און דער פירוש אויף סדר טהרות – טעם ודעת. דערנאך אין יאר תר''ג האט ער געדריקט אויף סדר מועד – דבר בעתו, און אויך אויף סדר נשים – חוסן רב. צוויי יאר שפעטער, תר''ה. איז ארויסגעקומען אויף סדר נזיקין - כוס ישועות. און שפעטער אין יאר תר''י, סדר קדשים – חכמת אלוקים.

די נעמען פון די ספרים זענען געבויט אויף די גמרא אין שבת. אמר ריש לקיש מאי דכתיב והיה אמונת עתיך חוסן ישועות חכמת ודעת. אמונת זה סדר זרעים עתיך זה סדר מועד חוסן זה סדר נשים ישועות זה סדר נזיקין חכמת זה סדר קדשים ודעת זה סדר טהרות.


אין זיין ספר תפארת ישראל אויף משניות, האט ער מפרש פשט אין די משנה. און ווי אויך האט ער געשריבען דארט זיינע חידושים אויף משניות. א זאך וואס איז געווען שווער צו לערנען אין דעם. און זיין זוהן האט דאס איבערגעדריקט אלץ דריי עקסטרע פירושים. וואס איז באקאנט אלץ יכין ובועז. יכין איז די חלק הפשט, און בועז די חלק החידוש. און בסוף הפרק האט צוזאמען גענומען די הלכות און א נאמען געגעבן, הילכתא גבירתא.

דער נאמען יכין ובעוז קומט פון דעם, וואס אין ספר מלכים שטייט אז שלמה המלך האט אוועקגעשטעלט ביים טיר פון בית המקדש צוויי גרויסע קופערנע זוילן. איינס האט ער גערופען יכין, און די צווייטע, בועז. דער טעם פארוואס שלמה המלך געגעבן די צוויי נעמען פאר די זוילן, זענען דא עטליכע מהלכים אין די ראשונים. אבער מדבריהם יוצא, אז יכין איז א לשון פון אוועקגעשטעלטקייט, און בועז איז א לשון פון שטארקייט. לפי זה איז שטארק פארשטענדליך פארוואס ער האט אזוי צוטיילט דעם פירוש. יכין אלץ חלק הפשט, דהיינו אוועקשטעלן די משנה. און בועז איז שטארקייט אלץ די חלק החידוש.


ג' תשרי יאר תקמ''ב. האט זיך דער נר ישראל פארלאשען. ווען אום צום גדליה, נאכן דאווענען, און נאכן לערנען זיינע שעורים קבועים, זייענדיג מעוטף בטלית ותפילין. האט ער זיך אויפגעשטעלט צו זאגן קדיש דרבנן. און ווי נאר ער האט גענדיגט זאגן קדיש, איז ער בפתע פתאום נסתלק געווארן. מקום מנוחתו אין דאנציג.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18662

Re: רבי ישראל ליפשיץ בעל מחבר פירוש תפארת ישראל - יארצייט ג' תשרי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נקודת טובות געוואלדיג!

אפשר קענסטו אויך אויסשמועסן די התנגדות ביי טייל גדו"י?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2134
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6453

Re: רבי ישראל ליפשיץ בעל מחבר פירוש תפארת ישראל - יארצייט ג' תשרי

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:05 pm @נקודת טובות געוואלדיג!

אפשר קענסטו אויך אויסשמועסן די התנגדות ביי טייל גדו"י?
איינער וועמען כלל ישראל האט למעשה אנגענומען אלץ אדם גדול, האלט איך נישט אז ס'איז פאסיג, א שטייגער ווי ר' יונתן אייבשיץ. אבער אדרבה, ווער עס וויל איז געלאנדט.

אבער לענין, איז געווען אזאלכע וואס האבן אים געהאלטן פאר א משכיל.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 703

Re: רבי ישראל ליפשיץ בעל מחבר פירוש תפארת ישראל - יארצייט ג' תשרי

פאוסט דורך שוש אשיש »

.
SOS
אוועיטער
farshlufen
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:04 pm
x 31

Re: רבי ישראל ליפשיץ בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - יארצייט ג' תשרי

פאוסט דורך farshlufen »

דרוש אור החיים פונעם תפארת ישראל ז"ל

דא איז א ציטאט פון עמ' 566 -
מכל האמור נראה ברור שכל מה שמסרו לנו המקובלים זה כמה מאות שנים, שכבר הי' עולם פ"א ושוב נחרב וחזר ונתקומם, זה ארבע פעמים, ושבכל פעם העולם התגלה בשלימות יתירה יותר מבתחלה, הכל התברר עכשו בזמנינו באמת וצדק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 450

Re: רבי ישראל ליפשיץ בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - יארצייט ג' תשרי

פאוסט דורך ענותן »

א שמועס פונעם ברך משה ז"ל
גליון בהיכלא דמלכא יו"ל ע"י ר' שלמה אבראמאוויטש הי"ו ממאנסי
תפארת ישראל 1.png
תפארת ישראל 1.png (157.21 KiB) געזען געווארן 339 מאל
תפארת ישראל 2.png
תפארת ישראל 2.png (150.01 KiB) געזען געווארן 339 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 450

Re: רבי ישראל ליפשיץ, בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - ג' תשרי תקמ"ב

פאוסט דורך ענותן »

אויף אוצר החכמה פורום האט איינער ארויפגעלייגט א מאמר פון איבער 300 זייטן איבערן תפארת ישראל און זיין זוהן.
דרוקט דא
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 417
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 621

Re: רבי ישראל ליפשיץ, בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - ג' תשרי תקמ"ב

פאוסט דורך קטןודל »

אין קובץ עץ חיים איז מיט א צייט צוריק ערשינען א מאמר וואס טוט אויסלויבן דעם תפארת ישראל'ס זון, אלס אן ערליכער און גרויסער לוחם קעגן השכלה. (טייל פון די טענות קעגן דעם תפארת ישראל איז געווען צוליב זיין זון וואס מ'האט גע'טענה'ט אז ער איז נתפס אין השכלה. אבער לעצטנס האט מיך עמיצער געזאגט אז די הויפט התנגדות צו אים איז געווען וויבאלד ער האט זיך מתחצף געווען צום גדול הדור רבי עקיבא אייגער).
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 450

Re: רבי ישראל ליפשיץ, בעל מחבר הפירוש תפארת ישראל על משניות - ג' תשרי תקמ"ב

פאוסט דורך ענותן »

איגרות סופרים
איגרות סופרים ל''א.png
איגרות סופרים ל''א.png (230.05 KiB) געזען געווארן 277 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
שרייב פאוסט