בלאט 1 פון 2
האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:28 pm
דורך ניקל
ווייס איך נישט פארוואס עס איז נאך נישטא קיין עקסטרע אשכול פארדעם
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:29 pm
דורך ניקל
האנטער ביידען איז געווארן אנגעקלאגט אויף 3 גאן פעלאני קלאגעס דורך ספעציעלע קאונסיל דעיוויד ווייס
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:56 pm
דורך ניקל
געווארן געקלאגט מיט 3 קלאגעס
1 באשולדיגונג פארן האבן דראגס און באזיץ בשעת'ן טראגן א גאן
און 2 באשולדיגן פארן ליגנט זאגן ביים קויפן די גאן
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:57 pm
דורך ניקל

- Screenshot_20230914_144915_WhatsApp.jpg (128.59 KiB) געזען געווארן 1177 מאל
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:59 pm
דורך דער תהלים איד
צער גידול בנים.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:00 pm
דורך ניקל
אויף קלאגע 1 פון זאגן ליגנט קען ער באקומען מאקסימום 10 יארע און חד גדיא מיט א שטראף פון 250,000 דאלער און 3 יארע פראבעישן
אויף קלאגע 2 פון ליגנט זאגן קען ער באקומען מאקסימום פון 5 יארע און חד גדיא מיט א שטראף פון 250,000 דאלער און 3 יארע פראבעישן
אויף קלאגע 3 פון האבן דראגס קען ער באקומען מאקסימום פון 10 יארע און חד גדיא מיט א שטראף פון 250,000 דאלער און 3 יארע פראבעישן
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:11 pm
דורך קיינמאל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:59 pm
צער גידול בנים.
ער קען אים דאך פארדענען
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:31 pm
דורך ניקל
קיינמאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:59 pm
צער גידול בנים.
ער קען אים דאך פארדענען
פרעס סעקרעטערי האט אפגעווארפן די מעגליכקייט פאר א פארדאן ווען זי איז געפרעגט געווארן פאריגע דאנערשטאג צי דער פרעזידענט גייט מעגליך פארדאנען האנטער.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:35 am
דורך ווער
אדוואקאטן פאר האנטער ביידען האבן אריין געגעבן א לאוסוט אקעגן די איי-אר-עס, אין וואס זיי באשולדיגן אז איי-אר-עס אגענטן האבן געצילט אקעגן אים
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:11 pm
דורך ניקל
פאקס נייעס באריכט אז האנטער ביידען, זוהן פון פרעזידענט דזשאו ביידען האט אריינבאקומען א ווייער טרענספער פון 250,000 פון כינעזע ביזנעס שותפים אין יאר 2019, און די אדרעס גענוצט אין די טראנספער איז דער הויז פון פרעזידענט ביידען אין דעלעוועיר.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:03 am
דורך ניקל

- Screenshot_20230927_110311_WhatsApp.jpg (166.82 KiB) געזען געווארן 1055 מאל
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:37 am
דורך ניקל
האנטער האט זיך היינט דערקלערט אומשולדיג און געריכט
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:13 pm
דורך ניקל
די קאנגרעס אווערסייט קאמיטעי האט געשיקט א סובפינע פאר האנטער ביידען, דשעימס ביידען, און ראב וואלקער.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:00 am
דורך ווער
אדוואקאטן פאר האנטער ביידען האבן אפגעשיקט א בריוו פאר די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אז האנטער איז גרייט צו געבן אן עפענטליכע אויפטריט
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:01 am
דורך ווער
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:00 am
אדוואקאטן פאר האנטער ביידען האבן אפגעשיקט א בריוו פאר די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אז האנטער איז גרייט צו געבן אן עפענטליכע אויפטריט
די קאמיטע האט געוואלט אז האנטער זאל קומען רעדן אינטער פארמאכטע טירן, אבער האנטער'ס אדוואקאטן זאגן אז זיי געטרויען נישט די ריפובליקאנער אויפ'ן קאמיטע, דעריבער ווילן זיי אז עס זאל פארקומען אין די עפענטליכקייט
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 2:32 am
דורך ניקל
א פעדעראלע גרענד דזשורי אין קאליפארניע האט אריינגעגעבן 9 פרישע טעקס פארבינדענע אנקלאגעס קעגן האנטער ביידען, אריינגערעכנט 3 פעלאני קלאגעס.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:46 am
דורך רואה חשבונות
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:01 am
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:00 am
אדוואקאטן פאר האנטער ביידען האבן אפגעשיקט א בריוו פאר די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אז האנטער איז גרייט צו געבן אן עפענטליכע אויפטריט
די קאמיטע האט געוואלט אז האנטער זאל קומען רעדן אינטער פארמאכטע טירן, אבער האנטער'ס אדוואקאטן זאגן אז זיי געטרויען נישט די ריפובליקאנער אויפ'ן קאמיטע, דעריבער ווילן זיי אז עס זאל פארקומען אין די עפענטליכקייט
האנטער ביידן איז היינט אנגעקומען צום קעפיטעל געביידע און אנשטאט פון געבן זיין טעסטמאוני פאר קאנגרעס אונטער פארמאכטע טירן, האט ער געגעבן א פרעס קאנפרענץ וואו ער האט שארף אראפגעריסן די רעפובליקאנער.
ער זאגט אז פאר 6 יאר שטייט ער שוין אויס רדיפות פון טראמפ און זיין אטאקע מאשין. ער זאגט אז זיינע קלאגעס זענען צוליב דריק פון טראמפ און זיינע אינגעלייט. ער זאגט טראמפ האלט אין איין פרעגן וואו איז האנטער? וויל איך אים זאגן דא בין איך!
נאך זאגט ער זיין טאטע האט קיין שייכות געהאט מיט זיינע ביזנעס אדער ביזנעס אסאסיעטס און נישט געדינט אלס לויער אדער עני אנדערע פאזיציע אין באריסמא, און ער האט נישט פארדינט געלט פון זיינע ביזנעס.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:56 am
דורך ווער
קאנגרעס רעפּובליקאנער פירער האבן געזאגט אז זיי וועלן אנהייבן פּראצעדורן פון דערקלערן האנטער ביידען "אין קאנטעמפּט", נאכדעם וואס דער פּרעזידענט'ס זוהן האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן א סובפּינע און ערשיינען פאר א פּריוואטע פארהער
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:37 pm
דורך רואה חשבונות
ניקל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 2:32 am
א פעדעראלע גרענד דזשורי אין קאליפארניע האט אריינגעגעבן 9 פרישע טעקס פארבינדענע אנקלאגעס קעגן האנטער ביידען, אריינגערעכנט 3 פעלאני קלאגעס.
א קאורט דעיט איז איז באשטימט געווארן אויף יאנואר דעם עלעפטן דעם קומענדן למספרם יאר.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:48 pm
דורך ווער
האנטער ערשיינט היינט אין פעדעראלע געריכטהויז אין לאס אנזשעלעס.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:49 pm
דורך ווער
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:48 pm
האנטער ערשיינט היינט אין פעדעראלע געריכטהויז אין לאס אנזשעלעס.
און געווארן אנגעקלאגט מיט 9 פרישע קלאגעס
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:49 pm
דורך ווער
האנטער דערקלערט זיך אומשולדיג
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:53 pm
דורך רואה חשבונות
רעפובליקאנער אווערסייט קאמיטי ליידענט איין האנטער ביידן און זיין ביזנעס שותף פאר א פאבליק הירינג אום מארטש דער 20'סטער.
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 10:40 am
דורך פארפאלענער
האנטער בעהט פון אן אפעלאט געריכט אפצושיבן די אנהויב פון זיין פראצעס אין דעלעוועיר
----
פראקורארן שטעלן ארויס טועמיה פון זייערע באווייזן אין די האנטער גאן קעיס וואס איז ערווארטעט זיך אנצוהויבן קומענדיגע למספרם מאנאט
עס רעכנט אריין 75 זייטן פון טעקסט מעסעדזשעס וואס צייגט אז האנטער אנערקענט אז ער איז צוגעבונדן צום פארטייבנדן געווירץאין די צייט וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט זיין ביקס
די קטיגור פלאנט אראפצורופן דריי עדות, זיין געוועזענע פרוי און אנדערע 2 מדוברות
קרעדיט @הכל הבל
Re: האנטער ביידען אויספארשונג
געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 10:47 am
דורך ניקל
האנטער גייט היינט און געריכט