רבי משה פיינשטיין, בעל אגרות ודברות משה - י''ג אדר ב' תשמ"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

רבי משה פיינשטיין, בעל אגרות ודברות משה - י''ג אדר ב' תשמ"ו

פאוסט דורך נקודות טובות »

די צייט איז צו קורץ, צו באשרייבען די גדלות, גאונות, וצדקות פון הגאון ר' משה פיינשטיין. מיר וועלן קודם אנהויבען בראשי פרקים, און ווער עס וועט קענען וועט מרחיב זיין.

ר' משה איז באקאנט אין די וועלט אלץ איינער פון די גרעסטע פוסקים נאכן קריג. און ער האט געדינט אלץ יושב ראש פון די מועצת גדולי התורה אין אמעריקע. ער איז געבוירן געווארן אום ז' אדר תרנ''ה. אין שטאט אוזדא מינסק אין בעלערוס.

זיין פאטער איז געווען ר' דוד פיינשטיין. ר' דוד איז געווען רב דארט אין שטאט אוזדא. און זיין מאמע איז געווען מרת פייא גיטל בת ר' יצחק יחיאל דוידאוויטש. ר' יצחק יחיאל איז געווען רב אין שטאט קאפולייא, וואס ער איז שוין געווען די זעקסטע בן אחר בן צו דינען אלץ שטאטס רב אין קאפולייא.

די פאטער פון ר' דוד האט געהייסען ר' יחיאל מיכל. ר' יחיאל מיכל איז געווען א חסידישע איד, און האט געהערט צו חסידי קוידינוב. (ר' משה פלעגט אלעמאל אין אמעריקע מקרב זיין די קוידינובע אייניקלעך א דאנק דעם) און ווי אויך האט די מאמע זיינע צוליב אירע אויסגעווענדליכע כשרונות געלערנט אין די אינגעל תלמוד תורה אין שטאט ליאזני, על פי פקודת פון דער בעל התניא.



ווען דער שדכן האט אנגעטראגען פאר ר' יצחק יחיאל דוידאוויטש דעם ר' יחיאל מיכל פיינשטיין פאר זיין טאכטער, איז עס אים זייער געפאלן. אבער איין פראבלעם האט ער געהאט, אז זייענדיג א ליטוואק האט אים געארט אז זיין איידעם זאל זיין חסיד. האט ער זיך אויסגענומען מיט ר' יצחק יחיאל, אז ער זאל אפלאזען די דרך החסידות. און אז ער זאל גיין לערנען אין ישיבת וולאזין פאר פיר יאר. און אזוי איז טאקע געווען. און ער האט אויף זיך מקבל געווען אלע מנהגי הגר''א.
ר' משה איז געבוירן געווארן ווי געזאגט, ז' אדר. און זיין טאטע האט אים צוליב דעם געגעבן דעם נאמען משה, על שם משה רבינו. (מתחילה האט ער געוואלט געבן דעם נאמען מרדכי, ווייל זיין ברית איז געווען פורים. למעשה האט ר' משה געהאט א אינגערע ברודער וואס האט געהייסען מרדכי. און ער ברענגט אראפ פון אים עטליכע תשובות אין אגרות משה לזכרון)



ר' משה האט געלערנט ביי זיין טאטע ביז די צוועלעף יאר. אין יאר תרס''ז אלט זייענדיג צוועלף יאר איז ער אריבער געגאנגען צו ישיבת סלוצק לערנען ביי ר' איסר זלמן מלצר. ער איז נישט געגאנגען לערנען קיין מיר אזוי ווי די עלטערע ברודער. צוליב דעם וואס זיין ברודער שלמה, איז נפטר געווארן לערנענדיג אין מיר. האט זיין טאטע מורא געהאט אים צו שיקן אזוי ווייט.

ביי ר' איסר זלמן אין ישיבה איז געווען דער מנהל רוחני ר' פסח פרוסקין. א יאר שפעטער אין תרס''ח איז ערשטאנען א רייבעריי צווישען ר' איסר זלמן מיט ר' פסח, און זיי האבן זיך געשטעלט פאר א דין תורה ביי ר' דוד פיינשטיין (אבי ר' משה) ר' דוד האט דאן געפסק'ענט אז ר' פסח זאל זיך אפטיילן, און נעמען זעקס בחורים פון די ישיבה. און ער זאל גרינדען זיין אייגענע ישיבה.

ר' פסח האט ג'עפענט זיין ישיבה אין שקלוב, און איינער פון די זעקס תלמידים וואס ער האט גענומען, איז געווען ר' משה פיינשטיין. שפעטער אין יאר תרע''א איז ר' פסח פרוסקין אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט מסטיסלב, און דערביי האט זיין ישיבה געמופט צוזאמען מיט אים. ר' משה האט דארט געלערנט נאך עטליכע יאר. ביז ער האט באקומען סמיכה פון ר' פסח.




ר' משה האט אלץ בחור זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער. און ער האט נישט געקענט טרעפן קיין וועג ארויס, קיינער האט אים נישט געקענט העלפן. איז ער אריין מיט זיין טאטע צום חפץ חיים, דער חפץ חיים האט רעדענדיג מיט אים אין לערנען געזעהן זיין גרויסע חריפות ובקיאות. האט ער אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען. האט אים ר' משה'ס טאטע געזאגט אז ער דארף זיך שטעלן צום מיליטער. האט דער חפץ חיים געזגט, כל המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות. אזוי ווי דו האסט מקביל געווען די עול התורה, וועסטו נישט דארפן גיין אין מיליטער. וכך הוה.

ר' משה איז אלץ א חלק פון זיין השתדלות זיך ארויסצודרייען פון גיין אין מיליטער אנטלאפען קיין שטאט אוזדא, דער שטאט וואו ער איז געבוירן, און די שטאט וואו זיין טאטע האט געדינט אלץ רב מיט יארן פארדעם. און ער האט געפירט די שטאט דארט, אבער מען האט אים קיינמאל נישט אויפציעל אויפגענומען. נאך די ערשטע וועל מלחמה, אין יאר תרע''ט, איז בטול געווארן די חיוב פון גיין אין מיליטער. האט זיך ר' משה אריבער געצויגען קיין סטראבין, וואו זיין מאמע האט געוואוינט לאחר פטירה פון איר מאן.



אין יאר תרפ''א נאך די פטירה פון זיין מאמע, זייענדיג א בחור איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט ליובאן. דער שטאט ליובאן איז געווען א גאר חשובע און הייליגע שטאט, מיט פילע תלמידי חכמים, און מיט א ריכטיגע שעצונג פאר לומד תורה. ר' משה האט אמאל פארציילט אז דער בעל עגלה אין שטאט איז געווען א בקי בש''ס. און אז דער שיסטער אין שטאט (ביי וועמען ר' משה האט געוואוינט פאר עטליכע חדשים ביז ער האט זיך מסדר געווען) איז געווען א מתמיד עצום, און ר' משה פלעגט זיך וואונדערן ווען דער שיסטער האט צייט צו פאררעכטן די שיך. ווייל עס איז ממש געווען לא פסק פומיה מגירסא. און דאס האט אים באוואויגען צו נעמען די רבנות אין דעם שטאט, ענדערש ווי דער שטאט סלוצק. נאכדעם וואס ר' איסר זלמן האט עולה געווען קיין ארץ ישראל. ר' משה האט געפירט דאס רבנות אין ליובאן מיט א מוראדיגע שטארקייט.

י''ג סיון שנת תרפ''ב איז ר' משה געווארן אן איידעם ביי ר' יעקב משה הכהן קוסטאנאוויץ, דער שו''ב און מוהל אין שטאט. און אלץ נדן האט ר' יעקב משה אוועקגעגעבן זיין אייגענע הויז פאר ר' משה.


שפעטער אין יאר תרפ''ב איז פארגעקומען א פוגראם אין שטאט, ר' משה איז אנטלאפען. און גרויסע חלקים פון זיינע תשובות וחדושי תורה זענען דעמאלט נעלם/פארברענט געווארן.
אין יאר תרצ''ו איז האט ר' משה אימגרירט קיין אמעריקע, צוליב די קאמיוניסטישע באוועגונג. און אויך דעמאלטס פארלוירן אלע זיינע כתבי וחידושי תורה. וויבאלד די רעגירונג האט אים עס נישט געלאזט מיט נעמען קיין אמעריקע.


אין אמעריקע האט ער קודם אוועקגעשטעלט זיין משפחה אין די איסט סייד. און ער איז געפארן קיין TOLEDO OHIO און האט דארט געדינט אלץ רב. נאךדעם וואס אויף זיין אימיגרעישען פארם האט ער געזאגט אז ער קומט קיין אמעריקע צו ווערן רב דארט. און נאך א וואך זיין רב דארט, איז ער צוריק געקומען צו די איסט סייד.

ווען ער איז צוריק געקומען קיין נוי יארק האט אים די OU אויפגענומען אלץ חושן משפט דיין. וכן הוה. אבער נישט צו לאנג האט גענומען ביז ר' משה האט זיך געלאזט הערן קעגן זייערע כשרות סטאנדארטען, נאכדעם וואס איינער פון די שוחטים האבן אים אנגעפרעגט בנוגע א פסק וואס די OU האט ג'פסקענט. און דאס האט ביי די OU געברענגט גרויס אויפברויז, ווי כאילו ר' משה איז א כפר בטובתם.

למעשה איז דאס געווען דאס וואס האט אנגעהויבן בויען ר' משה, וויבאלד מענטשען האבן געזעהן אז מען האנדעלט דא פון א איד וואס גארנישט שטייט אים נישט אין וועג כדי צו ארויסזאגן דעם אמת. און ער איז געווארן ממש דער גרעסטע רב ומסדר גיטין. און דאס האט אנגעהאלטן ביז יאר תש''כ וואס דעמאלטס האט ער מער נישט געוואלט מסדר זיין גיטין. און ווי אויך האט ער אין יענע חדשים (ביזן אוועקפארן קיין קליוולאנד) אפגעשריבען הונדערטער תשובות. און ווי אויך איז ער געווען פון די גרעסטע מתיר עגונות נאכן קירג.
איינער האט אמאל געפרעגט ר' משה, אויב דאס וואס מען זאגט אויף אים אז ער האט שוין מתיר געווען דריי טויזענט עגונות איז אמת. האט ר' משה זיך צולאכט און געזאגט, אסאך אסך מער!


מען פארציילט אז איינער פון די פרויען וואס ר' משה האט מתיר געווען, האט חתונה געהאט. והנה... בא הרוג ברגליו. זענען זיי אריינגעקומען צו ר' משה, האט זיך ר' משה פארטראכט פאר א ליינגע צייט. און דערנאך האט ער זיך געגעבן א שטעל אויף, און געשריגען צו דעם מאן. דו שקרן זיי שוין מודה! דער מאן פאר גרויס פחד האט גלייך מודה געווען אז ער איז נישט די אמתע מאן. האט ר' משה געזאגט, אז ווען א רב פסקנט עפעס ע''פ תורה, איז דאס תורה מן השמים. און איך האב שוין מתיר געווען איבער צוויי טויזנט עגונות און דאס איז נאכנישט געשעהן צו מיר. דערפאר האב איך קודם איבערגעקלערט צו מיין דעמאלטסדיגע פסק איז געווען ריכטיג. און אזוי ווי איך האב געזעהן אז עס שטימט להלכה. האב איך פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אנדערש, נאר דו ביסט א שקרן.


אין יאר תרצ''ז, האט דער ראש ישיבה פון תפארת ירושלים ר' יוסף אדלער. געבעטן ר' משה אז ער זאל עפענען א ישיבה גדולה תפארת ירושלים, וויבאלד ער האט נאר געהאט ביז דאן א ישיבה קטנה. למעשה איז א יאר שפעטער יענער ראש ישיבה טראגיש אומגעקומען נאכן זיך דערטרענקן ביים וואסער. און ר' משה איז געבליבען סיי מיט די ישיבה קטנה, און סיי מיט די ישיבה גדולה.

אין ישיבה פלעגט ר' משה פארלערנען שיעורים, זיין מהלך הלימוד איז בכלל נישט געווען די ליטווישער מהלך הלימוד. און די שיעורים זענען היינט געדריקט אין ספר דברות משה.
אין די אמעריקאנער גאס איז ר' משה געווען ידיעה אלץ פוסק נומבער איינס. און ממש יעדע שאלה איז געקומען לידו. ער האט געשריבען טויזענטער תשובות. ער איז געגאנגען רעדן דרשות איבעראל וואו מען האט אים נאר גערופען. וויבאלד ער האט געהאלטן אז דער אויבערשטער האט אים אזוי צוגעפירט צו קומען קיין אמעריקע פארן קריג ווען עס זענען נאך געווען ווייניג גדולי ישראל. און אסאך שוואכע וואס האבן ממש נישט געוויסט די מינימום.


די תשובות זיינע זענען געדריקט אין אגרות משה 9 בענדער. וואס דאס האבן צוזאמען גענומען זיין איידעם הרב טנדלר. מיט זיין אייניקעל הרב ראפפורט. צווישען די תשובות זענען געדריקט היבש אפאר קאנטריווערסיאלע תשובות, און כפי כמה וכמה האט מען דאס געדריקט שלא ברצונו. וואס ווי פארשטענדליך איז מיט די דעמאלטס'דיגע מצב היהדות געווען פארשידענע הוראות שעה, וואס ער האט נישט געוואלט אז דאס זאל ווערן געשריבען לדורות. בפרט אין די לעצטע צוויי בענדער.


מען פארציילט, אז אמאל האט מען געפרעגט ר' משה איבער צווי תשובות וואס ער האט געשריבען 30 יאר גערוקט איינס פון צווייטען. און לפלא האט ער גע'פסקנט פונקט פארקערט אין די ביידע תשובות. האט ר' משה געזאגט. ווען רב און שמואל קריגען זיך אין די גמרא איז ביידע תורה מן השמים. איי דו זעהסט דאך אז ביידע זאגן פארקערט, דאך ווייסען מיר אז אלו ואלו דברי אלקים חיים. נו אויב אזוי פארוואס פארשטייט איר נישט אז די אלו ואלו קען פאסירן ביים זעלבן מענטש? ביידע זענען אמת, און ביידע זענען תורה מן השמים.

זיינע חידושים ושיעורים על הש''ס זענען געדריקט אין ספר דברות משה 11 בענדער.
דערנאך זענען דא נאך קלענערע מקבצים משמו.


אויף די בקיאות פון ר' משה זענען דא פליאותדיגע מעשיות ווי ער איז ממש געווען בקי בכל דברי הראשונים, בכל ש''ס כולו. מען פארציילט אז ער האט געלערנט דעם ספר פרי מגדים גאנצע 600 מאל.

בנוגע זיין מידות האב איך געהערט פון א איד וואס האט דאס אליינס צוגעזעהן. ביי איינער פון די שווערע מערכות וואס עס איז פארגעקומען אין געוויסע קרייזן אנקעגן ר' משה. איז געווען אמאל אין א ווינטער טאג עס איז געפאלן א שניי. איז א בחורל צוגעגאנגען פון הונטער ר' משה, און אים אראפ געווארפען אריין אין די שניי. פארציילט דער איד אז ער האט דאס געזעהן מיט די אויגען ווי ר' משה געבט זיך א שטעל אויף, און דרייעט זיך אפילו נישט אויף צוריק און וואקט זיך ווייטער זיין וועג.

ר' אלימלך בידערמאן האט אמאל פארציילט, אז פרייטאג נאך די פטירה פון ר' משה האט א פרוי אנגערופן דעם זוהן זיינער און געפרעגט ווען די זמן הדלקת הנירות איז, און דער זוהן האט ג'ענטפערט. אזוי איז געווען איין וואך און נאך א וואך. נאך אפאר וואכען זעהנדיג ווי דער פרוי רופט יעדע וואך האט ער געזאגט אז עס איז דא א זאך וואס הייסט א לוח, מען קען דאס קויפן פאר איין דאלער, און דארט שטייט ווען די זמן איז. זאגט אים די פרוי, אינטערעסאנט, דרייסיג יאר וואס איך רוף דיין טאטע יעדע וואך פרעגן ווען די זמן איז, און ער האט מיר קיינמאל נישט געגעבן די עצה...


ר' משה איז נפטר געווארן י''ג אדר ב' שנת תשמ''ו, און די לויה איז פארגעקומען בהשתתפות פון צעהנדליגע טויזענטער אידן. און איז געקומען לקבורה בהר המנוחות.
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 305

Re: רבי משה פיינשטיין בעל אגרות ודברות משה - יארצייט י''ג אדר ב'

פאוסט דורך מהודר »

מאסיוו
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 83

Re: רבי משה פיינשטיין בעל אגרות ודברות משה - יארצייט י''ג אדר ב'

פאוסט דורך בן שמחה »

זייער שיין, די בענדער אג”מ וואס איז ארויס בחייו איז געווארן איבערגעקוקט דורך אים אליין, מען קען עס זעהן אין די הקדמה ולית מאן דפליג, די לעצטע צוויי בענדער האט ארויס לאחר פטירתו און כאטש סנישט דא קיין ראיות אויף זיוף איז עס למעשה נישט אריבער זיינע הענט און ער פלעגט מקפיד זיי וואס יא און נישט צו דרוקן.
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 83

Re: רבי משה פיינשטיין בעל אגרות ודברות משה - יארצייט י''ג אדר ב'

פאוסט דורך בן שמחה »

אויך אינטערעסאנט אז ר’ משה האט עס געבאדערט פארוואס זיינע ספרים על הש”ס ווערט נישט אזוי געלערנט ווי די תשובות, ווייל ער האט פאר זיך מער אריינגעלייגט כוחות אין די שיעורים אין ישיבה.
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 305

Re: רבי משה פיינשטיין, בעל אגרות ודברות משה - י''ג אדר ב' תשמ"ו

פאוסט דורך מהודר »

קומענדיגע וואך שבת געפאלט די יארצייט זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט