בלאט 1 פון 6

די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:39 pm
דורך שבת קודש
די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה איז אין איין ווארט א ''קאטאסראפע''

לעת עתה איז די מצב אז ס'וואווינען דארט קרוב צו 500 משפחות בליעה''ר, ווי ס'איז דא 3 קליינע בתי מדרשים איין בעיסמנט ביהמ''ד און צוויי קארוואנען בתי מדרשים, נישט דא קיין געהעריגע מנינים סענטער, די קומענדיגע חדשים גייען דארט אהינמופן נאך עטליכע הונדרעט משפחות קיינער האט נישט קיין אהנוג ווי זיי גייען דאווענען נאך דעם וואס די יעצטיגע בתי מדרשים האבן נישט קיין פלאץ פאר פרישע מתפללים, מען וועט דארפן מאכן קאראנא מנינים אין די דיינוג רומס און אין די פארטשעס,

לויט ווי מען געבט איבער גייט מען בקרוב בויען אויף באר שבע א פרישע בעיסמענט בית מדרש פון ארום 350 זיץ פלעצער, איז קודם די פראבלעם אז עס שלעפט זיך געפערליך לאנג א זאך וואס מען דארף שוין יעצט זייער וויכטיג, בעיקר איז די פראבלעם אז עס גייט גאר ווייניג לעזן די פראבלעם, ווייל דעמאלטס גייט צוזאמען מיט בית מנחם זאב זיין ארום 550 זיץ פלעצער פאר חסידי מהר''א, לעת עתה וואווינען אין די שכונה אריבער 350 חסידי מהר''א און אין במשך דעם קומענדיגן יאר ווען פאזע 2 גייט שוין זיין אינגאנצען פארטיג גייט די שכונה זיך פארטאפלען דאס מיינט אז עס גייען וואווינען דארט ארום 700 חסידי מהר''א, וואס דאס מיינט אז ארום 700 ראשי בית אב מיט נאך ארום 200 בחורים מיט איבער טויזענט תשב''ר גייען דאוונען אין בתי מדרשים וואס ערהאלטן בלויז 550 זיצן,

נאכדעם איז די פלאן פאר די קומענדיגע פאזעס צו בויען א גרויסע ריזיגע בית מדרש ביים אונטערשטען ווינקל פונעם שכינה, לויט ווי מען פארשטייט גייט מען עס אנהייבן צו בויען נאכדעם וואס אלע פאזעס גייען שוין זיין באוואווינט מיט די ארום 1500-2000 משפחות וואס דאס מיינט אז פאר עטליכע יאר גייט דארט זיין ממש א קאטסראפע, נאכדעם איז דא גאר א שטארקע פראבלעם ווייל די צוויי בתי מדרשים וואס מען גייט בויען גייען ביידע זיין ביים אונטערשטען חלק פון די שכונה וואס דאס מיינט אז די אלע וואס גייען וואווינען ביי די אויבערשטע חלק פון די שכונה גייען זיין ווייט פון די בתי מדרשים ארום 10-15-20 מינוט צו וואקן וואס דאס איז גאר א ווייטע מרחק,

כדאי צו לעזן די פראבלעם דארף לכאורה פאסירן דאס:
- די ביהמ''ד אויף באר שבע זאל זיין אויף לכה''פ צוויי שטאקן, די בעיסמענט פאר די מקוה מיט די שטיבלעך, די ערשטע שטאק די היכל הביהמ''ד מיט ארום 700 זיץ פלעצער, אויף די העכערע שטאקן קען ווייטער זיין דירות,
- אנשטאט בויען איין גאר ריזיגע בית מדרש ביים ווינקל אונטען זאל מען בויען צוויי בתי מדרשים ביי די צוויי ווינקלען איינס ביי די אויבערשטע חלק איינס ביי די אונטערשטע חלק וואס יעדע זאל ערהאלטן ארום 700 זיץ פלעצער, דארט קען אויך זיין דירות אויף די אויבערשטע שטאקן,
- ביהמ''ד בית מנחם זאב דארף ארויסגעבויעט ווערן זייער וויכטיג לויט די מספר התושבים אין יענע געגענט,

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:36 pm
דורך מטות
האסט א פוינט
די שאלה איז נאר ווי איז די אשכול אז סאיז נישט דא קיין שול פאר די 1500 דירות וואס דשינסקי האט יעצט גענדיגט בויען אין וויליאמסבורג ביי וואלאבוט און הערסאן ?

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:38 pm
דורך גראסערי
שטארקע פוינט אבער סאיז נישט אינגאנצען די זעלבע

אין וו'מס האסטו די פילסטע רעכט צו בויען וויפלן שולן די ווילסט ביי אלע גאסן ארום סאך הכול האלט נישט די דעוולאפער ביים דאס צושטלען

אין שוימ איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר קיינעם צו בויען א שול אין די גאנצע אומגעגענט

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:44 pm
דורך Yankel
למעשה הייסט עס אז קהילת מהרי״י גייט שוין אנהייבען בויען, אזוי אויך איז שוין אויך דא א ביהמ״ד פון קהילת בני יואל אין די מתיבתא

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm
דורך לקדש שם שמים
פארוואס טאקע דרייען זיך נישט די מענטשן דארט? איך בין דארט יעדע צופרי עס איז זייער געשמאק אבער ליידיג

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm
דורך פישפיקלאדיין
בנוגע די יעצטיגע מצב ווייס איך נישט וואס מען קען טוהן, אפשר צובויען צו מנחב זאב און צולייגן אפאר טרעילארס צו בית אלעזר (איך מיין אז ביידע איז דא עפעס פלענער)

אויפן עתיד פעלט אויס נאך איין גרויס בעסמעינט שוהל אויף מאגלעניץ אדער אונגוואר פאר מהר"א

מהר"יי וועט זיין מסודר זיי בויען א גרויס בית המדרש גאנץ אויבן אויף אונגוואר מיט 750 זיצן, און דערווייל פון די ערשטע 500 תושבים זאגט די סקול דיסטריקט אז מהר"יי האט 19 פראצענט, דאס מיינט ארום 115 תושבים.

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:46 pm
דורך לא ימושו מפיך
Yankel האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:44 pm למעשה הייסט עס אז קהילת מהרי״י גייט שוין אנהייבען בויען, אזוי אויך איז שוין אויך דא א ביהמ״ד פון קהילת בני יואל אין די מתיבתא
בויען שוין

קומט א מאסיווע בנין פון פינף שטאק

חידוש איז אז ס'גייט האבן א סוב בעיסמענט מיט א מקוה טהרה

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:49 pm
דורך שבת קודש
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm בנוגע די יעצטיגע מצב ווייס איך נישט וואס מען קען טוהן, אפשר צובויען צו מנחב זאב און צולייגן אפא טרעילארס צו בית אלעזר (איך מיין אז ביידע איז דא עפעס פלענער)

אויפן עתיד פעלט אויס נאך איין גרויס בעסמעינט שוהל אויף מאגלענית אדער אונגוואר פאר מהר"א

מהר"יי וועט זיין מסודר זיי בויען א גרויס בית המדרש גאנץ אויבן אויף אונגוואר מיט 750 זיצן, און דערווייל פון די ערשטע 500 תושבים זאגט די סקול דיסטריקט אז מהר"יי האט 19 פראצענט
וואס מען קען טועהן איז, אז אנשטאט מאכן די באר שבע ביהמ''ד נאר אין די בעיסמענט שטאק זאל מען אוועקגעבן פאר דעם אויך די ערשטע שטאק פונעם בנין

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:50 pm
דורך שבת קודש
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm פארוואס טאקע דרייען זיך נישט די מענטשן דארט? איך בין דארט יעדע צופרי עס איז זייער געשמאק אבער ליידיג
ווי?

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:51 pm
דורך דער תהלים איד
ווען איז טאקע די פלאן אנצוהייבן בויען די גרויסע שול דארט?

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:38 pm אין וו'מס האסטו די פילסטע רעכט צו בויען וויפלן שולן די ווילסט ביי אלע גאסן ארום סאך הכול האלט נישט די דעוולאפער ביים דאס צושטלען

אין שוימ איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר קיינעם צו בויען א שול אין די גאנצע אומגעגענט
איך כאפ נישט די חילוק. וואס פאסירט אין וומסב"ג? א בנש"ק קויפט אפ 3 הייזער און מ'עפנט א ראפשיצע שטיבל, א צווייטער קויפט אפ 2 בעיסמענטס און עפנט א בראשובע שטיבל, א דריטער עפנט א שול אין איין דיינונג רום ביז דער רב קומט צום טעם און קויפט אפ די האלבע בילדינג...

א שטייגער טאקע ווי בני יואל אין שכונת ויואל משה, טאהש אויף סאטמאר דרייוו.

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:53 pm
דורך לא ימושו מפיך
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:49 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm בנוגע די יעצטיגע מצב ווייס איך נישט וואס מען קען טוהן, אפשר צובויען צו מנחב זאב און צולייגן אפא טרעילארס צו בית אלעזר (איך מיין אז ביידע איז דא עפעס פלענער)

אויפן עתיד פעלט אויס נאך איין גרויס בעסמעינט שוהל אויף מאגלענית אדער אונגוואר פאר מהר"א

מהר"יי וועט זיין מסודר זיי בויען א גרויס בית המדרש גאנץ אויבן אויף אונגוואר מיט 750 זיצן, און דערווייל פון די ערשטע 500 תושבים זאגט די סקול דיסטריקט אז מהר"יי האט 19 פראצענט
וואס מען קען טועהן איז, אז אנשטאט מאכן די באר שבע ביהמ''ד נאר אין די בעיסמענט שטאק זאל מען אוועקגעבן פאר דעם אויך די ערשטע שטאק פונעם בנין
עס גייט זיין צוויי שטאק

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:53 pm

א גאנצע שטאק פארן היכל ביהמ''ד?

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:58 pm
דורך לא ימושו מפיך
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm בנוגע די יעצטיגע מצב ווייס איך נישט וואס מען קען טוהן, אפשר צובויען צו מנחב זאב און צולייגן אפאר טרעילארס צו בית אלעזר (איך מיין אז ביידע איז דא עפעס פלענער)

אויפן עתיד פעלט אויס נאך איין גרויס בעסמעינט שוהל אויף מאגלעניץ אדער אונגוואר פאר מהר"א

מהר"יי וועט זיין מסודר זיי בויען א גרויס בית המדרש גאנץ אויבן אויף אונגוואר מיט 750 זיצן, און דערווייל פון די ערשטע 500 תושבים זאגט די סקול דיסטריקט אז מהר"יי האט 19 פראצענט, דאס מיינט ארום 115 תושבים.
אביסל קלארער.

הורי המוסדות האט מהר"א לעת עתה 77%. ויואל משה 15%. בני יואל 8%

אין טאטאל קען די חשבון זיין א משהו געריקט לכאן או לכאן. נעמענדיג אין באטראכט אז די חשבון נעמט אריין בלויז משפחות וואס שיקן שוין אין די מוסדות

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:00 pm
דורך לא ימושו מפיך
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:53 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:49 pm
וואס מען קען טועהן איז, אז אנשטאט מאכן די באר שבע ביהמ''ד נאר אין די בעיסמענט שטאק זאל מען אוועקגעבן פאר דעם אויך די ערשטע שטאק פונעם בנין
עס גייט זיין צוויי שטאק
א גאנצע שטאק פארן היכל ביהמ''ד?
ניין. די היכל הבית המדרש גייט האבן א הויכע דאך.
די אנדערע חלק בנין גייט זיין צוטיילט אויף איין שטאק די מקוה און איין שטאק פיר חדרי תפלה

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:01 pm
דורך גראסערי
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:51 pm ווען איז טאקע די פלאן אנצוהייבן בויען די גרויסע שול דארט?

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:38 pm אין וו'מס האסטו די פילסטע רעכט צו בויען וויפלן שולן די ווילסט ביי אלע גאסן ארום סאך הכול האלט נישט די דעוולאפער ביים דאס צושטלען

אין שוימ איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר קיינעם צו בויען א שול אין די גאנצע אומגעגענט
איך כאפ נישט די חילוק. וואס פאסירט אין וומסב"ג? א בנש"ק קויפט אפ 3 הייזער און מ'עפנט א ראפשיצע שטיבל, א צווייטער קויפט אפ 2 בעיסמענטס און עפנט א בראשובע שטיבל, א דריטער עפנט א שול אין איין דיינונג רום ביז דער רב קומט צום טעם און קויפט אפ די האלבע בילדינג...

א שטייגער טאקע ווי בני יואל אין שכונת ויואל משה, טאהש אויף סאטמאר דרייוו.
נישט דא וואס צו אפקויפן, די גאנצע שטח באלאנגט פאר 1 דיוועלאפער וואס מינאפעלעט ווי עס מעג זיין א ביהמד'ר

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:02 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:00 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:53 pm
עס גייט זיין צוויי שטאק
א גאנצע שטאק פארן היכל ביהמ''ד?
ניין. די היכל הבית המדרש גייט האבן א הויכע דאך.
די אנדערע חלק בנין גייט זיין צוטיילט אויף איין שטאק די מקוה און איין שטאק פיר חדרי תפלה
זייער וויכטיג צו האבן א גאנצע שטאק פאר'ן היכל ביהמ''ד, אז נישט גייט זיין א דיזעסטער

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:04 pm
דורך לקדש שם שמים
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:50 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm פארוואס טאקע דרייען זיך נישט די מענטשן דארט? איך בין דארט יעדע צופרי עס איז זייער געשמאק אבער ליידיג
ווי?
בית אלעזר

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:05 pm
דורך לא ימושו מפיך
צום פותח האשכול.

די תושבים קענען זיך צוזאמנעמען אין פארמירן א ועד קרן הבנין פארַ נאך בתי מדרשים. מיט א פאנדרעיזונג אפארארט. פונקט ווי ק"ק סאטמאר טוט איבער די גארער וועלט.
דערווייל איז נישטו א קהל קאסע וואס טיילט געלט צי בויען נייע בתי מדרשים. פונקט ווי אלע קהילות איבער די וועלט
וואס איז יא דא איז א קאמיונטי רום געזעץ וואס ווערט אפטמאל געבויעט אן קיין שכל און חשבון. און איז לפענ"ד יצא שכרו בהפסדו. ואכמ"ל

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:06 pm
דורך לא ימושו מפיך
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:51 pm ווען איז טאקע די פלאן אנצוהייבן בויען די גרויסע שול דארט?

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:38 pm אין וו'מס האסטו די פילסטע רעכט צו בויען וויפלן שולן די ווילסט ביי אלע גאסן ארום סאך הכול האלט נישט די דעוולאפער ביים דאס צושטלען

אין שוימ איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר קיינעם צו בויען א שול אין די גאנצע אומגעגענט
איך כאפ נישט די חילוק. וואס פאסירט אין וומסב"ג? א בנש"ק קויפט אפ 3 הייזער און מ'עפנט א ראפשיצע שטיבל, א צווייטער קויפט אפ 2 בעיסמענטס און עפנט א בראשובע שטיבל, א דריטער עפנט א שול אין איין דיינונג רום ביז דער רב קומט צום טעם און קויפט אפ די האלבע בילדינג...

א שטייגער טאקע ווי בני יואל אין שכונת ויואל משה, טאהש אויף סאטמאר דרייוו.
נישט דא וואס צו אפקויפן, די גאנצע שטח באלאנגט פאר 1 דיוועלאפער וואס מינאפעלעט ווי עס מעג זיין א ביהמד'ר
וואס הייסט. האסט פרובירט צי קויפן א דירה און עס טראנספארמירן פאר א בית המדרש? מ'האט אייך געשטערט?

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:07 pm
דורך שבת קודש
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:04 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:50 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:45 pm פארוואס טאקע דרייען זיך נישט די מענטשן דארט? איך בין דארט יעדע צופרי עס איז זייער געשמאק אבער ליידיג
ווי?
בית אלעזר
א טרעלער ביהמ''ד איז זייער אומבאטאמט,

נאר אין קרית יואל און אין בית שמש זענען דא טרעלער בתי מדרשים..

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:18 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:05 pm צום פותח האשכול.

די תושבים קענען זיך צוזאמנעמען אין פארמירן א ועד קרן הבנין פארַ נאך בתי מדרשים. מיט א פאנדרעיזונג אפארארט. פונקט ווי ק"ק סאטמאר טוט איבער די גארער וועלט.
דערווייל איז נישטו א קהל קאסע וואס טיילט געלט צי בויען נייע בתי מדרשים. פונקט ווי אלע קהילות איבער די וועלט
וואס איז יא דא איז א קאמיונטי רום געזעץ וואס ווערט אפטמאל געבויעט אן קיין שכל און חשבון. און איז לפענ"ד יצא שכרו בהפסדו. ואכמ"ל
די פראבלעם איז אז מען זאגט צו גאלדענע גליקן, מען האלט אין איין זאגן אז מען גייט און מען גייט..

מען פארלאזט זיך אז מען גייט, ממילא שלאפט מען

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:20 pm
דורך ענותן
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:18 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:05 pm צום פותח האשכול.

די תושבים קענען זיך צוזאמנעמען אין פארמירן א ועד קרן הבנין פארַ נאך בתי מדרשים. מיט א פאנדרעיזונג אפארארט. פונקט ווי ק"ק סאטמאר טוט איבער די גארער וועלט.
דערווייל איז נישטו א קהל קאסע וואס טיילט געלט צי בויען נייע בתי מדרשים. פונקט ווי אלע קהילות איבער די וועלט
וואס איז יא דא איז א קאמיונטי רום געזעץ וואס ווערט אפטמאל געבויעט אן קיין שכל און חשבון. און איז לפענ"ד יצא שכרו בהפסדו. ואכמ"ל
די פראבלעם איז אז מען זאגט צו גאלדענע גליקן, מען האלט אין איין זאגן אז מען גייט און מען גייט..

מען פארלאזט זיך אז מען גייט, ממילא שלאפט מען
ווען דעי וואלט געווען מער און די ווייטערדיגע געגנטער וואלט געווען בתי מדרשים א שטייגער וואו ביהמ"ד בית חיים דוד נעבן ברוך טעם, בית שמואל -און דברי חיים..

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:37 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:02 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:00 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 pm
א גאנצע שטאק פארן היכל ביהמ''ד?
ניין. די היכל הבית המדרש גייט האבן א הויכע דאך.
די אנדערע חלק בנין גייט זיין צוטיילט אויף איין שטאק די מקוה און איין שטאק פיר חדרי תפלה
זייער וויכטיג צו האבן א גאנצע שטאק פאר'ן היכל ביהמ''ד, אז נישט גייט זיין א דיזעסטער
וואס איז טאקע די סיבה אז עס שלעפט זיך דארט אזוי לאנג?

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:45 pm
דורך אסמכתא בעלמא
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:05 pm וואס איז יא דא איז א קאמיונטי רום געזעץ וואס ווערט אפטמאל געבויעט אן קיין שכל און חשבון. און איז לפענ"ד יצא שכרו בהפסדו. ואכמ"ל
וואפף. וואלטסט דאס געוואלט אויסמושעסן?

קרית יואל האט הערליכע שולן אין יעדע געגנט אויף א פארנעם וואס איז נישטא אזאנס אין די וועלט. אזא סטעיטמענט מוז האבן איינס פון די צוויי. אדער סיריעס דעקונג, אדער סיריעס מיס-אינפארמאציע.

Re: די מצב פון 'בתי מדרשים' אין 'שכונת ויואל משה' קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:50 pm
דורך ענותן
ער מיינט עטרת זקנים דעוועלאפמענט וואס אויף די מעפ איז דא א ליצנותדיגע שול ,7 ליזענסק , שכונת ד"י קומט די זעלבע קליינע בעיסמענט שול ווי שכונת ויואל משה סטייל דהיינו נישט צו לעבן און נישט צו..