בלאט 1 פון 5

איז אידטיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:33 am
דורך יאנטשי
איך ווי רוב דא האב געהערט פון די נייע סייט און פארלאפענע פרייטאג, און אנצוקומען אהער האב איך געדריקט א לינק און די בראוזער האט מיר אהערגעפירט בעז"ה

יעצט שטעלט זיך די שאלה, ווען דער חבר מיינער זאל נאר פארציילן איבער די אבער נישט אריינשיקן א לינק, צו וואלט איך געדענקט די נאמען פון די סייט? און אויב יא וואלט איך עס געקענט נאכשרייבן?

אין קורצן איז מיין שאלה צו איר האלט אז דאס איז א פאסיגע נאמען וואס איר וואלט געגעבן פאר אייער ביזנעס, אדער וואלט איר געווען מער קריעטיוו און געזוכט אפעס דיפרענט?

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:09 am
דורך מאושר
ס׳זאגט זיך נאכנישט אזוי פלואינטלי
אבער וועט לכאורה מיט די צייט זיך איינעסן
דער עולם איז זייער עקסיידעט פאר די איידיע בעצם

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:55 am
דורך נחום
לכאורה נישט די בעסטע נאמען.

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 11:47 am
דורך מיימוני
ניין.

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 11:52 am
דורך אסמכתא בעלמא
זייער א שיינע דיסקוסיע. (קיינער קלערט נישט אז ס'איז נוגע למעשה... ריכטיג?)

לעצם הענין, אין די הנהלה פון אידטיש זענען ב"ה דא א צוזאמשטעל פון 'לאנגיאריגע' וועב דעוועלאפער, גרעפיק דעזיינער, שרייבער און זאגאר: רעדאקטארן.

יעדע זאך איז אלעמאל אפן פאר דעבאטע, איך זאג נאר...

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:02 pm
דורך בן מלך
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:52 am זייער א שיינע דיסקוסיע. (קיינער קלערט נישט אז ס'איז נוגע למעשה... ריכטיג?)

לעצם הענין, אין די הנהלה פון אידטיש זענען ב"ה דא א צוזאמשטעל פון 'לאנגיאריגע' וועב דעוועלאפער, גרעפיק דעזיינער, שרייבער און זאגאר: רעדאקטארן.

יעדע זאך איז אלעמאל אפן פאר דעבאטע, איך זאג נאר...
אלזא, וואס איז טאקע פשט פון אזא שווער-ארויסזאגנדע נאמען?

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:12 pm
דורך מאנטרעאל
שווער צו זאגן

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:35 pm
דורך וועלגערערס צום טיש
בן מלך האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:02 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:52 am זייער א שיינע דיסקוסיע. (קיינער קלערט נישט אז ס'איז נוגע למעשה... ריכטיג?)

לעצם הענין, אין די הנהלה פון אידטיש זענען ב"ה דא א צוזאמשטעל פון 'לאנגיאריגע' וועב דעוועלאפער, גרעפיק דעזיינער, שרייבער און זאגאר: רעדאקטארן.

יעדע זאך איז אלעמאל אפן פאר דעבאטע, איך זאג נאר...
אלזא, וואס איז טאקע פשט פון אזא שווער-ארויסזאגנדע נאמען?
די אלט געזעצענע העלן קענען זאגן פאר די אינגווארג "כ'דענק נאך ווען ... האט געהייסן יותיש.... עפעס אזוי... די ראצער וואס געדענקסטו?"

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:38 pm
דורך באבא נתן
אבסעלאטלי נאט!
זאגט זיך זייער שווער

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
דורך למעלה
ס'וועט זיך אריינזעצן לכאורה. כ'גלייב נישט עניוועי די הנהלה גייט עס טוישן. אלעס לויפט שוין אויף די נאמען.

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:46 pm
דורך באבא נתן
למעלה האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm ס'וועט זיך אריינזעצן לכאורה. כ'גלייב נישט עניוועי די הנהלה גייט עס טוישן. אלעס לויפט שוין אויף די נאמען.
למעלה שרייבט לכאורה נדמ

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:48 pm
דורך למעלה
באבא נתן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:46 pm
למעלה האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm ס'וועט זיך אריינזעצן לכאורה. כ'גלייב נישט עניוועי די הנהלה גייט עס טוישן. אלעס לויפט שוין אויף די נאמען.
למעלה שרייבט לכאורה נדמ
חחח

---

וואס איז נדמ (מפתח דארף מען דא)

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:51 pm
דורך באבא נתן
נישט דו מנהלים…

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:52 pm
דורך למעלה
באבא נתן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:51 pm נישט דו מנהלים…
קעי. פארגעשטעלט עפעס אזוי.

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:54 pm
דורך שכל הישר
לדעתי ברויך מען טוישן נאמען...
אפשר אידישע טישל, און מען וועט עס ריפן טישל...

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:55 pm
דורך נחום
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:54 pm לדעתי ברויך מען טוישן נאמען...
אפשר אידישע טישל, און מען וועט עס ריפן טישל...
לייק

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:21 pm
דורך אויטענטיש
אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן.
זאגט זיך נישט (דערווייל) אזוי סמאאטלי..
אבער ס'וועט אריינקומען גוט מיט די צייט.
#טיים_וויל_טעל

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
דורך קלוגער חכם
זייער שווער ארויסצוזאגן. די טי"ת תיכף נאכן דל"ת מאכט עס זייער אומבטעמט

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:25 pm
דורך למעלה
קלוגער חכם האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm זייער שווער ארויסצוזאגן. די טי"ת תיכף נאכן דל"ת מאכט עס זייער אומבטעמט
מען ברויך נישט זאגן די ד ס'איז נישט מעכב...

איך רוף עס יוֹּטֶיש...

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 pm
דורך גוטמאטיג
נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:55 am לכאורה נישט די בעסטע נאמען.
גאמ

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:17 pm
דורך רעגנדיג
אבסאלוטלי נישט

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:19 pm
דורך איך בין עס
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:52 am זייער א שיינע דיסקוסיע. (קיינער קלערט נישט אז ס'איז נוגע למעשה... ריכטיג?)

לעצם הענין, אין די הנהלה פון אידטיש זענען ב"ה דא א צוזאמשטעל פון 'לאנגיאריגע' וועב דעוועלאפער, גרעפיק דעזיינער, שרייבער און זאגאר: רעדאקטארן.

יעדע זאך איז אלעמאל אפן פאר דעבאטע, איך זאג נאר...
סמאכט בכלל נישט אויס ווער עס שטייט אינטער דעם נאמען, אויב די עולם האט עס נישט ליב וועט זיך עס שווער איינעסן,

בעסער טוישן ווען סאיז נאך קלןיין ווי אדער ווען נאך פריש ווי איידער שפעטער
מיי עפיניען

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:24 pm
דורך יאנטשי
איך בין עס האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:19 pm

בעסער טוישן ווען סאיז נאך קלןיין ווי אדער ווען נאך פריש ווי איידער שפעטער
מיי עפיניען
פארקערט, היינט איז אין סטייל צו טוישן נאמען פון פאפולערע געשעפטן און סערוויסעס...

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:26 pm
דורך דזשארדזש וואשינגטאן
איך האב 'נאכנישט' קיין מיינונג, איך ווארט אז ס'נאמען זאל זיך זעצן (צום טיש...) און עמער זעהן און א חודש צוויי דריי אויב סווערט גרינגער, אדער שווערער.

Re: איז איד-טיש א גוטע נאמען?

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:37 pm
דורך איך בין עס
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:24 pm
איך בין עס האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:19 pm

בעסער טוישן ווען סאיז נאך קלןיין ווי אדער ווען נאך פריש ווי איידער שפעטער
מיי עפיניען
פארקערט, היינט איז אין סטייל צו טוישן נאמען פון פאפולערע געשעפטן און סערוויסעס...
סאו אויב איז דאס די פלאן זאל עס אזוי בלייבן, דערווייל איז עס זייער א שווערע נאמען!