בלאט 1 פון 2

אייגנארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
דורך ווייסע זאקן
וועלן מיר פרובירן צו ביישרייבן אביסעל אלטע שולן מיט היסטאריע אין די קעטסקיל בערג , בייגעלייגט מיט בילדער, ווי אנדערע רופן עס די בארשט בעלט,
וועל מיר אנפאנגן מיט די איבער 100 יעריגע שול אין די שטעטעל וואדרידזש

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:27 am
דורך חכם
פיינע טעמע דאס, יישר כח @ווייסע זאקן

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:37 am
דורך הארזים
מיר ווארטן מיט שפאנונג.

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:37 am
דורך אמר רבי אלעזר
ק"ק וואודרידזש

קרעדיט: שלמה ניימאן פון די וואך אין שריפט

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 am
דורך ווייסע זאקן
נאך בילדער פון מיין באזיך עטליכע וואכן צוריק אין די שטאטישע שול אין וואדרידזש וואס איז אפען א גאנץ יאר פאר מנין,
דאס איז די מנין שחרית 7:30 יעדן טאג אינדערפרי, רוב פון מנין זענען שטענדיגע מתפללים פון יעדן טאג א גאנצע יאר , יעדער האט זיך זיין באשטומטע ארט , עס איז זייער פונקטליך די מנין , רוב פון די מנין קומט נאך אן גענוג פרי פאר די צייט, און יעדער איז שוין דארט ביי ברכות , דער עולם איז העפליך איינער צום צווייטען מיטן גריסן א הויכען גוט מארגען אדער גוד מארנינג, עס איז דא כל מיני אידן , פון אלע סארטן אבער עס הערשט א ליבליכע שטימונג, אפילו איך אלס פרעמדער בין געווארן באגריסט העפליך פונעם עולם, די מנין דאווענט נישט צו שנעל און נישט צו שטייט, נאכן דאווענען איז דא א דף היומי שיעור, דער עולם צוגייט זיך און זיך באגריסן איינער דעם צווייטען א גוטן טאג , היינט צוטאגס איז דא א ליטווישע ישיבה סטאנציארט אין די בנין הבית המדרש די לעצטע פאר יאר, זיי לערנען אינעם היכל אין די בעיסמענט , און שלאפן אין דערנעבענדיגע הייזער , די סלאגאן גייט אז די שול האט נאכנישט אין די איבער 100 יאר פארפאסט א מנין שחרית יעדן איינציגע טאג

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:45 am
דורך טיפער ווי טיף
טעמפעל בית אל אין קאנגיאנגא לעיק אויפן ראוט 55

ס'איז געפענט געווארן 1923 זיי האבן אפגעצייכענט דאס יאר 100 יאר

ס'איז דא דארט 'אפיציעל' א מנין מנחה מעריב ביי קבלת שבת און א מנין שחרית שבת אינדערפרי 9:30
Screenshot_20230716_023927_Maps.jpg
Screenshot_20230716_023927_Maps.jpg (170.05 KiB) געזען געווארן 1896 מאל

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:47 am
דורך אמר רבי אלעזר
.

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:49 am
דורך אמר רבי אלעזר
ווייסע זאקן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am וועלן מיר פרובירן צו ביישרייבן אביסעל אלטע שולן מיט היסטאריע אין די קעטסקיל בערג , בייגעלייגט מיט בילדער, ווי אנדערע רופן עס די בארשט בעלט,
וועל מיר אנפאנגן מיט די איבער 100 יעריגע שול אין די שטעטעל וואדרידזש
קהל אנשי סענטערוויל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1903
די היינטיגע טאון שוהל קאנג אוהב שלום האט מען געבויעט 1930
צוליב א מחלוקה וואס האט אויסגעבראכן מיט די אינגערע דור איבער די שוחט פון די קהלה

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:53 am
דורך מאנטרעאל
שכח פאר אלע, ביטע לייגן צוביסלעך, עס איז שווער צו פאקוסען.

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:55 am
דורך ווייסע זאקן
בילדער פון די דף היומי שיעור נאך שחרית אין די וואדריזש שול, אויך א בילד פון די בוך פון היסטאריע וואס די שול איז געגרינדעט געווארן אין 1903

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:59 am
דורך ווייסע זאקן
מאנטרעאל האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:53 am שכח פאר אלע, ביטע לייגן צוביסלעך, עס איז שווער צו פאקוסען.
יאפ א דאנק ,
מיין פלאן איז געווען צו ביישרייבן מיט בילדער פון 15 אלטע שולן אין די קעטסקיל בערג וואס איך האב באזיכט,
אבער דער עולם האט אריינגעהאקט אן קיין חשבון :oops:

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:01 am
דורך טיפער ווי טיף
ווייסע זאקן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:59 am
מאנטרעאל האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:53 am שכח פאר אלע, ביטע לייגן צוביסלעך, עס איז שווער צו פאקוסען.
יאפ א דאנק ,
מיין פלאן איז געווען צו ביישרייבן מיט בילדער פון 15 אלטע שולן אין די קעטסקיל בערג וואס איך האב באזיכט,
אבער דער עולם האט אריינגעהאקט אן קיין חשבון :oops:
אנטשולדיגט
@אסמכתא בעלמא מאך סדר

מיין פאוסט לייג שפעטער אדער מעק אויס כ'האב עס נאר געלייגט צוליב וואס ס'איז ממש די הונדערסטע יאר כ'האב אבער נישט מער דעטאלן

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:06 am
דורך ווייסע זאקן
די זמנים פונעם בית המדרש וואס הענגט אינעם גלאזענעם באקסעל אויפן גאס אויפן וואנט פון שול

א בריוו פונעם יעצטיגן רב וואס הענגט אויפן וואנט איבער די עירוב אין שטאט וואדרידזש.

אייגענארטיגע זיגל אין די ספרים אינעם וואדרידזשער שול וואס ברענגט ארויס די היסטאריע פונעם מקום,
"זייטס א חלק פון די היסטאריע פונעם שול אין די נעקסטע 100 יאר" .

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:07 am
דורך טיפער ווי טיף
שכח @ווייסע זאקן גיי אן
זייער אינטערסאנט

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:09 am
דורך ווייסע זאקן
אויפן וואנט פון בית המדרש ווי די מתפללים פון די קהילה קענען לייגן מודעות, סאיז אינטערסאנט צו זען כל מיני מודעות אויפן וואנט.

די מודעה אויפן וואנט אינעם היכל פון די ישיבה אין בעיסמענט וועגן (פאלפונים)סעלפאונס.

א בריוו פון רב משה היינעמאן פון באלטימאר איבערן חשיבות פונעם ארטיגן רב הקהילה.

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:19 am
דורך חכם
אמר רבי אלעזר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:37 am ק"ק וואודרידזש

קרעדיט: שלמה ניימאן פון די וואך אין שריפט
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די שריפט אנליין?!

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:52 pm
דורך בן רבינו
די שריפט ארטיקל און די שול פון וואס @ווייסע זאקן רעדט איז צוויי אנדערע. ביידע זענען אקטיוו.

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:53 pm
דורך בן רבינו
חכם האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:19 am
אמר רבי אלעזר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:37 am ק"ק וואודרידזש

קרעדיט: שלמה ניימאן פון די וואך אין שריפט
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די שריפט אנליין?!
מסתמן נישט. ער האט עס באקומען לכאורה פינעם שרייבער.

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:05 pm
דורך ווילסאן
איינער האט עטוואס ידיעות איבער די ביהמ''ד אויף גלען וויילד ראוד? אנגעפירקעלט ליידער די פארגאנגענע שטיק צייט...

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 10:33 pm
דורך העלדיש
בן רבינו האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:53 pm
חכם האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:19 am
אמר רבי אלעזר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:37 am ק"ק וואודרידזש

קרעדיט: שלמה ניימאן פון די וואך אין שריפט
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די שריפט אנליין?!
מסתמן נישט. ער האט עס באקומען לכאורה פינעם שרייבער.
אדער איז ער גאר די שרייבער...

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 12:05 pm
דורך כחלום יעוף
ווילסאן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:05 pm איינער האט עטוואס ידיעות איבער די ביהמ''ד אויף גלען וויילד ראוד? אנגעפירקעלט ליידער די פארגאנגענע שטיק צייט...
ביטע צוצייכענען אן אדרעס

Re: אייגענארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 4:20 am
דורך האמער און זיימער
ווילסאן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:05 pm איינער האט עטוואס ידיעות איבער די ביהמ''ד אויף גלען וויילד ראוד? אנגעפירקעלט ליידער די פארגאנגענע שטיק צייט...
סאיז פארשפארט זעט אויס

Re: אייגנארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:36 pm
דורך שלמי ברייער
איך האב מיט א לאנגע צייט צוריק באשריבן אין די מאמענט די קעטסקילס, פאר יענעם ארטיקל האב איך אפגעשטאט א באזוך צווישן פילע בתי מדרשים אין די קעטסקילס, און יא, עס זענען ליידער דא אסאך אלטע פארלאזטע בתי מדרשים דארט.

אגב, דאס וואס @ווייסע זאקן שרייבט אז מ'האט עס גערופן בארשט-בעלט, בארשט-בעלט איז געווען די מאדערענע רעזארטס, נישט די ערליכע געגנטער וועלכע האבן געהאט בתי מדרשים.

איך האב בילדער, אבער עס איז צו גרויס צו ארויפלייגן, אויב איינער האט א לינק וויאזוי כ'קען עס ריסייזן וועל איך קענען לייגן.

Re: אייגנארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:01 pm
דורך המברך יתברך
שלמי ברייער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:36 pm איך האב בילדער, אבער עס איז צו גרויס צו ארויפלייגן, אויב איינער האט א לינק וויאזוי כ'קען עס ריסייזן וועל איך קענען לייגן.
מ'קען ריסייזן אין PAINT און אין OFFICE PICTURE.

Re: אייגנארטיגע אלטע בתי מדרשים אין די קעטסקילס

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:03 am
דורך טיפע טאשן
שלמי ברייער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:36 pm איך האב מיט א לאנגע צייט צוריק באשריבן אין די מאמענט די קעטסקילס, פאר יענעם ארטיקל האב איך אפגעשטאט א באזוך צווישן פילע בתי מדרשים אין די קעטסקילס, און יא, עס זענען ליידער דא אסאך אלטע פארלאזטע בתי מדרשים דארט.

אגב, דאס וואס @ווייסע זאקן שרייבט אז מ'האט עס גערופן בארשט-בעלט, בארשט-בעלט איז געווען די מאדערענע רעזארטס, נישט די ערליכע געגנטער וועלכע האבן געהאט בתי מדרשים.

איך האב בילדער, אבער עס איז צו גרויס צו ארויפלייגן, אויב איינער האט א לינק וויאזוי כ'קען עס ריסייזן וועל איך קענען לייגן.
פראביר דאס אויס ארבעט א מחי'
https://bulkresizephotos.com/en