התנא רבי אלעזר בן רבי שמעון - יארצייט כ''ה אלול

אונזער היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

התנא רבי אלעזר בן רבי שמעון - יארצייט כ''ה אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

כ''ה אלול איז אנגענומען אין די וועלט צו זיין די יארצייט פון התנא ר' אלעזר בן ר' שמעון.

ר' אלעזר איז געווען פון די פיפטע דור תנאים. א חבר פון רבי יהודה הנשיא, רבי ישמעאל בן ר' יוסי, ר' יהודה, און ר' אלעזר בן שמוע.
זיין עיקר רבי איז געווען זיין טאטע ר' שמעון בן יוחאי, וואס פון אים האט ער מקבל געווען דאס רוב פון זיין תורה. אזוי אויך האט ער ווי באקאנט פארברענגט מיט אים דרייצען יאר אין די מערה.
נאך דעם וואס זיין טאטע רשב''י איז נסתלק געווארן. איז ר' אלעזר אריבער געגאנגען לערנען תורה ביי רבן שמעון בן גמליאל, און ר' יהושע בן קרחה.
ר' אלעזר איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסי בן לקוניא.


אין זיינע אינגע יארן איז ר' אלעזר בן ר' שמעון נישט געווען קיין גרויסער מר בר רב אשי. ער פלעגט עסן גאר אסאך, און איז געווען אן אויסטערלישען גיבור. איינמאל זענען אנגעקומען צו זיין טאטען אינדערהיים אפר סוחרים. און די סוחרים האבן געזעהן ווי אזוי יעדע ברויט וואס די פרוי פון רשב''י באקט נאר אפ, עסט גלייך רבי אלעזר אויף, און עס איז ממש נישט איבערגעבליבען קיין איין ברויט.
האבן זיך די סוחרים אזוי ציניש אויסגעדריגט, אז זיכער ליגט ביי ר' אלעזר אין בויך א שלאנג, און וואס ר' אלעזר עסט נאר, נעמט די שלאנג תיכף צו. און צוליב דעם ווערט ר' אלעזר נישט זאט. דאס האט זייער וויי געטוהן פאר ר' אלעזר צו הערן, איז ער געגאנגען. ער האט גענומען די אייזלען פון די סוחרים, און האט עס ארויפגעשלעפט אויפן דאך פון די הויז.
ווען די סוחרים האבן זיך גרייט געמאכט צו גיין ווייטער, האבן זיי באמערקט ווי די אייזלען זייערע זענען אויפן דאך. זיי האבן גלייך פארשטאנען ווער עס דאס געטוהן. זענען זיי געגאנגען צו רשב''י פארציילן וואס ר' אלעזר האט מיט זיי געטוהן.
פארציילענדיג פאר רשב''י, האט זיי רשב''י געפרעגט. האט עטץ אפשר עפעס געזאגט א שלעכט ווארט אויף ענק אז ער האט אזוי געטוהן צו ענק? האבן זיי ג'ענטפערט, יא און זיי האבן אים פארציילט די מעשה פון די ברויט. האט זיי רשב''י געפרעגט, וואס האט עטץ ענק אריינצומישען האט ער דען געגעסן פון ענקער ברויט? ער עסט דאך נאר פון באשעפער! האט רשב''י צוגעלייגט, גייט צו אים און זאגט אים בשמי, אז ער זאל אראפ נעמען ענקערע אייזלען פון דאך.
ר' אלעזר האט ווי פארשטייט זיך געפאלגט זיין טאטע, און אראפ גענומען די אייזלען פון דאך. און מיט זיין געוואלדיגע כוח האט ער אראפ געברענגט צוויי אייזלען אויף איין מאל. שפעטער, ווען ר' אלעזר האט זיך אריין געלייגט אין תורה, האט ער פארלוירן זיין גאנצע כח, אז אםילו זיין טלית איז אים אנגעקומען שווער צו אויפהייבען. (מדרש שיר השירים ה' י''ד)



רשב''י האט אמאל זיך אמאל אויסגעדריקט, אז אויב זאל מען זאן אז עס זענען נאר דא צוויי צדיקים וואס זענען ראוי צו מקבל זיין פני השכינה. איז דאס געוויס ער, מיט ר' אלעזר זיין זוהן. אזוי אויך אז ער צוזאמען מיט זיין זוהן ר' אלעזר קענען פטר'ן כל העולם כולו מן הדין מיום שנברא העולם עד עתה. (סוכה מה:)
די גמרא זאגט אז ווילאנג ר' אלעזר האט געלעבט, איז קיינער נישט געשטארבען פאר זיין צייט.

ר' אלעזר האט אמאל געוואלט אפשאצען זיין ערליכקייט, האט ער געטרינקען א געוויסע סם, און דערנאך ארויסגענומען פון זיך פעטענס, און האט די פעטענס געלייגט אויף די זון אין חודש תמוז אב. פארציילט די גמרא אז די פענטס זענען נישט פארשטינקען געווארן.



ר' אלעזר פלעגט אויף זיך נעמען שרעקליכע יסורים יעדע נאכט, אבער בייטאג האט ער נישט געוואלט וויבאלד דאס זאל אים נישט שטערן פון לערנען. ממילא יעדע נאכט פלעגט ער זאגן אחי ורעי בואו, און אינדערפרי האט ער געזוגט לכו מפני ביטול תורה.
די גמרא פארציילט ווי אוזי זיין ווייב פלעגט זיך אפגעבן מיט אים נישט וויסענדיג אז ער איז דער וואס ברענגט אליינס די יסורים אויף זיך. ביז איינמאל האט זי געהערט ווי אזוי ער רופט אליינס די יסורים אויף זיך. האט זי אים איבערגעלאזט און געגאנגען צו איר טאטעס הויז.
ר' אלעזר וואס האט געלעבט אויף זיין שווערס חשבון איז געבליבען אן קיין פרוטה. דער אויבערשטער האט אים אבער נישט פארלאזט, נאר תיכף האט זיך אראפגעלאזט א שטורעם אויפן וואסער, און אויפן וואסער זענען דעמאלטס געפארן זעכציג שיפן מיט סוחרים גרויסע עשירים. און זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטען אז ער זאל זיי ראטעווען פונעם שטורעם אין זכות פון ר' אלעזר. און זיי זענען טאקע געראטעוועט געווארן. זענען זיי געקומען צו ר' אלעזר און אים לכבוד דעם געגעבן א ריזן סכום פון געלט.



דער קעניג פון רוים האט געשטעלט ר' אלער צו כאפן גנבים. זיין עצה איז געווען, אז ער פלעגט אריין גיין פארמיטאג אין די רעטאראנטען, און וועמען ער האט געזעהן דרימלען האט ער פארשטאנען אז יענער איז נישט געשלאפען ביינאכט. איז ער נאכגעגאנגען אויב יענער האט ער האט עפעס אן ארבעט וואס מען האט געדארפט זיין אויף פארדעם ביינאכט, אדער דארף מען זיין אויף פארדעם גאר פרי, דאן האט ער אים אפגעלאזט. אויב אבער האט יענער נישט געהאט קיין ספעציעלע סיבה צו זיין אויף ביינאכט, האט ער אים תיכף ארעסטירט, צוליבען חשש פון זיין א גנב. (בבא מציעא פ''ג:)
די גמרא פארציילט אז דאס וואס ר' אלעזר איז געווען פארנומען מיטן כאפען גנבים האט גורם געווען א רייבעריי צווישען אים מיט אנדערע תנאים, וואס פאר זיי איז נישט געפאלן זיין ארבעט. און צווישען אנדערע האט אים ר' יהושע בן קרחה אנגערופען ''חומץ בן יין''.


ווען ר' אלעזר האט געזעהן אז עס איז געקומען זיין צייט צו גיין פון די וועלט, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב. אז לויט ווי ער פארשטייט זענען זיינע חברים אנגעווייטאגט אויף מיר, און דעריבער וועלן זיי זיך מישט אפגעבן מיט מיר ווי עס דארף צו זיין. דערפאר ווען איך וועל שטארבען, האב נישט מורא פון מיר, נאר טראג מיר ארויף אויפן בודעם און לייג מיך דארט אוועק. און אזוי האט זי טאקע געטוהן.
ר' אלעזר איז אזוי געליגען אין בוידעם פאר בערך אכצען יאר. און זיין פרוי פלעגט ארויף גיין כסדר צו זעהן וואס טוט זיך מיט אים. איינמאל האט זי ארויסגעשלעפט פון אים א האר, און צו איר וואונדער האט זי געזעהן ווי עס קומט ארויס בלוט. דאס מיינט אז זיין בלוט איז בכלל נישט פארגליווערט געווארן נאכן טויט.
איינמאל ווען זיין ווייב איז געווען אויבן אין בוידעם, האט זי געזעהן ווי א ווארעם קריכט ארויס פון די אויער פון ר' אלעזר, האט זי זיך דערשראקען ווייל זי האט געמיינט אז ער הייבט שוין אן צו ווערן פארפוילט. איז ר' אלעזר געקומען צו איר אין חלום און איר געזאגט, דאס וואס די האסט געזעהן א ווארעם ארויסקומען פון מיין אויער, איז וויבאלד איינמאל האב איך געהערט ווי איינער האט גערעדט דברי זלזול אויף א תלמיד חכם, און איך האב נישט מוחה געווען. און דערפאר בין איך באשטראפט געווארן. אבער האסט נישט וואס צו זארגען אז איך ווער פארפוילט.
די אלע יארן וואס ר' אלעזר איז געליגען אויפן בוידעם פלעגן מענטשען קומען צו די הויז פון ר' אלער מיט זייערע בעלי דינים כדי ר' אלעזר זאל פירן זייערע דיני תורות. זיי פלעגען פארלייגען זייערע טענות, און ר' אלעזר האט אראפ געשריגען פון אויבן די פסק.

איין מאל האט זיך איינער פון די שכינות דערוויסט פון דעם אז ר' אלעזר ליגט אויפן בוידעם נישט לעבעדיג, און זי האט אנגעהויבן פארשפרייטען א קול דערוועגן. און אזוי ווי דאס איז נישט געווען קיין כבוד פאר ר' אלעזר איז זיין טאטע ר' שמעון געקומען צו די חכמים אין חלום און זיי געזאגט. פרידה אחת יש לי ביניכם ואי אתם רוצים להביאה אצלי.

זענען די חכמים געגאנגען און האבן געוואלט נעמען די גוף פון ר' אלעזר זיך מיט דעם צו מטפל זיין, האבן די שטאט מענטשען זיך אנקעגן געשטעלט זאגענדיג אז ווי לאנג ר' אלעזר איז געווען דא, זענען נישט געקומען קיין חיות רעות אין שטאט. אבער יעצט אז מען וועט אים אוועקנעמען, האבן מיר מורא וואס עס וועט זיין.
האבן די חכמים געווארט ביז ערב יום כיפור, וואס דעמאלטס זענעם די שטאט מענטשען געווען פארנומען מיט די סעודות, זיי זענען שנעל געגאנגען און גענומען דעם גוף און דאס געוואלט בא'ערדיגען נעבן זיין טאטע. האט זיך אוועקגעשטעלט א שלאנג נעבן טיהר פון מערה און האט זיי נישט אריין געלאזט. האבן די חכמים געזאגט פארן שלאנג ''נחש נחש פתח פיך ויכנס בן אצל אביו'' האט זיך דער שלאנג אוועקגערוקט, און אריינגעלאזט די חכמים.


ווען דער זוהן פון ר' אלעזר ''ר' יוסי'' איז אוועק פון די וועלט, האבן אים די חכמים געוואלט ב'ערדיגען אין די נעבן זיין טאטע און זיידע. האט זיך א שלאנג געשטעלט ביים טיר און נישט אריין געלאזט. האבן די חכמים געגט פארן שלאנג די זעלבע נוסח. אבער דאן האט זיך דער שלאנג נישט גערוקט פאר זיי, און די חכמים זענען געווען געצווינגען צו אים לייגן אויף א צווייטע פלאץ. איז ארויס געקומען א בת קול, אז נישט ווייל איינער איז גרעסער פונעם צווייטען פאר דעם קען מען זיי נישט לייגען צוזאמען. נאר וויבאלד די צוויי האבן מיטגעמאכט די צער פון די מערה דרייצען יאר, משא''כ ר' יוסי.

נאכן שטארבען פון ר' אלעזר האט רבי יהודה הנשיא געשיקט צו די פרוי פון ר' אלעזר אז ער וויל מיט איר חתונה האבן. האט זי אים ג'ענטפערט, כלי שנשתמש בו קודש ישתמש בו חול? ווייל ער האט געהאט יסורים.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: התנא רבי אלעזר בן רבי שמעון יארצייט כ''ה אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

לשיטת רוב רובם הראשונים ואחרונים איז ר' אלעזר בן ר' שמעון דער באקאנטער פייטן ר' אלעזר הקליר.


תוס' אין מסכת חגיגה דף יג. אויף דעם וואס די גמרא זאגט, אז דער מרחק פון דער ערד ביזן הימעל און ווי אויך די רגלי החיות זענען א מהלך ת''ק שנה. ברענגט דארט תוס' דעם פיוט פון ר' אלעזר הקליר, וואו ר' אלעזר זאגט דארט, אז די רגלי החיות זענען נישט קיין מהלך ת''ק שנה, נאר א מהלך ת''ק וט''ו שנה.

תוס' זאגט דארט אז עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן טוישען דעם לשון הפיוט כדי אז עס זאל שטימען מיט די גמרא, און אויף דעם זאגט תוס' אז עס פעלט זיך נישט אויס צו טוישן דעם לשון, וויבאלד דער ר' אלעזר הקליר איז גאר געווען, התנא ר' ''אלעזר בן ר' שמעון'', און ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל, און תוס' ברענגט אויך א ירושלמי וואו מיר זעהען טאקע אז די תנאים פון ירושלים האבן געלערנט אז די רגלי החיות זענען יא ת''ק ו''טו אמות.

תוס' ברענגט זיך א ראיה אז ער איז טאקע געווען פון ארץ ישראל, פון דעם וואס מיר זעהען אז ער האט נאר מחבר געווען פיוטים פאר די ערשטע טעג יו''ט, און דאס איז צוליב דעם וואס ער האט נאך געלעבט אין די זמנים וואס מען האט מקדיש געווען דעם חודש ע''פ ראיה, ממילא איז נאר געווען איין טאג יו''ט.

תוס' ברענגט אויך צו דער מדרש וואס מיר האבן אויבען געברענגט, אז דער תנא ר' אלעזר בן ר' שמעון איז געווען א פייטן, (מדרש שיר השירים ג' ו', מדרש ויקרא רבה ל' א') ווי די מדרש זאגט דער לשון, קרוי, ותנוי, וקרוב, ''ופייטן''.


דער רא''ש ברענגט אויך אראפ דעם שיטת התוס' אין ברכות (ל''ד). און אזוי איז אויך ברענגט אראפ ר' שמחה מויטרי (תלמיד רש''י) אין מחזור ויטרי (שכ''ה) און ער זאגט דארט אז אפילו אויב ער איז נישט געווען ר' אלעזר בן ר' שמעון, איז ער אבער זיכער געווען א תנא. אזוי אויך אין תוס' ר' יהודה החסיד (ר''י מסירילאון, ברכות יא.). און אזוי אויך ברענגט דער אור זרוע. (הל' ק''ש ס' י''ט) אזוי אויך אין שבולי הלקט (שבולת כ''ח) ברענגט ער א תשובה פון רבינו תם, וואס רבינו תם זאגט קלאר אז ר' אלעזר הקליר איז דער תנא ר' אלעזר בן ר' שמעון. אזוי אויך אין הגהות מיימוניות (תפילה פרק ו' ג') און אזוי אויך זעהען מיר, אז ווען ר' אייזיק טירנא דער בעל המנהגים שטעלט אויס די סדר היוצרות געבט ער כבוד פאר די פיוטי הקליר ווייל ער איז א תנא. (מנהגי ר' אייזיק טירנא שחרית לשביעי של פסח) און אזוי ברענגט דער ב''ח אורח חיים (סימן ס''ח) און אזוי ברענגט דער אליה רבה (קי''ג א') און אזוי אויך איז משמע אין שער הכוונות פון ר' חיים וויטאל.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2217

Re: התנא רבי אלעזר בן רבי שמעון יארצייט כ''ה אלול

פאוסט דורך מירון »

WOW!

יישר כח [גדול] פארן שרייבן.

וואו איז די מקור אז זיין יארצייט כ"ה אלול?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: התנא רבי אלעזר בן רבי שמעון יארצייט כ''ה אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

מירון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 3:07 pm WOW!

יישר כח [גדול] פארן שרייבן.

וואו איז די מקור אז זיין יארצייט כ"ה אלול?
איך ווייס נישט אויב ס'האט א מקור, אזוי ווי אסאך אנדערע יארצייטן לכאורה...
שרייב פאוסט