בלאט 1 פון 1

לעב-גראון פלייש - פראקטיק און הלכה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 am
דורך טיפע טאשן
היסטארישע דערגרייכונג - לעב פראדוצירטע פלייש באקומט א כשרות באשטעטיגונג

ארץ ישראל - א מדינת ישראל קאמפאני וועלכע פראדוצירט טשיקען אין א לעבעטאריע, האט באוויזן צו זיין דער ערשטער צו באקומען א כשרות זיגל אויף אירע פראדוקטן. ביז היינט האט די 'או יו' ארגאניזאציע זיך אפגעהאלטן פון באשטעטיגן סיי וועלכע פון די לעב באזירטע פלייש אדער טשיקן צוליב דעם וואס כדי צו פראדוצירן די פלייש מוז מען ניצן עטליכע צעלן פון דער לעבעדיגע בעל חי, א זאך וועלכע וואלט געהייסן 'אבר מן החי'. דערווייל האט קיינער נישט געטראפן א וועג ארום דעם, און דעריבער כאטש אין די אלגעמיינע גוי'אישע וועלט איז דאס א גאנגבארע זאך די לעצטע שטיק צייט ווייל ס'קאסט ווייניגער איז עס אבער ביי אידן נישט אריינגעקומען. דאס האט זיך אבער געטוישט יעצט ווען דער סופערמיעט סטארט אפ קאמפאני האט אויסגעטראפן א וועג צו נעמען צעלן פון אן איי, און געוויזן אז עס קען ארבעטן אזוי אויך אן דארפן צוקומען צו די טשיקן אליין, און באקומען א הכשר דערויף

JD Media

Re: לעב-גראון פלייש - פראקטיק און הלכה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:35 pm
דורך נפתלי
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 am היסטארישע דערגרייכונג - לעב פראדוצירטע פלייש באקומט א כשרות באשטעטיגונג

וויאזוי איז די טעם פון די סארט פלייש

Re: לעב-גראון פלייש - פראקטיק און הלכה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:37 pm
דורך וואסאפשט
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:35 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 am היסטארישע דערגרייכונג - לעב פראדוצירטע פלייש באקומט א כשרות באשטעטיגונג

ארץ ישראל - א מדינת ישראל קאמפאני וועלכע פראדוצירט טשיקען אין א לעבעטאריע, האט באוויזן צו זיין דער ערשטער צו באקומען א כשרות זיגל אויף אירע פראדוקטן. ביז היינט האט די 'או יו' ארגאניזאציע זיך אפגעהאלטן פון באשטעטיגן סיי וועלכע פון די לעב באזירטע פלייש אדער טשיקן צוליב דעם וואס כדי צו פראדוצירן די פלייש מוז מען ניצן עטליכע צעלן פון דער לעבעדיגע בעל חי, א זאך וועלכע וואלט געהייסן 'אבר מן החי'. דערווייל האט קיינער נישט געטראפן א וועג ארום דעם, און דעריבער כאטש אין די אלגעמיינע גוי'אישע וועלט איז דאס א גאנגבארע זאך די לעצטע שטיק צייט ווייל ס'קאסט ווייניגער איז עס אבער ביי אידן נישט אריינגעקומען. דאס האט זיך אבער געטוישט יעצט ווען דער סופערמיעט סטארט אפ קאמפאני האט אויסגעטראפן א וועג צו נעמען צעלן פון אן איי, און געוויזן אז עס קען ארבעטן אזוי אויך אן דארפן צוקומען צו די טשיקן אליין, און באקומען א הכשר דערויף

JD Media
וויאזוי איז די טעם פון די סארט פלייש
ווי לאנג דארף מען ווארטן צו עסן מילכיג??????? ? ?

Re: לעב-גראון פלייש - פראקטיק און הלכה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:42 pm
דורך וואוילער
אוי באשעפער, א נייע ארטיפישעל וועלט.

Re: לעב-גראון פלייש - פראקטיק און הלכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 1:09 pm
דורך אלף טויב
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 am היסטארישע דערגרייכונג - לעב פראדוצירטע פלייש באקומט א כשרות באשטעטיגונג

ארץ ישראל - א מדינת ישראל קאמפאני וועלכע פראדוצירט טשיקען אין א לעבעטאריע, האט באוויזן צו זיין דער ערשטער צו באקומען א כשרות זיגל אויף אירע פראדוקטן. ביז היינט האט די 'או יו' ארגאניזאציע זיך אפגעהאלטן פון באשטעטיגן סיי וועלכע פון די לעב באזירטע פלייש אדער טשיקן צוליב דעם וואס כדי צו פראדוצירן די פלייש מוז מען ניצן עטליכע צעלן פון דער לעבעדיגע בעל חי, א זאך וועלכע וואלט געהייסן 'אבר מן החי'. דערווייל האט קיינער נישט געטראפן א וועג ארום דעם, און דעריבער כאטש אין די אלגעמיינע גוי'אישע וועלט איז דאס א גאנגבארע זאך די לעצטע שטיק צייט ווייל ס'קאסט ווייניגער איז עס אבער ביי אידן נישט אריינגעקומען. דאס האט זיך אבער געטוישט יעצט ווען דער סופערמיעט סטארט אפ קאמפאני האט אויסגעטראפן א וועג צו נעמען צעלן פון אן איי, און געוויזן אז עס קען ארבעטן אזוי אויך אן דארפן צוקומען צו די טשיקן אליין, און באקומען א הכשר דערויף

JD Media
דאס גייט פארארזאכן א שטורעם...

הייסט עס פלייש? צו דארפן ווארטן פאר מיליכיג.
אויב קען מען עס מאכן פון א ד"א וועט מען עס מעגן עסן?
איז עס טאקע אבר מין החי? פארשטיי אז א אבר איז עס זיכער נישט, מען רעדט פון בלויז א סוויאב אזוי ווי קראנע (ווער געדענקט, נישט געזארגט עס וועט נאך זיין וואלן, וועסט דיר דענמאלטס דערמאנען).

וועל מיר ווארטן אויף ר' פנחס גלויבער'ס א משהו מער, גראדע פאט ער שוין גרעדט דערפון אונעם פארגאנגענהייט.