בלאט 1 פון 1

אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:01 am
דורך מאדערן ארט
קומט אריין מיט אייערע זיסע פלאפס און זייט מחזק די וואס מיינען אז נאר ביי זיי געשענט דיזע ענינים...

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 11:20 am
דורך וואוילער
מ'קען אויך שרייבן וואס ס'געשעהט נישט?
פאר סאם ריזען פאנג איך קיינמאל נישט אן קיין טעמע.

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:27 pm
דורך מאדערן ארט
פארוואס צופלאם איך זיך און צושריי מיר גאר הויך ביים דאווענען פינקט ווען איך מאך א מעסטעיק???

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:28 pm
דורך מאדערן ארט
און ווי אויך פינקט דעם שטיקל וואס איך קען נישט אויסעווענדיג



איז אויסגעריסן???

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:29 pm
דורך מאדערן ארט
דאווענדיג היינט שחרית, האט זיך באזעצט נעבן מיר א או-סי-די'ניק און אנגעהויבן גראדשענען די ווערטער אות ביי אות און עס דערנאך מעלה גרה געווען צענדליגע מאל, כדי זיכער צו מאכן אז ער האט עס טאקע מעלה גרה געווען זיבן מאל.

צו מיין מזל האט ער געפראוועט אינעם מנין פאר מיר, און פאר מיר איז נאר געבליבן מיטצוהאלטן דעם רבינו תם געלייגאכץ

און דא איז די וועלט געקומען צו אן אפשטעל... יאפ... אשר יצאתם ממצר... שוא י' קמץ צ' אבער יעצט קומט דעם פאנשער, וואס טוט מען מיט דעם סעם??? יו-צאס-העם... צוליב די גראפישקייט שרייב איך נישט ווייטער, און אויך ווייל כ'ווער דיזי פון זיך דערמאנען...

למעשה ווי אלעס אין די וועלט קומט דאך דאס אויך צו אן ענדע, און האט צוזאמגעדרייט זיין רבינו תם'ס, אריינגעלייגט אינעם בייטל, און.........

באמערק אז ער האט אנגעטון צוויי מאל זיין "רש'י" תפילין... און איז געגאנגען איבערלייגן רבינו תם'ס על אפי' ועל נערוואתי...

איך ווייס נישט צו או-סי-די גייט אריין אינעם כלל פון משיגע טוט וויי, אבער מיר האט עס זיכער זייער וויי געטון.

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 2:10 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
זוכה געוועהן צו מפטיר יונה דאס יאר מינומום איין מאל א חודש

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:29 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
איך האב מיך מיאוס אויס געגליטשט אין מקוה ערב יום קדוש...
כפרת עונות...

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:40 pm
דורך מאדערן ארט
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:29 pm איך האב מיך מיאוס אויס געגליטשט אין מקוה ערב יום קדוש...
כפרת עונות...
ס'נאך געווען באשמירט מיט די איבערבלייבענישן פון די כפרות כדי ס'זאל דינען אלס אן אמת'ע כפרת עונות?

Re: אלעמאל געשענט די זאכן [פינקט] צו מיר...

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:56 pm
דורך פייל און בויגן
פארגעסן המלך הקדוש ערב יום הקדוש ביי מנחה.

זיך דערמאנט ביי הויכע שמו"ע...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:14 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
מפטיר יונה צום צווייטן מאל די וואך....

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 5:30 pm
דורך וואוילער
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:14 pm מפטיר יונה צום צווייטן מאל די וואך....
זיי מסביר ביטע

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 6:52 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 5:30 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:14 pm מפטיר יונה צום צווייטן מאל די וואך....
זיי מסביר ביטע
מפטיר פון א יונה...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 11:14 pm
דורך שכח אייבערשטער
די ניק נאמען איז שוין באנוצט...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:33 am
דורך מאטאווירט
א נייע ציצית + אויפהייבן די בעבי וואס קייכט = א גרויסן אויליגן פלעק אייפן טלית קטן.

ב"ה פאר דעם.

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:33 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
זיך אויסגעגליטשט אין מקוה...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:51 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
אינמיטן א פלאם-פייערדיגע טענה'ריי אין מקוה איבער די פעטוועיס, באמערק איך מיין שווער ז.ז.ג. אביסל ארויפציר....

פארשטייסט, ביי אים אינדערהיים ווייס איך נישט קיין כי הוא זה פון די אלע זאכן...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:39 pm
דורך פליט
איך בין געגאנגן אויפן גאס, און געזען איינער באגריסט מיר מיט די האנט,
האב איך אים צירוק באגריסט מיטן האנט

האב איך באמערקט אז ער האט מיך גארנישט געמיינט, נאר באגריסט א צווייטן,

האט מיר שוין נישט געפאסט בין אין געבליבן מיט די האנט אין די הייעך כאילו איך ווארט פאר א טעקסי

שטעלט זיך אפ א עירפארט טעקסי און האט מיך גענומען צים עירפארט

למעשה בין איך יעצט דא אין פוילן און איך פראביר אנצוהייבן מיין לעבן פון דאסניי...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:31 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
איך בין צוגעגאנגען צום עמוד יעצט ביי מעריב, אינמיטן קרי"ש כאפן איך זיך אז איך האב שוין געדאווענט מעריב תיכף נאך מנחה...

הערסט, איך האב ארויסגעיאגט פון דארט... פרעג מיר נישט וויאזוי די מעשה האט זיך גענדיגט, ווייל איך בין שוין נישט דארט געווען...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:42 pm
דורך בן חיים
הא הא!

געווען אמאל א מעשה ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע שמחת תורה ביינאכט האט ער געזאגט פאר די גבאים אז ער וויל שוין גיין און בייהמ"ד דאווענען מעריב (עס איז געווען פריער ווי די זמן וואס מען האט געזאגט אז ער גייט אריינקומען) די גבאים האבן אים פרובירט צו זאגן אז די עולם איז נאכנישט דארט (איך לאז אויס א חלק פון די מעשה, אפשר וועל איך איינמאל צוריק קומען צו די מעשה עס איז גאנץ איטערעסאנט) א קיצור האט ר' יוסל געזאגט אז ער האט באשטעלט א בעל תפילה פאר שפעטער און ער האט נישט קיין בעל תפילה פאר יעצט האט די רבי געזאגט: העט די זידיטשויבער דאווענען האט ר' יוסל געזאגט די זידיטשויבער האט שוין געדאוונט זאגט די רבי העט ער נאכאמאל דאווענען (עפ"י הלכה מעג מען) א קיצור די רבי איז געגאנגען און ביהמ"ד און די זידיטשויבער איז דארט געווען און מען האט אים צוגעשיקט צום עמוד אינמיטן דאווענען קומט אריין די שמש פון צעהלימע ביהמ"ד און ער לאאכט וואס איז ? די זידיטשויבער האט פריער געדאוונט פארן עמוד און צעהלים....... (די מעשה גייט ווייטער אבער פאר יעצט איז דאס גוט)

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:17 pm
דורך מיילעך מעכל
איך בין אריין און גראסערי קויפן עפעס וויכטיג וואס מיין ווייב בעט מיר שוין פאר דריי שעה און איך ברויך גאר שטארק הכנות און געס וואט סאיז נישטא קיין ביהכ"ס אוןן דעם גראסערי
נו שוין

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:56 pm
דורך בערל דער פייפער
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:31 pm איך בין צוגעגאנגען צום עמוד יעצט ביי מעריב, אינמיטן קרי"ש כאפן איך זיך אז איך האב שוין געדאווענט מעריב תיכף נאך מנחה...

הערסט, איך האב ארויסגעיאגט פון דארט... פרעג מיר נישט וויאזוי די מעשה האט זיך גענדיגט, ווייל איך בין שוין נישט דארט געווען...
די ביסט עס געווען?

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:56 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:31 pm איך בין צוגעגאנגען צום עמוד יעצט ביי מעריב, אינמיטן קרי"ש כאפן איך זיך אז איך האב שוין געדאווענט מעריב תיכף נאך מנחה...

הערסט, איך האב ארויסגעיאגט פון דארט... פרעג מיר נישט וויאזוי די מעשה האט זיך גענדיגט, ווייל איך בין שוין נישט דארט געווען...
די ביסט עס געווען?
קען זיין אז איך...געהאט די זעלבע מעשה

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:58 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
היינט נאכן זיך אנטוהן אין מקוה, כאפ איך זיך אז איך האב נאר גענומען א שויער, און פארגעסן זיך צו גיין טובל'ען, איך האב שיינערהייט זיך צוריק אויסגעטוהן, און זיך געגאנגען טובל'ען.

כ'האף קיינער האט נישט באמערקט...



#מחנה מגושמים, @יום טוב...

Re: אלעמאל געשעען די זאכן (פונקט) צו מיר...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:59 pm
דורך יום טוב
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:58 pm היינט נאכן זיך אנטוהן אין מקוה, כאפ איך זיך אז איך האב נאר גענומען א שויער, און פארגעסן זיך צו גיין טובל'ען, איך האב שיינערהייט זיך צוריק אויסגעטוהן, און זיך געגאנגען טובל'ען.

כ'האף קיינער האט נישט באמערקט...



#מחנה מגושמים, @יום טוב...
:lol: :lol: