איטש... פיטש... וואס זאגסטו דא?
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 12:08 am
א גוטע וואך! א גוטע וואך!
אן קיין גרויס פאמפע, האט זיך געשאפן א נייע אידישן פארום, מיטן נאמען 'אידטיש' וואס טוט צושטעלן די נייעס'ן און געשמאקע שמועסערייען אינערהאלב כלל ישראל.
עס איז אן אויסערגעווענליכע הנאה און פרייד צוצוזען ווי עס ווערט צוגעשטעלט אזא פלאץ להנאת הציבור, און איז צו ערווארטן אז אלע באטייליגטע וועלן טאקע צוהעלפן אז עס זאל טאקע אייביג זיין א געשמאקע פלאץ צו באזוכן און פארברענגען.
וואס יא? דער נאמען איז אביסל פראבלעמאטיש. עס איז היבש שווער צו פראנאנסירן: איטש... פיטש... יתוש...
איך וואלט רעקאמאנדירט אז מען זאל צולייגן א נ אינעם ווארט, אז עס זאל זיין 'אידנטיש', וואס דאס וואלט גרינגער געמאכט פאר יעדן, צו קענען בעסער ארויסברענגען דעם נאמען, און אזוי פארגרינגערן דאס פארשפרייטונג פון דעם דאזיגן פארום.
דער ציבור ווערט געבעטן צוצולייגן זייערע געדאנקן וואס זיי וואלטן רעקאמאנדירט, און האפנטליך וועט זיך דער פירערשאפט רעכענען דערמיט, און פאררעכטן אין דער נאנטער צוקונפט, אז עס זאל זיין א דבר השלם.
א גוטע וואך.