הגה"צ רבי יצחק צבי דייטש זצ"ל אב"ד סענדרא/דעטרויט - ד' מנחם אב תשמ"ז
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:34 pm
כבוד קדושת הגאון הצדיק חסידא ופרישא עובד ה' רבי יצחק צבי דייטש זצ"ל - אב"ד סענדרא - ורב דקהל חרדים בעיר דעטרויט מישיגען.
בעל שיח יצחק על התורה מועדים ומכתבים.
איז געבוירן צו זיין פאטער הגאון החסיד רבי שמואל אהרן דייטש שו"ב זצ"ל ביום י"ב סיון תרע"ג אינעם אלעמען באקאנטן שטעטל באדראג קערעסטיר.
רבי יצחק צבי איז אויפגעוואקסן בצל הקודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווי זיין טאטע איז געווען דער שוחט און בעל תפילה, און איש סודו ובן בריתו פונעם הייליגן רבי ישעי'לע.
(רבי שמואל אהרן איז געווען מבני עליה ובעל השגה, ער איז געווען קוואליפעצירט צו דינען במשרת רבנות, אבער מתוך זיין מהות הענוה זייענדיג א מכניע מיט א געוואלדיגע התבטלות פאר צדיקים האט ער עס אפּגעווארפן!)
ער איז געווען א תלמיד פונעם גאון בעל לבושי מרדכי זצ״ל דער מאד'ער רב, אויך האט ער געלערנט אין די בארימטע פאיע ישיבה אנגעפירט דורכן פאיע רב הגה"צ רבי יחזקאל שרגא וויינבערגער זצ"ל הי"ד.
דערנאך איז ער אריבער לערנען אין די ישיבה ביי מרן הרה״ק מסאטמאר זי״ע אין שטאט קראלי.
פון וועם ער איז שוין פארבליבן א תלמיד מובהק און א חסיד נלהב.
ער איז געווען אן אויסגערופענער בחור א מתמיד אן א גרעניצען, ווי עס האבן מעיד געווען פילע פון די חברים וואס האבן געלערנט מיט אים אין די ישיבה יארן.
בזיווג ראשון פארן קריג איז ער געווען חתונה געהאט מיט הרבנית הצ' מרת מיריש בת הגה"צ רבי יצחק מאיר (ר׳ איטשע מאיר) לאנדא רב דביהמ"ד "חברת שומרי שבת" אין חוסט,
פון די פיר באקאנטע ברודער בני הגה"צ רבי משה בער לאנדוי מווערעצקי זצ"ל,
(רבי שלום נח דומ"ץ ווערעצקי, רבי יהושע העשיל אב"ד וויטקע, רבי חיים יוסף דומ"ץ ארשיווע.)
בימי הזעם אין די שרעקליכע יארן וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל איז ער פארוואלגערט געווארן אין דעם פרעסטיגן טויטליכן סיביר ווי ער האט דארט אונטער די שווערסטע אומשטענדן געדינט דעם אויבערשטען במסירת נפש, און מיט געוואלדיגע ניסים ונפלאות זיך געהאלטן ביים לעבן, מיט כשרות, שמירת שבת,
א געוואלדיגע יד ה׳ האט אים דארט באגלייט, ווי ער פלעגט עס פארציילן, להשריש אמונה בה׳.
נאכן קריג ווי ער האט פארלוירן זיין אשת נעורים מיט א קינד, האט ער נאכאמאל חתונה געהאט מיט נכדת חותנו מזיוויג הראשון, הרבנית הצדיקת סימא פערל בת רבי מאיר הלוי בוקסבוים ז"ל (בן רבי שמחה שו"ב אין סטראביטשאווע (נעבן מונקאטש) בן רבי אברהם מהשוחטים ביי די באקאנטע עלילת דם אין טיסא עסלאר, חתן הגה"ק מהר"י שפירא מטערצאל זצ"ל)
חתן רבי איטשע מאיר לאנדא הנ״ל,
און אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט איר לשם ולתפארת.
אזוי איז ער געווען פארוואגעלט אן א שום ידיעה איבער סיי וואס אין טיפן רוסלאנד,
ג' סליחות שנת תש"ז האט ער הערשט באקומען א בריוו פון זיין עלטערן ברודער הגה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא דייטש בעל 'טהרת יו"ט' מהעלמעץ זצ"ל, אז ער מיט נאך צוויי געשוויסטער
(אשת הרב החסיד רבי סענדער דייטש ז"ל ראה"ק קיט"ל דסאטמאר - ואשת הגה"צ רבי דוד בנציון קליין ז"ל אב"ד יסודות בארה"ק), זענען לעבן געבליבן און וואוינען אין אונגארן, איז ער צוריק געגאנגען קיין אונגארן,
דאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט סענדרא.
שנת תש״ט צוליב דאס קאמאניזם וואס האט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן, האט מען געמוזט הייבן פיס איז ער געגאנגען וואוינען קיין עיר הבירה וויען, ווי ער איז געווען א דיין ומורה הוראה אינעם באקאנטן "שיף שול".
בפקודת רבו הק' מסאטמאר האט ער געבויט דארט די מקוה טהרה, ווי מרן האט אים אפגעשריבן א לענגערע תשובה איבער די מקוה (שו"ת דברי יואל סימן ע"ז).
דארט האט ער געדינט ביז אום שנת תשי"ז ווען ער איז אריבער קיין אמעריקא אין נוי יארק וואוינען.
בשנת תשי"ח האט אים רבו הק' מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע ממנה געווען בשלחותו הק' און אים געשיקט לעבוד ולמשא בעול הרבנות אין שטאט דעטרויט וואס איז אין מישיגען,
ער זאל דינען דארט אין קהילת החרדים און צו מקרב זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים ולהכניסם תחת כנפי השכינה.
א שבת (פ׳ יתרו) פארן זיך ציעהן קיין דעטרויט ביים עולה זיין לתורה בבית מדרשו של מרן מסאטמאר האט די רבי זצ"ל אויסגעלאזט פארן דעטרויטער רב מיט די ווערטער "וילך לו אל ארצו" צומאכענדיג שוין דעם ספר האט ער געזאגט מיטן נוסח הקריאה... "קיין דעטרויט"....
דארט אין דעטרויט איז ביתו ובית מדרשו געווארן לתל תלפיות שהכל פונים שם, יעדער וואס האט נאר געדארשט לדבר ה׳ איז געקומען צו גיין יונק זיין פון דעם באר מים חיים תורה ועבודה וחסידות, ביתו היתה פתוח לרווחה אלס א הכנסת אורחים פאר הונדערטער אויסלענדישע געסט טעגליך,
ווער רעדט נאך פון א שבת טיש ווי עס זענען געזיצן און געשלאפן געסט מכל פינות העולם, משולחים, ראשי ישיבה, רבנים, אדמורי"ם, סתם ארחי פרחי, און דער רב אליינס מיט די רעבעצין זענען געשטאנען עומדים על גביהם און סערווירט די היימישע מעדני מלך.
דאס לעבן פאר א חסידישען (עהרליכער) איד איז דארט אין דעטרויט גארנישט געווען פון די לייכטע זאכן, קיין געשעפטן מיט אלע כשר'ע פראדוקטן איז נישט געווען, און בתכלית הכשרות זיכער זיכער נישט!!
פלייש: האט ער אליינס געשחט'ן בדחילו ורחימו דערנאך כשר געמאכט.
ברויט: איז געווען נאר פת עכו"ם דער רב פלעגט אליינס אראפגיין אין בעקעריי מיט זיינע כלים באקן יעדע שטיק צייט פילע קוואנטומען ברויט'ן פאר זיך די משפחה אין פאר די פילע הונדערטער אורחים...
חלב ישראל: האט קיינער ניטאמאל געזוכט! אלזא יעדע צוויי וואכן האט דער רב געדארפט זיך לאזן אין וועג אריין אראפגעפארן א מרחק רב צו א פארעם וואס האט מסכים געווען צו דעם טירחא פון מעלקן ספעציעל פארן רב אייגן געמאלקענע מילעך.
מקוה: שבת אינדערפרי פלעגט דער דעטרויטער רב גיין א מרחק רב פון פילע מיילן צימאל איבער צוויי שעה! צו קענען כאפן א טבילה במקוה, און בכלל פלעגט ער גיין אין מקוה גאר אסאך לקדש את גופו, אלץ האט ער געהאט א טלטול הדרך כבידה.
און מחנך זיין קינדער וויאזוי דער דעטרויטער רב האט געגליסט און אזא פארפרעמדעטע שטארק מאדערענע סביבה פאר די קינדער, איז אויך נישט געווען גרינג (מילד גערעדט) און אויף דעם מקום האט דער רב האט אריינגעלייגט א חינוך הבנים והבנות אן קיין שום שינוים און אפּנייגונג כקיצו של יוד כפי מה שקיבל, אפי' דער רוח המקום איז געווען אנדערש מקצה אל הקצה.
דער סענדרא דעטרויטער רב איז געווען א מהות רוחני פון א העכערע געשטאלט, א חסיד המתחסד עם קונו, א ירא שמים מרבים, א מענטש מיט א געוואלדיגן השתוקקת צום בוכ"ע א מהות מלא רגש ומלא רחמים רך הלבב לזולתו.
א שקדן בתורה יום ולילה א מתמיד עצום וואס האט געטראסקעט און געפּילעוועט אין די תורה הקדושה מיט א התמדה עצומה, מסיים געווען ש"ס מיט זיינע "דעטרויטער" חברתות פעמים רבות, שפתותיו הק' האבן שטענדיג געמורמעלט פרקים משניות אפי' נישט זיצענדיג ביי די גרויסע גמרא ביים סטענדער בחצר ביתו עלי דשא.
זיין חסידות ופרישות מהבלי עולם הזה איז נישט געווען מיט א ביטערקייט אדער דורך לאזן וויסן יעדן איינעם דערפון, נאר מיטן זעלבן חן ושמחה וואס ער האט געהאט צו א דבר מצוה מיט דעם זעלבן חשק און שמייכל האט ער ממאס געווען הבלים....
אויסער זיין התנהגות בקדושה עילאה, און זיין עבודת הק' איז ער געווען א געוואלדיגער בעל כשרון און גאר א געראטענער מהות א איש חכם ופּיקח, ער האט געהאט א געוואלדיגע כח השפעה וכח המושך ווי יעדער ארום אים איז צוגעצויגן געווארן מיט זיין מאגנאטישן כח פון אהבת הבריות, א שמחה וחן איז אייביג געווען שורה על פניו מיט א ווארימע ליבליכען ענוות חן שמייכל צו יעדן איד.
דאס צוגאנג צו קיום המצות איז געווען מיטן גרעסטן מאס שמחה, חשק, און אויסערגעווענדליכע התלהבות מיט אזא ברען אז דער גאנצער מציאות ארום אים איז מיטגעשלעפט געווארן מיט זיין פלאם ווי א לעקטערזירונג... אזוי האט ער אריינלייגט און אריינגעפלאנצן בכל הסובבים א געוואלדיגע ליבשאפט צו א דבר מצוה אדער סיי וועלכע דבר יהדות.
ווער רעד נאך פון די מצות החביבות אצל כל יהודי ווי א מצות באקן, קלויבן אן אתרוג, מצות סוכה, און בכלל א יו"ט במחיצתו איז געווען א עולם הבא ממש שפירענדיג און טאפּענדיג אין די לופט די שכינה וואס האט דאן געריהט אין זיין געגענווארג, עס האט אטאמאטיש געהויבן דעם מוט צו טוהן דעם רצון ה' מיט א שמחה אין חיות.
א דאווענען ביים עמוד איז געווען מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש כבן המתחנן לפני אביו, יעדעס ווארט מיט א טעם העליון וואס האט זיך צעגאסן אין אלע איברים הפנימיים וואס האט מעורר געווען לב השומעים, דאס תהילים זאגן יעדן טאג פאר מנחה איז אויך געווען מיט א געוואלדיגע השתפכות ווי מען האט געקענט הערן די בקשות אין אידיש לפני בוכ"ע.
די סיפורי מעשיות פון די הייליגע צדיקים בעש"ט הק' ותלמידיו וואס פלעגן ארויסקומען פון זיין מויל איז געווען מיט א בּרען א קאך אין די עובדות והנהגות פון די צדיקי אמת.
אזוי מיט די צייט ווי די "דעטרויטער אידן" האבן צוגעזען אזא מהות של צדיק א שפל ברך א פשטן האט זיך ארומגרופּירט א ציבור "אמאליגע קאלטע אידן" און האבן זיך אויך אונטער געגארטעלט זיך צו פירן בחמימות צו אידישקייט, און זענען צוגעקלעבּט געווארן צו אים באותות אהבה, און אים צוגעשטאנען לידיו מיט יעדע זאך.
דער דעטרויטער רב איז געווען מפורסם מיט זיינע ברכות שעשתה רושם, כמה וכמה עובדות וסיפורים ווערן פארציילט ווי אידן דארט אין דיטרויט זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע תפילות און ברכות.
מרן מסאטמאר האט אים אמאל געזאגט אז ער גיבט אים א כח לברך את ישראל, ובמיוחד לזיוויגים,
וואס דארט האט מען טאקע געזעהן גאר וואונדערליכע זאכן, און יודן וואס גייען נאך אלץ מתפלל זיין במקום מנוחתו איבער זיוויגים פארציילן ישועות וואס מען זעהט דארט.
א שיינער דור רבנים ומרביצי תורה איז דא אלס אן עדות לקורות חייו הק' שהקים שם באחד הערים הזרים באמעריקא,
בניו:
הרה"ג רבי שמואל אהרן דייטש שליט"א - אב"ד סענדרא, ורב דקהל חרדים דעטרויט, חתן רבי יוסף משה מייזליש מווייטצען.
הרה"ג ר' שמחה מאיר דייטש שליט"א - רב ביהמ"ד שיח יצחק דעטרויט סאפערן נ.י. - חתן הגרנ"י מייזעלס.
הרה"ג ר' שלום יוסף דייטש שליט"א מלפנים ר"י שיח יצחק, חתן רבי בערצי לייפער מנאדבורנא ב"פ.
הרה"ג ר' יעקב חיים דייטש שליט"א, חתן רבי משה גראס משארמאש.
חתניו:
הגה"צ רבי יעקב מנחם טענענבוים שליט"א, אב"ד טארנא - קרית יואל, בן הגה"צ אב"ד מילדוי זצ"ל.
הרה"ח רבי אלי' גליק שליט"א, קרית יואל.
הרה"ג רבי מאיר זאב פריעדמאן שליט"א, קרית יואל.
נסתלק ביום ד' אב שנת תשמ"ז - ונטמן בחלקת הרבנים בקרית יואל.