בלאט 1 פון 3

די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 3:55 pm
דורך איטשע
משה וואס מאכסטו? הער איך א פאררייכערטע שטימע פון הונטער מיין טלית, כ'דריי מיך ארום און כ'זע מיר פארנט פון א משולח וואס האט נארוואס געזעהן מיין נאמען אויף מיין טלית בייטל און שרייט עס שוין אויס ווי כאילו ער האט געטראפן אן אלטע פריינט. ...ר' יוד, כ'געב אייך א צענער, נישט ווייל די ביסט מיין אלטע פריינט, נישט וועגן כ'קען דיר פון ערגעץ, נאר וועגן די ביסט א יוד וואס דארף צוקומען צו אנדערע מענטשן און כ'וויל דיר העלפן!

אבער טאקע וועגן זיי ברויכן צוקומען צו אנדערע מענטשן צו דעקן זייער טאג טעגליכע לעבן מוזן זיי אויך פארשטיין אז אונז אמעריקאנע יודן וואס לעכצן ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל, זענען נישט אייביג אויף א מציאות צו קענען אויפנעמען מענטשן, למשל נאך 10 באנאכט איז שוין שטיל אין מיין הויז, און ווען א משולח קלאפט אין טיר איז עס נישט איינגענעם... כ'געב דעיר גערן געלט, אבער רעכן דיך מיט אנדערע מענטשן

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 3:58 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
דו הייסט עכט משה?? כהאב געמיינט דו הייסט איטשע... בושות...

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm
דורך איטשע
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 3:58 pm דו הייסט עכט משה?? כהאב געמיינט דו הייסט איטשע... בושות...
משה איטשע

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
צום ענין, א פאנדרעיזער האט מיך לעצטנס אויפגעהאלטן איבער 10 מינוט נאכן דאווענען. ער האט מיך ארויסבאגלייט פון ביהמ"ד ביז איך בין שוין געזיצן אין קאר.

איך האב אים געוואלט זאגן אין פנים 'אינגערמאן, דו קענסט מיך אפלאזן, איך יאג מיך?'

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:03 pm
דורך דער תהלים איד
זייער שווער, זייער שווער. גאר שווער איז דאס.

איך ארבעט ביטער שווער אויף מיינע מידות ווען ס'קומט צו געלטגייער וואס האלטן אז ס'קומט זיי מער ווי איין דאלאר.

ווער רעדט נאך אויב האט יענער באקומען רשות צו מאכן אן אפיעל. ער רופט אויס מיט פאטאס אז ער מאכט שוין חתונה די פערטע קינד און איין קינד איז ליידער אין שפיטאל מיט א לונגן אנטצינדונג (ווי לאנג שוין?) און ס'קאסט אים אפ שווערע געלטער (וואס? די שפיטאל?), און ער בעט לכה"פ $180 און ער וועט אינזין האבן ביים קבר פון זיין זיידן.

פארוואס גענוי זאל איך אים געבן מער ווי איך גיב פאר זיין חבר, א עני מרחם אצמו, וואס קומט דא אזוי איידל מיט א חתונה בריוול אין די האנט, און האלט שוין גראדע ביי די 11'טע קינד?

נאר וואס דען? איך פרוביר צו ארבעטן אויף מיינע מידות. מ'קען דאך פארט קיינמאל נישט וויסן.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:05 pm
דורך איטשע
ווען איך געב געלט פאר א נצרך, וועל איך קיינמאל נישט האבן די מחשבה אז כ'געב איהם צוליב זיין צעטיל מיט רויטע קידוש לבנה אותיות אז 3 קינדער זענען אין שפיטאל, און 5 דארפן חתונה האבן, וכדו', מ'געבט איהם געלט פשוט ווייל א יוד דארף געלט דארף מען איהם העלפן, אין פאקט דארף ער צוקומען צו מענטשן און מ'דארף איהם העלפן, נישט קיין חילוק פאר וועלכע זאך ער דארף געלט

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:09 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm צום ענין, א פאנדרעיזער האט מיך לעצטנס אויפגעהאלטן איבער 10 מינוט נאכן דאווענען. ער האט מיך ארויסבאגלייט פון ביהמ"ד ביז איך בין שוין געזיצן אין קאר.

איך האב אים געוואלט זאגן אין פנים 'אינגערמאן, דו קענסט מיך אפלאזן, איך יאג מיך?'
און ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן זיין לאאאאנגע דרשה האב איך אים געגעבן צען דאלער, אבער ער האט עס נישט געוואלט אננעמען, ער זאגט איך דארף נישט דיין געלט איך דארף דיין הארץ..... לאמיך הערן נאכאמאל, וואס דארפסטו?.. ער וויל איך זאל מיך אויפסיינען חודש'לעך...

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:12 pm
דורך טובי' שרייבער
די פראבלעם איז, אז נאכדעם וואס איינער מאכט מיר משוגע, האב איך שוין נישט קיין חשק צו געבן פאר איינעם וואס דארף יא וויכטיג.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:17 pm
דורך דער תהלים איד
ס'איז א שווערע עבודה. נאר וואס, איך טראכט אלס "איך מוז לויבן אז איך בין נישט אויף די אנדערע זייט". יענער ליידט למעשה מער!

אגב, איך גיב קיינמאל נישט א "קוואדער" ווי איינגעפירט ביי געוויסע שולן... נאר פאר איינעם וואס קאלעקט פאר א מוסד און קומט וועכענטליך וכדו'. אבער א איד וואס גייט פאר זיך, געבן א קוואדער? איך פארשטיי עס נישט... ענדערשט גיב איך גארנישט. ס'פשוט מבזה געווען.

טראכט פון יענעמס זייט. ער מאכט חתונה, ער איז א בעל חוב פון עטליכע צענדליגע אלפים, ער האט זיך ארויסגעשלעפט צו 'קלייבן' און קלעטערן, ער איז שוין ב"ה אנגעקומען, און איך גיב אים א? "קוואדער"?! דאס אידעך א שטויס.

כנלענ"ד.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:27 pm
דורך העלדיש
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm צום ענין, א פאנדרעיזער האט מיך לעצטנס אויפגעהאלטן איבער 10 מינוט נאכן דאווענען. ער האט מיך ארויסבאגלייט פון ביהמ"ד ביז איך בין שוין געזיצן אין קאר.

איך האב אים געוואלט זאגן אין פנים 'אינגערמאן, דו קענסט מיך אפלאזן, איך יאג מיך?'
נו, ווער האט דיר נישט געלאזט?

ווען דו האלטסט נישט ביים געבן איז די געזינטסטע וועג אים צו זאגן קלאר, אינגערמאן איך קען נישט יעצט געבן. אנשטאט צו אנהייבן דרייען מיט די צינג אין אלע זייטן

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:29 pm
דורך העלדיש
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:17 pm ס'איז א שווערע עבודה. נאר וואס, איך טראכט אלס "איך מוז לויבן אז איך בין נישט אויף די אנדערע זייט". יענער ליידט למעשה מער!

אגב, איך גיב קיינמאל נישט א "קוואדער" ווי איינגעפירט ביי געוויסע שולן... נאר פאר איינעם וואס קאלעקט פאר א מוסד און קומט וועכענטליך וכדו'. אבער א איד וואס גייט פאר זיך, געבן א קוואדער? איך פארשטיי עס נישט... ענדערשט גיב איך גארנישט. ס'פשוט מבזה געווען.

טראכט פון יענעמס זייט. ער מאכט חתונה, ער איז א בעל חוב פון עטליכע צענדליגע אלפים, ער האט זיך ארויסגעשלעפט צו 'קלייבן' און קלעטערן, ער איז שוין ב"ה אנגעקומען, און איך גיב אים א? "קוואדער"?! דאס אידעך א שטויס.

כנלענ"ד.
זייער שיין פון דיר.
אבער איך געב צדקה צו דינען די אייבערשטער און אונז ווייס מיר אז אפי' א קליינע נדבה איז חשוב אין הימל, אי''ה ווען איך וועל געווינען די לאטערי קען ער צוריקומען

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:33 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:27 pm
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm צום ענין, א פאנדרעיזער האט מיך לעצטנס אויפגעהאלטן איבער 10 מינוט נאכן דאווענען. ער האט מיך ארויסבאגלייט פון ביהמ"ד ביז איך בין שוין געזיצן אין קאר.

איך האב אים געוואלט זאגן אין פנים 'אינגערמאן, דו קענסט מיך אפלאזן, איך יאג מיך?'
נו, ווער האט דיר נישט געלאזט?

ווען דו האלטסט נישט ביים געבן איז די געזינטסטע וועג אים צו זאגן קלאר, אינגערמאן איך קען נישט יעצט געבן. אנשטאט צו אנהייבן דרייען מיט די צינג אין אלע זייטן
ער האט געזעהן אז איך יאג מיך ווייל בשעת ער האט מיך באגלייט האב איך געענדיגט צאמלייגן טלית און תפלין, אוועקגעלייגט מיין בייטל, ער האט מיך ארויסבאגלייט בשעת ווען אגאנצן צייט האב איך פרובירט צו ענדיגן די שמועס מיט אים. איך האב שוין לאנג געהאלטן נאכן געבן 10 דאלער און איך האב ניטאמאל געוויסט וואס ער וויל נאך פון מיר.
צום סוף איז ער צוגעקומען צום ענין אז ער וויל איך זאל געבן אפשר 500 א חודש אדער לויט מיינע יכולות...

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:35 pm
דורך דאפלטער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:17 pm ס'איז א שווערע עבודה. נאר וואס, איך טראכט אלס "איך מוז לויבן אז איך בין נישט אויף די אנדערע זייט". יענער ליידט למעשה מער!

אגב, איך גיב קיינמאל נישט א "קוואדער" ווי איינגעפירט ביי געוויסע שולן... נאר פאר איינעם וואס קאלעקט פאר א מוסד און קומט וועכענטליך וכדו'. אבער א איד וואס גייט פאר זיך, געבן א קוואדער? איך פארשטיי עס נישט... ענדערשט גיב איך גארנישט. ס'פשוט מבזה געווען.

טראכט פון יענעמס זייט. ער מאכט חתונה, ער איז א בעל חוב פון עטליכע צענדליגע אלפים, ער האט זיך ארויסגעשלעפט צו 'קלייבן' און קלעטערן, ער איז שוין ב"ה אנגעקומען, און איך גיב אים א? "קוואדער"?! דאס אידעך א שטויס.

כנלענ"ד.
הייליג!!

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:47 pm
דורך העלדיש
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:33 pm
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:27 pm
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm צום ענין, א פאנדרעיזער האט מיך לעצטנס אויפגעהאלטן איבער 10 מינוט נאכן דאווענען. ער האט מיך ארויסבאגלייט פון ביהמ"ד ביז איך בין שוין געזיצן אין קאר.

איך האב אים געוואלט זאגן אין פנים 'אינגערמאן, דו קענסט מיך אפלאזן, איך יאג מיך?'
נו, ווער האט דיר נישט געלאזט?

ווען דו האלטסט נישט ביים געבן איז די געזינטסטע וועג אים צו זאגן קלאר, אינגערמאן איך קען נישט יעצט געבן. אנשטאט צו אנהייבן דרייען מיט די צינג אין אלע זייטן
ער האט געזעהן אז איך יאג מיך ווייל בשעת ער האט מיך באגלייט האב איך געענדיגט צאמלייגן טלית און תפלין, אוועקגעלייגט מיין בייטל, ער האט מיך ארויסבאגלייט בשעת ווען אגאנצן צייט האב איך פרובירט צו ענדיגן די שמועס מיט אים. איך האב שוין לאנג געהאלטן נאכן געבן 10 דאלער און איך האב ניטאמאל געוויסט וואס ער וויל נאך פון מיר.
צום סוף איז ער צוגעקומען צום ענין אז ער וויל איך זאל געבן אפשר 500 א חודש אדער לויט מיינע יכולות...
טאקע א בראך

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 4:29 pm
דורך שבת קודש
איך וואלט געראטן פאר די געלט גייערס ביי חתונות זאלן ענדערשט גיין נאך די פלייש פארן טאנצען ווי איידער אינמיטן די סעודה,
ס'איז זייער שווער ארויסצונעמען געלט בשעת מען האלט אינמיטן עסן א טעלער זופ.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:56 am
דורך מהודר
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:33 pm
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:27 pm
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:00 pm צום ענין, א פאנדרעיזער האט מיך לעצטנס אויפגעהאלטן איבער 10 מינוט נאכן דאווענען. ער האט מיך ארויסבאגלייט פון ביהמ"ד ביז איך בין שוין געזיצן אין קאר.

איך האב אים געוואלט זאגן אין פנים 'אינגערמאן, דו קענסט מיך אפלאזן, איך יאג מיך?'
נו, ווער האט דיר נישט געלאזט?

ווען דו האלטסט נישט ביים געבן איז די געזינטסטע וועג אים צו זאגן קלאר, אינגערמאן איך קען נישט יעצט געבן. אנשטאט צו אנהייבן דרייען מיט די צינג אין אלע זייטן
ער האט געזעהן אז איך יאג מיך ווייל בשעת ער האט מיך באגלייט האב איך געענדיגט צאמלייגן טלית און תפלין, אוועקגעלייגט מיין בייטל, ער האט מיך ארויסבאגלייט בשעת ווען אגאנצן צייט האב איך פרובירט צו ענדיגן די שמועס מיט אים. איך האב שוין לאנג געהאלטן נאכן געבן 10 דאלער און איך האב ניטאמאל געוויסט וואס ער וויל נאך פון מיר.
צום סוף איז ער צוגעקומען צום ענין אז ער וויל איך זאל געבן אפשר 500 א חודש אדער לויט מיינע יכולות...
איך וואלט דעם פינאנץ מיניסטער אליין אויך קיינמאל ארויסגעלאזט פון מיינע הענט אונטער פינעף מאות א חודש...

האסטע געהערט אזאנס .. די שפילסט מיר דא ארום כאילו די ביסט סתם עפעס א נידער ראנגיגע מיניסטער

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:39 pm
דורך לאקאלער רב
כ'האב אסאך צו זאגן אויף די נושא, אבער איין זאך קען איך נישט פארשווייגן, דאס איז די נושא פון מאכן אפיעלס אינמיטן דאווענען.

עס דארף ווערן גענומען אין באטראכט אז בעצם גיין נאך געלט אינמיטן דאווענען איז עפעס וואס דארף באמת פארענטפערט ווערן, ווארום א איד שטעלט זיך דאווענען און ער איז מער פארנומען מיטן בעטן טשענדזש און דרייען דעם מטבע קארטל אויף אלע זייטן ווי א כפרה ווי איידער זיך פארטיפן אין א יהי כבוד ה' לעולם אדער זיך פאר'דביקות'ן אין א כי טוב זמרה לאלוקינו וכו'.

נאר וואזשע דען? עס איז שוין אזוי איינגעפירט יארן לאנג, בשם צדיקים זאגט מען נאך אז די קלינגערייען פון די מטבע'ס זענען מבלבלל דעם שטן וכו'. און חוץ פון דעם, ווייסן מיר אלע אז אונזער דאווענען קען נוצן א טויש.. אונז קלאפ מיר סלח לנו זיך צו דערמאנען אז מען איז נישט אין מארק, אויב נישט אינזין האבן כראוי, זאל מען כאטש צדקה געבן.
(גראדע האב איך געהערט פון א חשוב'ער דיין, אז אויב איינעם כאפט א גוטע מינוט און מען פאר'דביקות'ט זיך כראוי און א געלט גייער קומט און אויב מען וועט זיך וויסנדיג מאכן וועט מען פארלירן די כוונה, הייסט עס אן עוסק במצווה פטור מן המצווה - להלכה זאל יעדער פרעגן זיין @לאקאלער רב ...).

דאס איז אבער כולי עלמא מודה אז מען קומט אין ביה"ד דאווענען, און מהיכי תיתי' כאפט מען אריין נאך א מצווה.

אבער וואס טוט זיך אז דער יעניגער שטעלט זיך דבר'נען מיט א הויעכע וויינענדיגע שטומע, "א איד איז אריבער יענע מעשה מאכט חתונה דאס 17'טע קינד אין איין שמיטה, מען קען נישט אריינשטופן ס'18'טע, פאר בלויז זיך אויפסיינען פאר $180 א חודש וועלן אלע 18 אייך אינזין האבן ביים שלאגן כפרות און עסן לאטקעס" וכו' וכו'...
העלאו?? איינער האט אייך געפרעגט? איך דאווען יעצט!! דו האסט נישט אפגעשטעלט דאס דאווענען, תיכף ווען דו ענדיגסט זאגט דער בע"ת קדיש, ווען פונקליך האב איך געדארפט זאגן אשרי ובא לציון?? און עס איז א לכתחילה, איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן בדיעבד...
און ער זאגט נאך "ברשות הגבאים.." ווער האט געגעבן רשות פאר די גבאים צו שטערן דאס דאווענען? עס איז נישט שבת אדער יו"ט ווען עס איז דא אן אפיעל פאר קבלת שבת און דער עולם איז שטיל, עס איז פולי אינמיטן רעדן צום אייבערשטן!

און למעשה שהיה בעיני ראיתי, א מנהל -גראדע פון גאר א חשוב'ע מוסד- האט זיך אויפגעשטעלט רעדן נאך קדיש תתקבל און ער האט פארגעסן צו ענדיגן... דער בע"ת האט זיך ממש געבעהטן ביי איהם מפסיק צו זיין צו זאגן קדיש נאכן יום, אבער קדיש נאך קוה האט מען שוין נישט געזאגט יענעם טאג, ווען ער האט פיינעלי געענדיגט איז שוין א צוויי דריטל מנין נישט דארט געווען... זאג נאר דו, אפשר שטעלסטו דיר אויך פלאפלען אין B&H'ס ווערהאוז? מען וועט דיר ארויסטראסקען ווייל מען האלט אינמיטן די ארבעט? אין ביה"ד דאווענט מען יעצט! און ניין, קיינער שטעלט זיך נישט אפ דיר אויסהערן, מען מורמלט ווייטער אן קיין כוונה ווייל דו רעדסטס יעצט.

עס מוז באגריסט ווערן די בתי מדרשים ווי עס איז שטרענג פארבאטן אדער ערלויבט נאר נאך עלינו, מהם ילמדו וכן יעשו, מען קען קלייבן נדבות אויף גענוג אנדערע אופניםץ

דער עולם ווערט גערופן צו אויפמערקזאם מאכן אייערע לאקאלע גבאים עס צו פארבאטן, מיין גבאי האט גע'טענה'ט אז די גבאי צדקה צאלן פארן אפיעל טישל מוז מען עס צולאזן, עס איז בכלל נישט קיין תירוץ.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:55 pm
דורך שרייב מיין קינד
די קעפל שטייט געלט גייער למעשה רעדט מען פון משולחים פון ארץ ישראל,
איך פרוביר צו געבן צדקה פאר עניי עירך קודם, מען ברויך עפענען טאקע א אשכול איבער געבן געלט פאר היזיגע נצרכים און וויאזוי,

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:30 pm
דורך דער תהלים איד
@לאקאלער רב ערשטנס, דו מאכסט עס ארגער ווי עס איז. רוב אפיעלס דויערן אונטער א מינוט.

צווייטנס, מען שטערט דיר אינזין האבן אשרי ובא לציון? קום זיי מוחל שטעל דיך אויף א פארהער אויף די טייטש פון ובא לציון, נאכער העמיר דן זיין אויב דאס שטערט. א נארמאלע ביהמ"ד גיט נאר רשות פאר איין אפיעל א טאג.

אויב עפעס קענסטו זאגן אז מ'זאל נישט געבן קיין אפיעלס פאר פריוואטע צוועקן נאר פאר מוסדות און ארגאניזאציעס. דאס וואלט גראדע געווען ריכטיג. אבער, עס וועט ברענגען א פלייץ פון ארגאניזצאיעס... יעדע צוועק וועט דרוקן א רעסיט ביכל, אזוי ווי מאנכע טוען שוין טאקע :oops:

צוריק צום ענין, אפיעל שטערט נישט אזוי דאס דאווענען ווי עס העלפט מוסדות אא"וו מאכן געלט, און אונז מזכה זיין מיט א מצוה וואס 'נאר' פאר דעם זעמיר דא אויף דער וועלט.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:23 pm
דורך צווייטער
טייערע אידן, איך קען נישט פארנעמען קיין שלעכט ווארט אויף א געלט גייער, מיין אידיש מח פארנעמט עס נישט.
טראכטס נאר א מינוט פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט אויף סאטמאר רב זי''ע ווען ס'איז געקומען צו די זאכן.

אהבת ישראל דארף מען הארעווען קונה צו זיין ס'קומט נישט צופיס.

א ערליכער איד דארף זיין גרייט אוועקצוגעבן 100 דאווענען'ס צו העלפן א איד, ווי דער הייליגער לעכאוויטשער אדער קאברינער האט געזאגט ''איין מאל אויסצוהערן א איד, איז מער ווי טויזענט מאל נשמת''

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:02 pm
דורך איטשע
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:55 pm די קעפל שטייט געלט גייער למעשה רעדט מען פון משולחים פון ארץ ישראל,
איך פרוביר צו געבן צדקה פאר עניי עירך קודם, מען ברויך עפענען טאקע א אשכול איבער געבן געלט פאר היזיגע נצרכים און וויאזוי,
נישט אז איך וויל אראפרייסן א געוויסע סארט אויפפירונג, אבער אין מציאות פירן זיך די עניי ארה"ק אויף א סארט וועג וואס מענטשן אין חוץ לארץ פארנעמען נישט

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:15 am
דורך וואוילער
@לאקאלער רב כ'בין אינגאנצן מיט דיר!
טאקע כ'קען נישט די גאנצע טייטש פון ובא לציון, אבער ווען ס'כאפט מיר יא א התעוררת צו אינזין האבן אפאר ווערטער, אדער סתם מאכן התבודדת אינטער מיין טלית, לאזט מען נישט נאך, יעדע מינוט שטיפט איינער אריין דאללערס אדער האקט מיט קוואדערס.
נאכדעם די אפיעלס זענען טאקע עפ״י רוב קורץ, אבער מ'רעדט דא פון די 25 פראצענט וואס נעמט לאנג און קריכט.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:21 am
דורך טובי' שרייבער
כ'פארשטיי נישט פארוואס ווען די ישיבות שיקן די בחורים נאך געלט צוטיילן זיי נישט די בחורים אין חלקים!

ס'איז נישט נארמאל ווען אכט קליינע ישיבה קטנה בחורים שטייען און רייסן זיך אויף די דאללער וואס כ'האב ארויסגעלייגט.... ווען כ'געב פאר איינעם שפראצן פלוצלינג ארויס נאך פונעף בחורים פון אינטער די טיש..... ס'מוז זיך סטאפן!! (אדער, על כל פנים צעטיילט ווערן).

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:22 am
דורך לאקאלער רב
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:30 pm @לאקאלער רב ערשטנס, דו מאכסט עס ארגער ווי עס איז. רוב אפיעלס דויערן אונטער א מינוט.

צווייטנס, מען שטערט דיר אינזין האבן אשרי ובא לציון? קום זיי מוחל שטעל דיך אויף א פארהער אויף די טייטש פון ובא לציון, נאכער העמיר דן זיין אויב דאס שטערט. א נארמאלע ביהמ"ד גיט נאר רשות פאר איין אפיעל א טאג.

אויב עפעס קענסטו זאגן אז מ'זאל נישט געבן קיין אפיעלס פאר פריוואטע צוועקן נאר פאר מוסדות און ארגאניזאציעס. דאס וואלט גראדע געווען ריכטיג. אבער, עס וועט ברענגען א פלייץ פון ארגאניזצאיעס... יעדע צוועק וועט דרוקן א רעסיט ביכל, אזוי ווי מאנכע טוען שוין טאקע :oops:

צוריק צום ענין, אפיעל שטערט נישט אזוי דאס דאווענען ווי עס העלפט מוסדות אא"וו מאכן געלט, און אונז מזכה זיין מיט א מצוה וואס 'נאר' פאר דעם זעמיר דא אויף דער וועלט.
טייטש פון ובא לציון קענסטו מיר - און אסאך אנדערע אויך - פארהערן, אחוץ דעם פארמאגט עס מורא'דיגע בקשות רוחניות ווי: הוּא יִפְתַּח לִבֵּנוּ בְּתוֹרָתוֹ וְיָשִׂים בְּלִבֵּנוּ אַהֲבָתוֹ וְיִרְאָתוֹ לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ וּלְעָבְדוֹ בְּלֵבָב שָׁלֵם: יְהִי רָצוֹן שֶׁנִּשְׁמֹר חֻקֶּיךָ בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְנִזְכֶּה וְנִחְיֶה וכו', האסטו אמאל געטראכט וואס טייטשט וְהָכֵן לְבָבָם אֵלֶיךָ?

און צום ענין, אונז זעמיר טאקע דא אויף דער וועלט 'נאר' צו מרבה זיין במצוות, אבער פונקט ווי זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד, אזוי אויך זמן צדקה לחוד.
און דאס אז עס שטערט נישט אזוי דאס דאווענען איז נישט קיין תירוץ אז עס זאל זיין א לכתחילה.

און ליהוי ידוע, האב איך געהערט פון איינע פון די מסדרי מנינים אין די בתי מדרשים דקהלתינו (מהר"א) אז דער רבי האט פארלאנגט נישט צוצולאזן קיין אפיעלס אינמיטן דאווענען, צו דאס מיינט ממש פארלאנגט ווייס איך נישט ווייל אלעס פארדרייט מען היינט, אבער לכה"פ איז דא דעם רבי'נס צושטימונג אז אזא תקנה איז א געוואונטשענע זאך.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:50 am
דורך פשוטער איד
זאון וואס טוט זיך מיט גיין נאך געלט ביים לערנען אויך

יעדער נארמאלער מענטש וועט קומען דאווענען אפילו ער ווערט געשטערט פון געלט גייערס

אבער זיכער דא מענטשן וואס מאכן זיך א חשבון, קוים איך האב כוח צו גיין לערנען, דעמאלס שטערט מען אויך? א כפרה מיטן שיעור

דא בתי מדרשים וואס הענגט א צעטעל אז מ' טאר נישט גיין נאך געלט ביים לערנען, אויך האב איך געזען אז די רבי (מהר"א) האט נאכגעזאגט בשם רביה"ק זי"ע האט אויך געזאגט מ' זאל נישט גיין ביים לערנען