בלאט 1 פון 40
פראגעס און שמועסן איבער דעם צענזור אויף אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 12:54 am
דורך רואיגער
אויב מעג איך ענפערן בשם די אנדערע מנהלים.
אידטיש גייט אי״ה זיין א סייט פאר ערוואקסענע.
איינער וואס איז מהנה, פארברענגט, שמעוסט, גיבט צו צום סייט, וועט אי"ה הנאה האבן. איינער וואס נישט, וועט נישט מאריך ימים זיין.
הייקעלע טעמעס - ווי לאנג עס איז נישט לשון הרע, לצנות אויף אידישקייט, אדער ניבול פה ר״ל - איז טאקע ערלויבט צו דיסקוסירן דא, אבער ווי ערוואקסענע נארמאלע און באזעסענע מענטשן.
דאס איז נישט קיין קאמפעטישן צו קיין שום אנדערע סייט, נישט צו פארום אוצר החכמה, נישט צו אייוועלט, און אודאי נישט צום טריפה'נעם קאווע שטיבל. דאס איז פשוט אינגאנצן עפעס אנדערש.
ובשם השם נעשה ונצליח.
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:31 am
דורך טיפער ווי טיף
@יעדער די עכטע תירוץ די אייוועלט ניקים גייען פיל מער הנאה האבן דורך די קאמפאטישאן
קאמפאטישאן ברענגט גוטע זאכן דו אלץ שרייבער און ליינער וועסטו זעהן ווי סיי אייוועלט וועט זיך מוזן צושטעלן צו דיר און מיר און סיי יודטיש
אפילו אייוועלט האט לאמיר זאגן שווער געארבעט און פרובירט דאס בעסטע וועט יעדער מודה זיין אז מיט א קאמפאטישאן גייען זיך זאכן מוזן טוישן
הלואי זאלן ביידע מצליח זיין יעדער אויף זיין וועג
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:59 am
דורך מאנטרעאל
עס וועט זיך לוינען פאר ביידע זייטן, אזוי וועלן ביידע קענען ווערן בעסער.
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:54 am
דורך איכא דאמרי
@רואיגער, מורא'דיג!
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:58 pm
דורך תרמב
איך בין נייגעריג אויב איר משלים, ווייל אייוועלט געבט אויך אן די זעלבע דעסקריפציע, מ’גייט קענען רעדן ווי אדאלטס און ווער ס’גייט נישט גייט פליען, וכדומה, איך פארשטיי אז ס’איז שווער צו ברענגען משלים, אבער בערך וואס גייט קענען זיין דא וואס ס’איז נישט דא דארט.
בחצרות הקודש איז איין משל, איר האט נאך משלים?
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:00 pm
דורך world champion
אפשר שייך אביסל מער קלארקייט איבער די מטרה פון די פארם?
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:02 pm
דורך world champion
נאך א שאלה: מען קען דא מעקן אייגענע פאוסטס?..
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:33 pm
דורך סטאוו נישט פיצא
שלום וברכה
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
דורך באבא נתן
פארוואס האט מען געמעקט….
איך האף אז דא וועל איך נישט דארפן פרעגן דיע קשי׳ הונדרעט מאל א טאג…
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:47 pm
דורך שכל הישר
מען גייט ווארפן אן ווארענונג? אדער גייט זיין עונשין אלא אחר מזהירים?
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:48 pm
דורך באבא נתן
מען גייט שרייבן ווי עדאלטס!
דא איז נישט כיתה ב׳
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:03 pm
דורך world champion
פארוואס לאזט מען צו די טראולעריי דא?
עס איז א רעצעפט פאר דיזעסטער.
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
דורך ר' דן
יעדער ווייסט פון ווי די טראולערס שטאמט, עס גייט אריבערגיין, און אמרש עס קוקט זייער נישט גוט אויס...
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:20 pm
דורך שכל הישר
רואיגער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 12:54 am
אויב מעג איך ענפערן בשם די אנדערע מנהלים.
אידטיש גייט אי״ה זיין א סייט ׳נאר׳ פאר עדאלטס. נישט קיין צענזור, נישט קיין מלחמות, און נישט נאך א לאנגע ליסטע פון חדשים לבקרים אין וואס איך וויל נישט אריינגיין.
איינער וואס איז מהנה, פארברענגט, שמעוסט, גיבט צו צום סייט ווי אן עדאלט, וועט אי"ה הנאה האבן. איינער וואס נישט, וועט נישט מאריך ימים זיין.
הייקעלע טעמעס - ווי לאנג עס איז נישט לשון הרע, לצנות אויף אידישקייט, אדער ניבול פה ר״ל - איז הונדערט פראצענט ערלויבט צו דיסקוסירן דא, אבער, ווי לאנג סאיז שמעוסן וואס פאסט פאר ערוואקסענע נארמאלע און באזעסענע מענטשן.
דאס איז נישט קיין קאמפעטישן צו קיין שום אנדערע סייט, נישט צו פארום אוצר החכמה, נישט צו אייוועלט, און אודאי נישט צום טריפה'נעם קאווע שטיבל. דאס איז פשוט אינגאנצן עפעס אנדערש.
ובשם השם נעשה ונצליח.
למשל אזא נושא איז מותר אדער...?
viewtopic.php?t=84
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:50 pm
דורך ראש חודש
פארוואס האב איך באקומען א שטרענגע ווארענונג אין אישי?
סתם אן עצה טובה, אנשטאט זיך פארלייגן און רודפ'ן די וואס זענען יעצט דא, צווישן זיי אסאך טאלאנטפולע ניקס, זאל מען אנפילן די סייט מיט תוכן און יעדער וועט זיך שיין צושטעלן אויטאמאטיש.
אנשטאט א שטערענגע אישי די ערשטע טאג, לייג א תוכנ'דיגע פאוסט די זעלבע צייט, עפן א תוכנ'דיגע נושא, מאך עס אינטערעסאנט!
ידידכם.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:54 pm
דורך ר' דן
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:50 pm
פארוואס האב איך באקומען א שטרענגע ווארענונג אין אישי?
סתם אן עצה טובה, אנשטאט זיך פארלייגן און רודפ'ן די וואס זענען יעצט דא, צווישן זיי אסאך טאלאנטפולע ניקס, זאל מען אנפילן די סייט מיט תוכן און יעדער וועט זיך שיין צושטעלן אויטאמאטיש.
אנשטאט א שטערענגע אישי די ערשטע טאג, לייג א תוכנ'דיגע פאוסט די זעלבע צייט, עפן א תוכנ'דיגע נושא, מאך עס אינטערעסאנט!
ידידכם.
וואס איז געווען די תוכן, מיר האט מען אויך געשיקט אן אישי מיט פארשטענדליכע הערות.
יעדער פארשטייט אז עס פעלט אויס צו אוועקשטעלן די זאך ריכטיג כדאי עס זאל קענען אנגיין, דאס אז מען שוקט אישי'ס מיט הערות איז זייער א שיינע זאך.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:55 pm
דורך רעגנדיג
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:50 pm
פארוואס האב איך באקומען א שטרענגע ווארענונג אין אישי?
סתם אן עצה טובה, אנשטאט זיך פארלייגן און רודפ'ן די וואס זענען יעצט דא, צווישן זיי אסאך טאלאנטפולע ניקס, זאל מען אנפילן די סייט מיט תוכן און יעדער וועט זיך שיין צושטעלן אויטאמאטיש.
אנשטאט א שטערענגע אישי די ערשטע טאג, לייג א תוכנ'דיגע פאוסט די זעלבע צייט, עפן א תוכנ'דיגע נושא, מאך עס אינטערעסאנט!
ידידכם.
גא"מ. פאר דעם געלט קען איך שוין צוריקגיין צו אייוועלט.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:56 pm
דורך שכל הישר
ר' דן האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:54 pm
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:50 pm
פארוואס האב איך באקומען א שטרענגע ווארענונג אין אישי?
סתם אן עצה טובה, אנשטאט זיך פארלייגן און רודפ'ן די וואס זענען יעצט דא, צווישן זיי אסאך טאלאנטפולע ניקס, זאל מען אנפילן די סייט מיט תוכן און יעדער וועט זיך שיין צושטעלן אויטאמאטיש.
אנשטאט א שטערענגע אישי די ערשטע טאג, לייג א תוכנ'דיגע פאוסט די זעלבע צייט, עפן א תוכנ'דיגע נושא, מאך עס אינטערעסאנט!
ידידכם.
וואס איז געווען די תוכן, מיר האט מען אויך געשיקט אן אישי מיט פארשטענדליכע הערות.
יעדער פארשטייט אז עס פעלט אויס צו אוועקשטעלן די זאך ריכטיג כדאי עס זאל קענען אנגיין, דאס אז מען שוקט אישי'ס מיט הערות איז זייער א שיינע זאך.
למשל וואס?

איר זענט פון די הנהלה? אויב נישט ביטע זוכט אייער מקום.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:57 pm
דורך ר' דן
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:56 pm

גערעכט.
בעטעך איבער.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:58 pm

מיט אזא עטיטוט וועסטו מילא פליען צום סוף ...
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 5:59 pm
דורך נשמת השכל
רואיגער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 12:54 am
דאס איז נישט קיין קאמפעטישן צו קיין שום אנדערע סייט, דאס איז פשוט אינגאנצן עפעס אנדערש..

Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 6:00 pm
דורך סטאוו נישט פיצא
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:56 pm
ר' דן האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:54 pm
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:50 pm
פארוואס האב איך באקומען א שטרענגע ווארענונג אין אישי?
סתם אן עצה טובה, אנשטאט זיך פארלייגן און רודפ'ן די וואס זענען יעצט דא, צווישן זיי אסאך טאלאנטפולע ניקס, זאל מען אנפילן די סייט מיט תוכן און יעדער וועט זיך שיין צושטעלן אויטאמאטיש.
אנשטאט א שטערענגע אישי די ערשטע טאג, לייג א תוכנ'דיגע פאוסט די זעלבע צייט, עפן א תוכנ'דיגע נושא, מאך עס אינטערעסאנט!
ידידכם.
וואס איז געווען די תוכן, מיר האט מען אויך געשיקט אן אישי מיט פארשטענדליכע הערות.
יעדער פארשטייט אז עס פעלט אויס צו אוועקשטעלן די זאך ריכטיג כדאי עס זאל קענען אנגיין, דאס אז מען שוקט אישי'ס מיט הערות איז זייער א שיינע זאך.
איר זענט פון די הנהלה? אויב נישט ביטע זוכט אייער מקום.
איר קומט אריין קלאר! אויף אייוועלט וואלט דער תגובה שוין געהאט 20 לייקים
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 6:04 pm
דורך ווירקליך
ראש חודש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:50 pm
פארוואס האב איך באקומען א שטרענגע ווארענונג אין אישי?
סתם אן עצה טובה, אנשטאט זיך פארלייגן און רודפ'ן די וואס זענען יעצט דא, צווישן זיי אסאך טאלאנטפולע ניקס, זאל מען אנפילן די סייט מיט תוכן און יעדער וועט זיך שיין צושטעלן אויטאמאטיש.
אנשטאט א שטערענגע אישי די ערשטע טאג, לייג א תוכנ'דיגע פאוסט די זעלבע צייט, עפן א תוכנ'דיגע נושא, מאך עס אינטערעסאנט!
ידידכם.
א גוט יאר אייך.
די הנהלה האט אייך געקאנטעקט אין אישי, אננעמענדיג אז עס וועט אייך געוויס זיין געשמאקער ווי אין פובליק.
אבער אז איר פרעגט, וועלן מיר ענטפערן.
היות דער סייט איז נאך ניי, פעלט אויס צו אוועקשטעלן א טאן וואס זאל טאקע אהערשטעלן דאס וואס אונזער ציהל איז.
איר האט אין א קורצע צייט און מיט אונטער א מנין תגובות, אנגעיאגט צו צייגן אז איר כאפט נישט וואס דער סייט איז, אדער אז איר ווילט נישט כאפן.
ביטע זיך האלטן צו אן ערוואקסענעם שטימונג, און שרייבט נאר ווען איר שפירט אז איר גיבט עפעס צו זאכליך.
גלייכצייטיג, עפעס וואס איז נוגע פאר יעדן; ביטע נישט עפענען קיין אשכולות סתם לשם עפענען מיט א "ברוכים הבאים" תגובה. אויב האט איר וואס צו שרייבן, בכבוד גדול.
יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש, און אנטשולדיגט אויב האט איר אנגענומען דעם אישי ווי אן אנגריף.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 6:06 pm
דורך ר' דן
סטאוו נישט פיצא האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 6:00 pm