בלאט 1 פון 2
היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 11:11 pm
דורך איטשע
א געפערליכע אנשיקעניש לעצטנס אינעם היימישן מאנסי! עס זעט אויס ווי מ'האט אהער געליפערט א באנדע שטאטישע דרייווערס זאלן באפאלן די שטאט...
די עולם האט זיך גענומען דרייוון ווי חיות! עס איז א פחד און א שרעק וויאזוי קארן רייסן זיך אריין מיט א אימפעט ממש פארנט פון אנדערע פארבייגייענדע קארן, עס איז א שאלה פון זאגן תפילת הדרך...
Re: מאנסי דרייווערס
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 11:55 pm
דורך טובי' שרייבער
נע... ס'איז לכאורה היימישע דרייווערס פון קרית יואל... אויב דארף מען רעדן פון א פלאץ וואו ס'איז דא אומ'אחריות'דיגע דרייווערס, איז עס קרית יואל...
און ס'דארף זיך טאקע ענדיגן! מ'שטעלט איין אידישע לעבנס א שרעקליכע סכנה!!
Re: מאנסי דרייווערס
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:01 am
דורך באבא נתן
אין מאנסי איז כמעט נישט מעגליך אנצוקומען פון פאוינט אעי ביז פאוינט בי אן דרייווען ווי א חיה...
Re: מאנסי דרייווערס
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:36 am
דורך מאטאווירט
כ'מיין מ'זאל טוישן דעם טעמע קעפל פון "מאנסי דרייווערס" צו "מאנקי דרייווערס", אזוי העמיר קענען מזכיר זיין לגנאי די אלע מאלפעס וואס זיצן ביים רעדל אין קרית יואל אויך.
היינט אינדערפרי געזען אויפן וועג ארויס פון שטעטל ביים 105 און שכונת ויואל משה אינטערסעקשן, ווי א גרויסער וואגנער וואגן שמייסט דורך דעם רויטן לייט - כדרכם בקודש פון די אלע הויכע קאר דרייווער, אבער דער חידוש איז געווען אז אנקומענדיג אינעם אינטערסאקשן [ווען ביי מיר איז שוין געווען גרין און איך בין אויפגעהאלטן געווארן ווייל ער האט זיך אריינגערוקט שפעט] איז ער פארנומען געווארן אויפן פאון...
דער סצענע האט אויסגעקוקט ווי א לעגענדע פון די שומרים קארטלעך!
Re: מאנסי דרייווערס
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:26 pm
דורך טובי' שרייבער
כ'בין אמאל (ליין: אסאך מאל...) אדורכגעפארן עיקערס, ווען פלוצלינג, (כ'פרוביר נאך אויסצוגעפינען פון וואו...) האט זיך איינער ארויסגעריקט פון א פארקינג לאט אן קוקן פארדעם צו איינער קומט...
ס'איז א שרעקליכע אומ'אחריות! ס'איז נאר איינס פון אסאך מעשיות וואס כ'האב שוין געהאט...
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:38 am
דורך קשאנובער
פארטס אויף לעיקוואוד... געווען דארט פאר א טאג נישט לאנג צירוק... עפעס נישט נארמאל די דרייווען דארט... ביי יעדע צווייטע אינטערסעקשאן איז דא אדער א קרעש אדער אן אפגעשטעלטע קאר מיט דריי פאליס אינטער אים... מסתם איז שילדיג די פרויען.... דרייווען ווי חיות....
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:42 am
דורך איטשע
א בחור האט היינט אינדערפרי אריינגעבעקט איידעלעהייט און אראפגעפליקט דעם באמפער...
דערנאך קומט ער מיר פרעגן צו איך בין איהם מוחל...
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:57 am
דורך טראפקעלע
פארטס קיין וויליאמסבורג, חיות אנדערסטעיטמענט,
בקיצור, מ'לייד פון דעם איבעראל.
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:58 am
דורך טראפקעלע
איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:42 am
א בחור האט היינט אינדערפרי אריינגעבעקט איידעלעהייט און אראפגעפליקט דעם באמפער...
דערנאך קומט ער מיר פרעגן צו איך בין איהם מוחל...
אודאי!!
נאכן באצאלן שטייטצעך
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 3:59 am
דורך טובי' שרייבער
איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:42 am
א בחור האט היינט אינדערפרי אריינגעבעקט איידעלעהייט און אראפגעפליקט דעם באמפער...
דערנאך קומט ער מיר פרעגן צו איך בין איהם מוחל...
האסט מזל ער איז דיר געקומען בעטן מחילה... זיינע עלטערן האבן אים גוט מחנך געווען... נישט יעדער בחור וואלט זיך וואוסענדיג געמאכט...
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:20 am
דורך דער תהלים איד
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:58 am
איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:42 am
א בחור האט היינט אינדערפרי אריינגעבעקט איידעלעהייט און אראפגעפליקט דעם באמפער...
דערנאך קומט ער מיר פרעגן צו איך בין איהם מוחל...
אודאי!!
נאכן באצאלן שטייטצעך
האב איך געהאט מיט א בחור וואס האט בטעות אויסגעלאשן זיין קאר זייענדיג אין Reverse און ער האט אומבאמערקט אריינגעבעקט אין די זייט פון מיין קאר, מיט א גוטן זעץ.
און יא, כהאב אים מוחל געווען. איי וואס וועט זיין מיט מיין קראך? גארנישט, ס'איז געבליבן ביז די ליעס איז אפגעלאפן. די גאנצע זאך אז א קריץ דארף מען פיקסן איז אלט נישט מער ווי 10 יאר... איך דענק נאך ווען מ'איז נישט געווען אזוי געספוילט...
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:38 am
דורך טראפקעלע
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:20 am

און דעמאלטס האט דיר עס נישט געקאסט?
אינשורענס איז נישט ארויף?
Re: היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:44 am
דורך דער תהלים איד
כהאב עס נישט געפיקסט.
און ביין ענדיגן די ליעס האב איך א $5000 שאדן-וועיווער.
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:01 pm
דורך הימל
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:57 am
פארטס קיין וויליאמסבורג, חיות אנדערסטעיטמענט,
בקיצור, מ'לייד פון דעם איבעראל.
אין שטאט איז איבעראל פול מיט טרעפיק, און ספידינג קאמערעס/באמפס, ווי איז שייך צו דרייווען ווילד??
אבי גערעדט??
אפשר ווען די שטאטישע פארן ארויס צו אפסטעיט, דעמאלט האסטו ארויסגעלאזט דעם ח.. פון שטייג, איז ער ווילד, אבער נישט אין שטאט.
Re: היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:39 pm
דורך טובי' שרייבער
אין וויליאמסבורג - בארא פארק איז דא מער די פראבלעם פון דאבל פארקן, דערנאך ווערן די סיטי באסעס סטאק...
Re: היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:48 pm
דורך הימל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:44 am
כהאב עס נישט געפיקסט.
און ביים ענדיגן די ליעס האב איך א $5000 שאדן-וועיווער.
אשריך!!
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:49 pm
דורך טראפקעלע
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:01 pm
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:57 am
פארטס קיין וויליאמסבורג, חיות אנדערסטעיטמענט,
בקיצור, מ'לייד פון דעם איבעראל.
אין שטאט איז איבעראל פול מיט טרעפיק, און ספידינג קאמערעס/באמפס, ווי איז שייך צו דרייווען ווילד??
אבי גערעדט??
אפשר ווען די שטאטישע פארן ארויס צו אפסטעיט, דעמאלט האסטו ארויסגעלאזט דעם ח.. פון שטייג, איז ער ווילד, אבער נישט אין שטאט.
פארן ווילד מיינט נישט ספידן...(אויפן הייוועי איז מען א חי' מיטן פארן אויף 100, אין וומ"ס אויף 30)
ווען יעדער פרובירט צו כאפן לייטס ווי קינדער כאפן באווארפן פעקלעך, אדער מ'קוועטש זיך/קאט אריין ווילדערהייט אין די אנדערע קארס, פייפן איז די נארמע, וכו' וכו',
איז עס א ווילדע פלאץ.
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:53 pm
דורך איטשע
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:20 am
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:58 am
איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:42 am
א בחור האט היינט אינדערפרי אריינגעבעקט איידעלעהייט און אראפגעפליקט דעם באמפער...
דערנאך קומט ער מיר פרעגן צו איך בין איהם מוחל...
אודאי!!
נאכן באצאלן שטייטצעך
האב איך געהאט מיט א בחור וואס האט בטעות אויסגעלאשן זיין קאר זייענדיג אין Reverse און ער האט אומבאמערקט אריינגעבעקט אין די זייט פון מיין קאר, מיט א גוטן זעץ.
און יא, כהאב אים מוחל געווען. איי וואס וועט זיין מיט מיין קראך? גארנישט, ס'איז געבליבן ביז די ליעס איז אפגעלאפן. די גאנצע זאך אז א קריץ דארף מען פיקסן איז אלט נישט מער ווי 10 יאר... איך דענק נאך ווען מ'איז נישט געווען אזוי געספוילט...
...כ'געדענקט נאך אויך ווען מ'האט געקענט צוריקגעבן א קאר נאך א ליעס מיט עטליכע לייכטע קראצן, און מ'האט נישט צוגעטשארדזשט קיין פעני
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:51 pm
דורך הימל
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:49 pm
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:01 pm
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:57 am
פארטס קיין וויליאמסבורג, חיות אנדערסטעיטמענט,
בקיצור, מ'לייד פון דעם איבעראל.
אין שטאט איז איבעראל פול מיט טרעפיק, און ספידינג קאמערעס/באמפס, ווי איז שייך צו דרייווען ווילד??
אבי גערעדט??
אפשר ווען די שטאטישע פארן ארויס צו אפסטעיט, דעמאלט האסטו ארויסגעלאזט דעם ח.. פון שטייג, איז ער ווילד, אבער נישט אין שטאט.
פארן ווילד מיינט נישט ספידן...(אויפן הייוועי איז מען א חי' מיטן פארן אויף 100, אין וומ"ס אויף 30)
ווען יעדער פרובירט צו כאפן לייטס ווי קינדער כאפן באווארפן פעקלעך, אדער מ'קוועטש זיך/קאט אריין ווילדערהייט אין די אנדערע קארס, פייפן איז די נארמע, וכו' וכו',
איז עס א ווילדע פלאץ.
ווען בוסטו די לעצטע מאל געווען אין וומ"ס??
Re: היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:53 pm
דורך איטשע
די עולם זאל מיר מוחל זיין במחילה גמורה, אבער איך באבל יעצט פאר כעס, מיין בלוט שיסט מיר ארויף!!!
...א קאר פליט מיר פריער אדורך אויף ספיד 40 אין א ספיד 20 זאנע, איין הענט האלט ער א טעלעפאון און מיט די צווייטע הענט איז ער מסדר אנדערע ענינים, יעדע פאר סעקונדעס ווען די רעדל איז שוין ממש געדרייעט ארויף אויף די אנדערע לעין, געבט ער דעם רעדל א דריי צוריק מיט אן אימפעט אז די פיסגייער אויפן סיידוואלק דארפן אראפלויפן פאר שרעק...
דער יוד זאל מוחל זיין און פארקירן זיין קאר, ווייל ער טאר נישט זיצן ביים רעדל ווען עס איז דא נאך מענטשן אויף די זעלבע גאס ווי איהם, מיין כעס האט זיך פארדאפלט זעהנדיג צו ועלכע קרייז ער באלאנגט (גייט נישט קיין שטריימל...) ער זאל יעלה ויצלח זיין און מאפן! אדער קען ער גיין אין א פארשפארטע פלאץ און שיילן אתרוגים...
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:33 pm
דורך טראפקעלע
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:51 pm
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:49 pm
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:01 pm
אין שטאט איז איבעראל פול מיט טרעפיק, און ספידינג קאמערעס/באמפס, ווי איז שייך צו דרייווען ווילד??
אבי גערעדט??
אפשר ווען די שטאטישע פארן ארויס צו אפסטעיט, דעמאלט האסטו ארויסגעלאזט דעם ח.. פון שטייג, איז ער ווילד, אבער נישט אין שטאט.
פארן ווילד מיינט נישט ספידן...(אויפן הייוועי איז מען א חי' מיטן פארן אויף 100, אין וומ"ס אויף 30)
ווען יעדער פרובירט צו כאפן לייטס ווי קינדער כאפן באווארפן פעקלעך, אדער מ'קוועטש זיך/קאט אריין ווילדערהייט אין די אנדערע קארס, פייפן איז די נארמע, וכו' וכו',
איז עס א ווילדע פלאץ.
ווען בוסטו די לעצטע מאל געווען אין וומ"ס??
אפאר חדשים צוריק, און היינט נאכט אי"ה.
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:36 pm
דורך הימל
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:33 pm
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:51 pm
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:49 pm
פארן ווילד מיינט נישט ספידן...(אויפן הייוועי איז מען א חי' מיטן פארן אויף 100, אין וומ"ס אויף 30)
ווען יעדער פרובירט צו כאפן לייטס ווי קינדער כאפן באווארפן פעקלעך, אדער מ'קוועטש זיך/קאט אריין ווילדערהייט אין די אנדערע קארס, פייפן איז די נארמע, וכו' וכו',
איז עס א ווילדע פלאץ.
ווען בוסטו די לעצטע מאל געווען אין וומ"ס??
אפאר חדשים צוריק, און היינט נאכט אי"ה.
Got It....
Re: היימישע [ווילדע] דרייווערס
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:23 am
דורך טראפקעלע
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:36 pm
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:33 pm
הימל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:51 pm
ווען בוסטו די לעצטע מאל געווען אין וומ"ס??
אפאר חדשים צוריק, און היינט נאכט אי"ה.
Got It....
שוין צוריק ב"ה,
פונקט ווען איך בין דארט פארן מענטשן ווילד...
כ'זע אויס אזוי שרעקעדיג?...
Re: היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:01 pm
דורך שכל'דיג
מען דארף קאטן אין אלע היימישע שטעט פשוט צו קענען פארן, מען גיבט נישט די רייט אוו וועי מען דארף עס אליינס כאפן.
Re: היימישע (ווילדע) דרייווערס
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:42 am
דורך מאטאווירט
האביך פריער מיטגעהאלטן ווי א חבר מיינער האט מקריב געווען א שטיקל באמפער פאר א דרייווער וואס האט באשלאסן צו נוצן דעם ראונג לעין צו פעסן א קאר וואס איז געפארן אויפן נארמאלן ספיד.
וואס איז שייך צו זאגן? חי’ רעה! דעציט.
ס’קען ח”ו פאסירן צו א מענטש פונקט ווי צו א באמפער. ה”י.